די גאסן ארום הויז סטריט זענען שווארץ פון מענטשן. יעדע מינוט ווערט די אנלויף גרעסער. עס קאכט זיך שטארק און די קולות וברקים נעמען נישט קיין ענדע. עס הילכט ווייט "אהרון טייטלבוים צא טמא!".
נשלח ב-9/6/2010 04:50
אהרונים צעווילדעוועט!
אין די מינוטן גייט מכות רצח פון די פארזאמעלטע אהרונים געגנסטערס. זיי שלגן און בריקען פון אלע זייטן. זיי זענען ווילד ביז גאר.
פאליצייאישע כוחות ווערן גערופן צו די צענע.
נשלח ב-9/6/2010 04:51
לאמיך דיך פרעגן א פראגע, אויב 45 טויזענט מענטשן הייסט "קרוב" צו טויזענט, וויפיל מיינט 45 יונגלעך און בחורים'לעך, איי געס "קרוב צו איינס... אלזא איך בין אויך היוס סטריט יעצט, און דארט איז זיך צוזאמען געקומען קרוב צו איין קווינס בחור.
נשלח ב-9/6/2010 04:56
לאפלאש:
אהרן טייטלבוים ארויס פון באגאץ! שרייען יעצט ספאנטאן אויס טויזענטער פארזאמעלטע. די אהרונים זענען צעווילדעוועט און טיילן מכות רצח.
נשלח ב-9/6/2010 05:01
די גאס ווער פילער און פילער, די מיואש'דיגע אהרונים מאכן קולות. זיי טענה'ן אז זיי מוזן זיך אננעמען פארן רבי'ןס כבוד, ס'באדערט אים געפערליך דער פראטעסט.
נשלח ב-9/6/2010 05:04
די גאנצע הויז סטריט איז בלאקירט דורך די פאליציי, אין יוצא ואין נכנס. א וואונדער צוליב וואס דער רעבע זיצט דארט אין ביתו נאוה און וועמען ער קוויטעלט היינט מיט די שקרי הקודש. זיינע פענסטער זענען הערמעטיש פארשלאסן און די פענסטער אראפגעלאדנט. ס'איז נישט געזונט אז די געשרייערייען זאלן אריינדרינגען אזוי שטארק.
נשלח ב-9/6/2010 05:06
ישמעו רחוקים ויבואו. פון אלע ריכטונגען אויף די גאסן טוט זיך א אנלויף פון הונדערטער מענטשן פון איבער די לענג און ברייט פון די שטאט. די עוועניוס ארום הויז סטריט זענען געדיכט פון מענטשן און די קולות זענען אויף די העכסטע טענער. דער טראפיק איז אינגאנצן פאלאזירט. עס הערט זיך קלינגענדיג "אהרון טייטלבוים צא טמא!".
נשלח ב-9/6/2010 05:12
רוישענדע הצלה אמבולאנסן פארקירעווען יעצט זייער וועג צו הויז סטריט ביי בעדפארד. די אהרונישע געשלעגן האבן געברענגט צו פארוואונדעטע. פאליציי איז ארויסגערופן געווארן צו ברענגן ארדענונג.
דערווייל גייט ווייטער אן די העפטיגע פראטעסט געשרייערייען.
נשלח ב-9/6/2010 05:28
טויזענטער אויפן ארט. דער קידוש השם איז געוואלדיג!
הילכיגע קולות: אהרן טייטלבוים נעם אראפ דיינע רציחה'ישע נעגל פון אידישע קינדער!
נשלח ב-9/6/2010 05:41
שוין מער ווי א שעה צייט, און די קולות לאזן נישט נאך. אלע וויילע ווערט דער אנלויף פארגרעסערט. טויזנטער אידן זענען ביי סצענע און עס גייט אן דער פראטעסט אן אפשטעל, טראץ די רייצערייען און געשלעגן פון די אהרונים.
נשלח ב-9/6/2010 05:43
די פייער דיפארטמענט איז יעצט אנגעקומען אויף ביידע זייטן פון די הויז גאס, און הייבן אן פארטרייבן די פארזאמעלטע.
די קולות שטארקן זיך פון מינוט צו מינוט. דער עולם שטייט אינאיינעם אויף ביידע זייטן פון הויז סטריט, און מען שרייט אויס דעם פראטעסט מעסעדש "אהרון טייטלבוים נעם אראפ דיינע בלוטיגע הענט פון אידישע קינדער!".
נשלח ב-9/6/2010 05:45
אהרונים קאלן איצט ארום די מאמעס דערציילן אז זייער בחור איז יעצט דארט! און ער איז אפגעפיקטשערט! אכזרים!
נשלח ב-9/6/2010 05:56
טויזענטער אידן ווארטן אצינד דער סבלן הידוע זאל ארויסקומען פון זיין וואוינארט. די אהרונים האבן פרובירט אים ארויסצופירן מיט א קאמאנדע אקציע, דורך אפאר פייער טראקס, אבער ס'האט זיך נישט אויסגעארבעט. יעצט לויפן זיי ארום וויינען צו די פאליציי אז מ'זאל אפשטעלן די קולות ווייל די קליינע קינדער קענען נישט שלאפן... מ'שטיינס געזאגט דער בעבי ר' אהרן קען און טאר נישט הערן און זעהן דעם פראטעסט!
נשלח ב-9/6/2010 06:26
איך בין יעצט אהיימגעקומען פונעם פראטעסט, און איך בין פשוט שפראכלאז