| נשלח ב-9/6/2010 21:00 |
|
| |
שלום עליכם
טעסטינג, טעסטינג, וואן טו, וואן טו, וואן טו טרי,
ס'ארבעט?
יא יא
אלרייט,
עהעהעם
קודם וויל איך געבן א הערצליכן דאנק פאר מנהל זז"ג פארן מיך אריינלאזן דא אין געבן דער רשות הדובר...
מורי ורבותי!!!
רדני קינג!!!
א שווארצער מאן פון לאס אנג'לס קאלפורניע, איז אין יאר 1992 מיס צישלאגן און צימזיק'ט געווארן דורך א גרופע כעס'יגע פאליציאנטן, נאך א הויכער ספיד קאר געיעג וואס האט געגרייכט צו 115 מפ"ש,
די פאליציאנטן וואס האבן אנגעגריפן קינג'ן זענען אלע געשטעלט געווארן פאר א געריכטליכער פראצעס,
אלע פאליציאנטן זענען גענצליך פרייגעשפראכן געווארן דורך א לאס אנג'עלעס דשורי,
דער באפרייאונג האט ארויפגעברענגט דאס בייזבלוט פון די שווארצער המון, און עס האט אויסגעבראכן די טרויעריגע בארימטע לאס אנג'לעס ראיאטן ווי א ציושעטער המון שחורים האבן זיך ארויסגעלאזט אויף די גאסן פלינדעווען און ראבעווען פאר 4 טעג אין א צי.
בעת די ראיאטן איז אונזער רדני געווען חרוב ונחרב, ער האט לעולם נישט געזיכט זאל ארויסקומען געוואלדאטן, און ער האט זיך אויס געדריקט בלב נשבר ונדכה דער היסטארישן באקאנטן פראזע:
Why Can't We All Just Get Along?
פארוואס זאלן מיר זיך נישט קענען אויסקומען?
דאס פונקטליך, טייערע פריינד, איז מיין אגענדע דא, איך וויל זעהן צו אפשר איז דא א תקוה איז אולי יחוס אידישע ברודער וועלן זיך נישט אזוי פיינט האבן.
איך האף צו אנרייכערן אייער פורום מיט טייערע פערל רייד, און דברים המושכים לב הציבור
דער אייבישטער זאל העלפן......עם עם....וואט די העק!!! אגוטן טאג!!!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-9/6/2010 21:03 |
|
| |
עליכם השלום ראדני, פון דיין ערשטע ארטיקל זעה איך אז מ'וועט זיך נאך אסאך באלעקן די פינגער מיט דיר, מאך דיך באקוועם און עקטיוועט די שלום טראק, און אפערעציע געט אלאנג וועט אריינגיין אין קראפט
|
|
|
|
| נשלח ב-9/6/2010 21:19 |
|
| |
שלום עליכם אייך, אויב וועט איר עפעס אויפטון היה זו שכרי. מאך נאר נישט קיין טעות, דער עולם דא קומט נישט אהער צו הערן שמועסן אין עניני שלום, דער עולם קומט הערן און זיך לאזן הערן בנוגע טעגליכע פאסירונגען.
אויב ווילט איר אנרייכערן אונזער פורום מיט טייערע פערל רייד, געזינטערהייט, "אבער" נאר אין דעם איינעם אשכול.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-9/6/2010 21:51 |
|
| |
דער עולם זאל האלטן קאפ, צופ פאלגענדן סיפור:
אין רוסלאנד אינטער דער קאמוניסטישער רעזשים האבן 2 אידן זיך בעגעגנט אויפן גאס, לאמיר זאגן בערל און שמערל,
ווי באקאנט האט מען דאן מורא געהאט פון אייגענעם געזיכט אין שפיגעל, יעדער האט פארדעכטיגט דעם אנדערן אלס א רעגירונג אגענט,
בקיצור, בערל נעמט אין אכט ווי שמערל שפאצירט מיט א זוטשקע און איילט זיך צו אוועקפארן ערגעץ ווי, פרעגט בערל דעם חבר, אוואו פארט איר? ענטפערט שמערל, איך פאר קיין לענינגראד, רעגט זיך אויף בערל און זאגט: איך פארשטיי אייך נישט פארוואס איר דארפט זאגן אזא פרעכער ליגנט, איר זאגט דאך אוואדי אז איר פארט קיין לענינגראד אזוי איך זאל מיינען אז איר פארט לעולם קיין מאסקווע, אין דערצייט וואס באמת פארט איר טאקע קיין לענינגראד, פארוואס קענט איר נישט גראד זאגן אז איר פארט קיין מאסקווע אזוי וועל איך וויסן אז איר פארט קיין לענינגראד?
פארוואס זאג איך אייך דאס?
דער עולם זאל נישט אנפאנגן צו חקר'ן צו איך בין אן אהרוני וואס שפילט אהרוני מ'זאל מיינען איך בין אן אהרוני און די צייט וואס איך בין לעולם איין אהרוני, אדער בין איך א גראדער אהרוני, ווייל דער אמת איז איך בין אן אהרוני, איי פארוואס דארף איך שפילן אהרוני אויב איך בין דאך סיי וויי אן אהרוני, ווייל אויב איך זאל זיין א גראדער אהרוני, וועט דער כיטרער אהרוני אוואדי קומען אויף די שפירן אז לעולם בין איך א באהאלטנע אהרוני, נאר ער מאכט זיך ווי א פאלשער אהרוני אזוי אז מ'זאל נישט כאפן אז ער איז א עכטער פאלשער אהרוני וואס שפילט א פאלשער פאלשער אהרוני,
ע"כ וויל איך דא אויסקלארן בפני כל הקהל ועדה, יעדער זאל מיך גוט הערן אין פארשטיין, א-י-ך ב-י-ן א א-ה-ר-ו-נ-י
איך ווייס שוין וואס איר טראכט יעצט: "וואס וויל דער צידרייטער ראדני_קינג? ווילסט עפעס זאגן, זאג, נישט דריי דא א קאפ" אויף דעם וועל איך אייך ענטפערן:
Why Can't We All Just Get Along?
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-9/6/2010 22:35 |
|
| |
זייער פשוט ענקער פירער האט אראפ געלייגט א יסוד( ווי מהערט טאקע מסור עקשטיין זאגט עס פאר די פרעס) זיי אינטער אינז אין דאס איז עס אין אויב נישט וועט מען דיר טיען דעס וואס מיר טיען מיט ענק אין דאס איז טאקע יעדעמס ווייטאג פארוואס מיזן מיר טראכטן ווי איינעם אין אויב נישט טיט מען דאס וואס מטיט
|
|
|
|
| נשלח ב-9/6/2010 22:47 |
|
| |
kj, איך מיין איר האט בטעות אריינגעבלאנדשעט אין א נישט ריכטיגן אשכול, רישא לאו סיפא, סיפא לאו רישא,
|
|
|
|
| נשלח ב-9/6/2010 22:50 |
|
| |
ראדני
די ביסט זיס ווי ציקער, איך האף נאר אז די ביסט אלעמאל אזוי.
אויב מ'רעדט שוין יא, דיין שרייבן א-י-ך ב-י-ן א א-ה-ר-ו-נ-י צייגט קלאר ארויס אז די ביסט א זאלי... כא כא, אוי ביסטו זיס ווען די שרייבסט ווען איך בין א זאלי וואלט איך טאקע געמיינט אז די ביסט א אהרויני.
|
|
|
|
| נשלח ב-9/6/2010 22:50 |
|
| |
די פרעגסט פארוואס מקען נישט זיין ציזאמען זאג איך סאיז א ציל פין דער מנהיג ביי די ארונים פארשטאנען?
|
|
|
|
| נשלח ב-9/6/2010 23:04 |
|
| |
kj, די האסט א עקסעלענט פוינט, און מ'וועל מיר אלעס אויסשמיסן בדרכי נועם, ברצות השם,
|
|
|
|
|