| נשלח ב-10/6/2010 01:12 |
|
| |
בילדער פונעם עצרת מחאה
ווער עס האט בילדער פון דעם עצרת מחאה זאל עס דא ארויף שטעלן,
|
|
|
|
| נשלח ב-10/6/2010 01:37 |
|
| |
דער ווייטאג פון ארגינעלער איז זייער גרויס, ווער עס האט געזען ווי ער האט געמאכט קולות אויף די פאליציי אוון אויף קרייזמאן פון מעיאר'ס אפיס וויזוי מלאזט דעם רשכבה"ג האסטעדש און מלאזט אים נישט אנטלויפן פון די בזיונות, פארשטייט דער ווייטאג זייער שטארק, אדרבה לייגזשע בילדער לאמיר ווייזן פאר די וועלט אז עס איז געווען אן עולם, און אז סאיז דא א דור וואס האלט דער ראט פאר אבן נגף א שורש פורה ראש ולענה, ערגער פון קוק און הערצל, זיי האלטן אים פאר דעם גרעסן מחריב פון יודישקייט און דעם דור,
|
|
|
|
| נשלח ב-10/6/2010 01:44 |
|
| |
דער איז נעבעך פארווייטאגט אז ווען ער האט איבערגעדרייט ראדני שמיני עצרת, איז פארשפרייט געווארן קליפס איבער די גאנצע וועלט, ער האט נישט געחלומ'ט אז עס איז דא ווידיא, און נאך דערצו אז מען וועט אים ארויסשליידערן פון דארט,
ער מיינט אז יעצט ווער ער זיך נוקם זיין און ארויפלייגן בילדער פון די עצרת מחאה,
דער חילוק איז אבער זייער פשוט, די אלע מוחים האבן געזעהן די בילדער מאכער, זיי האבן זיך נישט געשראקן זיי האבן געוויסט אז עס גייט זיין אלעס אויף די אינטערנעט מיט גרויסע אותיות, סאיז זיי א גרויס כבוד, זיי האבן גענומען א חלק אין די ערשטע מחאה אויף דעם שייגאץ אין שטאט, זיי ווילן דאס ווייזן פאר זייער קינדער און אייניקלעך,
דער צווייטער חילוק איז אז די שמיני עצרת אינוואדירער האט זיך געענדיגט זייער ביטער, און דער עצרת האט זיך געענדיגט זיס,
|
|
|
|
| נשלח ב-10/6/2010 04:36 |
|
| |
http://www.theshulsaga.com/default.aspx?aid=152
אויף דעם וועבזייטל קענט איר זען אלע בילדער קליפס און דאקומענטן פון די לעצטע רשעות און טעראר פון די ארוינישע חיות אין KJ
זייט מזכה את הרבים און שיקט אריין סיי וועלכע בילדער קליפס אא"וו וואס איר האט צו [email protected], אלעס ווערט ארויפגעלייגט און מסודר מיט א שיינעם סדר למען יעמדו ימים רבים
זכור את אשר עשה לך... זאל די וועלט זען מיט וואס פארא מענטשן פרעסערס מהאנדלט דא!!!
|
|
|
|
| נשלח ב-10/6/2010 06:39 |
|
| |
ארגינעלער אויפן כל הגולם כולו פארום צאנקעט אויס זיינע לעצטע פונקען, נאכדעם וואס דער בוך וואס שילדערט זיין שמוציגע היסטאריע, נאך פון די בחורישע יארן זיינע, גייט גאנץ בקרוב ארויסקומען פאר די וועלט.
פערציג יאר אין דיין שמוציגן לעבן איז דיר נישט גענוג געווען צו דינען אלס א מוסטער אז בלוט פארגיסונג און רשעות קומט צוריק אויף די אייגענע הויט. לייג נאר ווייטער ארויף נאך בילדער פון אומשולדיגע בחורים און אינגעלייט, און דו וועסט איין טאג זוכן שיץ אויף דיר אליין!
"יבוא יומו" פלעגט דער מנהל זאגן אויף דיר אין חדר!
|
|
|
|
| נשלח ב-10/6/2010 07:05 |
|
| |
לא_לנו נעם דיר נישט צום הארצן, דער אפגעריסענער חלה דעקל מיינט נעבעך אז ער טשעפעט איינעם מיטן ארויפלייגן די בילדער, ער ווייסט נישט אז די אלע בחורים זענען שטאלץ בבחי' ויגבה לבו בדרכי ה' אז זיי האבן געהאט די זכי' זיך משתתף צו זיין אין אזא הייליגן מעמד ווי נעכטן!
סאיז בכלל נישט קיין שום בושה
|
|
|
|
| נשלח ב-10/6/2010 08:07 |
|
| |
לדעתי איז דער בילדער אשכול ביי זיי אין פארום, א בלויזער שטאלץ פאר יעדן רעכטדענקיגן מענטש בכלל און חסידי סאטמאר בפרט.
דער אשכול שרייט הויעך: יא מיר זענען כעס'יג און שוימיג ביז די ציין אויף דעם פראטעסט וואס איז נעכטן פארגעקומען ביים הויז פון ר' אהרן.
יא! מיר שפירן אז די גאס הייבט אן זעהן אז עס ווערט געפירט א שרעקליכער טעראר אין קרית יואל, מיר קענען דאס שוין נישט דערשטיקן, אלזא פרובירן מיר מיט אלע מיטלען צו פארוואסערן דעם פראטעסט און מ'זאל רעדן פון די בילדער.
יא! טויזענטער אידן האבן זיך נעכטן פארזאמעלט צו פראטעסטירן קעגן ר' אהרן, און מיר קענען דאס נישט לייקענען. וואס מיר קענען יא טוהן איז צו חוזק מאכן פון יעדן באטייליגטן און דערמאנען זיינע חטאים און שוואכקייטן.
יא! ר' אהרן איז שוין נישט אויסשליסליכער בעה"ב אויף גאנץ כלל ישראל, און דאס וואס מיר ווילן זיכער מאכן אז יעדער זאל זיך איינרעדן אז בלויז געציילטע זענען געווען ביים פראטעסט.
און צום לעצט, יא! מיר זענען אין א יאוש קאמף, מיר ווילדעווען אן קאנטראל, פשוט ווייל דער פראטעסט באדערט אונז געפערליך. לדעתי איז א נארישקייט אראפצורייסן ארגינעלער, ער שפיגעלט בלויז אפ די דעמאלעזאציע וואס הערשט אין זייער לאגער, לאזט אים שומפן און שעלטן, עס מאכט נאר קלארער דעם פאקט אז ס'האט זיי עכט ווייגעטוהן, און צוליב דעם שרייען זיי!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-10/6/2010 19:19 |
|
| |
הבו גודל למקדשי השם,
עס איז א כבוד און א שטאלץ פאר די אלע ערליכע אידן וואס זענען געקומען מוחה זיין,
די אלע האבן געזעהן די צענדליגער בילדער מאכער, און געלאכט אין פנים פאר די ביטערע אנגעווייטאגטע פאטאגראפירער,
דאס איז אונזער שטאלץ, אדרבה לייגט בילדער און ווידיאס, ויכתב זאת לדור אחרון,
|
|
|
|
|
| נשלח ב-12/6/2010 00:38 |
|
| |
נאך שבת וועט מען ארויף לייגן נאך א סאך פרישע בילדער מיט די נעמען פון די קווינסער בחורים
האלטס ענק געשפאנט
|
|
|
|
|