בית פורומים אידישע געדאנק

דער איד: סקווירא צייטונג

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-11/6/2010 05:00 לינק ישיר 
דער איד: סקווירא צייטונג

דער אלטער באקאנטער היסטארישער צייטונג דער איד באלאנגט צו עפעס א געוויסע חסידות, איך האב נאך נישט אפגעמאכט וועלכע

איין וואך זעה איך אויף די העדליין די פראנט פעידזש אז סקווירא מאכט א דינער, די אנדערע וואך זעה איך אז וויזניץ מאכט א אבן הפינה, א דריטע וואך אז תולדות אהרן מאכט א מעכטיגע הדלקה, אבער די סאטמארע נייעס זעה איך אלעמאל אוועקגעשטופט ביי די עק פון די פעידזש אדער אויף פעידזש 3 פון די צווייטע אפטיילונג אדער אינגאנצן נישט.

עס איז נישט קיין שום סוד אז די מערסטע טייל פון די ליינער פון דער איד מען קען זאגן 90% זענען סאטמארע חסידים, חסידים פון אונזער גרויסן רבי'ן דער צדיק וגאון און תורה און אין מידות, און זוכן בעיקר צו הערן זעהן אלעס ארום רבינו שליט"א, די אנדערע חסידות'ער פאפא סקווירא וויזניץ און באבוב באגנוגען זיך אויך מיט בינה און משפחה, צו עס אויסגעהאלטן אזוי אזוי צי נישט איז נישט יעצט דער רעדע.

וואס זאגט איר דערצו?

יעדער צייטונג שרייבט וואס די ליינער ווילן למשל די קאנסערוויטיווע גויאי'שע צייטונגען וואס זייערע קויפער זענען מערסטנס טייל קאנסערווערטיוו געשטימט שטעלן צו פאר די ליינער די מאקסימום וואס איז שייך צום ווילן פאר די ליינער, און די זעלבע מיט די ליבעראלע צייטונגען.

דער איד האט עפעס א געוויסע פאליסי צו זיין "דיפלאמאטיש" אזא סארט דיפלאמאטיע ווי זשימי קארטער און פרעזידענט אבאמא.... צו זיין וואויל און שיין צו יעדן איינעם חוץ צו פאמפן זיך אליין

ווען הגאון הגדול ר' ארי' ראזענפעלד שליט"א דומ"ץ קהלתינו אין קרית יואל האט חתונה געמאכט א קינד פאריגע וואך איז אין דער איד נישט געווען קיין שום פיקטשער, קוים וואס עס איז געווען א ביישרייבונג זייער פארשטופט . ווען ר' געציל בערקאוויטש נ"י פון קרית יואל אייניקל האט א "שידוך" געטוהן מיט הרב משה ראטה'ס זוהן, איז געווען אויף א הערליכע פלאץ אויף די אויבערשטע חלק פון די פעידזש א שיינע ביישרייבונג מיט א פיקטשער גאר אויך...

"ר' איד" וועם ווילסטו דא געפעלן??? די פינף פראצענט ליינער וואס טוהן א טובה און קויפן צווישן 5 אנדערע צייטונגען אויך דער איד??? כדי זיי זאלן זעהן אז מען פירט דא א "מעכטיגע דיפלאמאטישע סיסטעם"??

אז איך האב דערמאנט די נקודה פון ר' געציל'ס שידוך מיז דערמאנט ווערן נאך א קלייניקייט וואס די קלוגע דיפלאמאטישע קעפ פון דער איד האבן אריינגעלייגט ביי די "שהשמחה במעונם" אז .... בערקאוויטש האט א שידוך געטוהן האט דער איד געפילט פאר וויכטיג צוצולייגן - א זאך וואס זיי טוהן נישט ביי קיינעם - ארומגערינגעלטערהייט "בן הרה"ג דומ"ץ קיט"ל קרית יואל".... מורא'דיג צו וואס פעלט דאס אויס און צו וועם וויל מען זיך לעקן

ווען דער איד טוט שוין יא א טובה און מעלדן עפעס א פאליטישע נייעס מאכט מען זיכער אז עס זאל זיין געדאמפט נאך די אכציגסטע פעידזש.... און עס זאל חלילה נישט זיין קיין פיקטשער דערפון אויף די פראנט פעידזש

אפשר קען איינער מסביר זיין ווי איז דא מער די אינטערעסע פונעם ציבור, צו זעהן אויפ'ן פראנט פעידזש א פיקטשער פון א זיצונג מיט די פאליציי (עי' דער איד די וואך קרח) אדער בילדער פון די מעכטיגע געשעענישן וואס איז פארגעקומען די וואך אין קרית יואל???

המשך יבא


תוקן על ידי נערמאלער ב- 11/06/2010 05:01:01




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/6/2010 05:35 לינק ישיר 

אז ס'טוט וויי שרייט מען! נארמאלער גיי אן!



דדווח על תוכן פוגעני

סמל אישי
מנותק
נשלח ב-11/6/2010 17:46 לינק ישיר 

זייט וויסן אז דער איד ווערט ניטאמאל פארקויפט אין גראסערי'ס אין סקווירא שטעטל!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-11/6/2010 17:48 לינק ישיר 




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/6/2010 18:05 לינק ישיר 

מ'האלט שוין ביי די פערטע אשכול..... חזק חזק ותחזק... 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/6/2010 01:47 לינק ישיר 

 
ווער עס איז אביסל באקאנט אין די כללי זשורנאליזם ווייסט דערפון אז די פלאץ ווי מען לייגט די נייעס מאכט אסאך אויס וויאזוי עס זאל אויסנעמען ביי די ליינער,

מען קען אמאל זעהן די זעלבע נייעס אויב איז עס א העדליין דעמאלס מאכט עס מורא'דיגע צוציענדיג און "עקסייטינג" צו ליינען און עס באנעמט די געפילן פון א מענטש, די זעלבע נייעס אויב זאל עס אפילו זיין אויף די פראנט פעידזש נאר מער אראפציר, און ווער רעדט נאך אויב מען לייגט עס אויף די צענטע פעידזש ערגעץ פארשטופט וועט די עפעקט פון די נייעס זיין טאטאל אנדערש.
 
די נייעס וואס איז די מערסטע ציציענדיג פאר אונזער ציבור, וועט אין געווענליכע פעלער דער איד נישט לייגן די נייעס אלס א טאפ העדליין, מען וועט דאס ענדערש שטופן אין דער זייט אוועקצונעמען די עקסייטמענט פונעם ציבור... זאל זיך עס רעדן פון בויען א נייע בילדינג, מחנך זיין א נייע בילדינג, היסטארישע אסיפה ביים רבי'ן אינדערהיים פון די סאמע גרעסטע רבנים, וכו' וכו', חוץ די בעסיק יערליכע זאכן ווי כ"א כסליו, כ"ו אב וכדומ' ווערט אלע געזונטע נייעסן וואס דער ציבור איז אינטערסירט דערין געשטופט אין א זייט.
  
די טענה וואס עס איז דא אויפ'ן איד איז נישט פון היינט, און עס איז בכלל נישט צום ענין גערעדט ווען מען וויל באהאלטן דעם פראבלעים וויבאלד עס איז "אונזער צייטונג" טאקע וועגן דעם ווייל עס איז די אפיציעלע צייטונג פו אנשי שלומינו די ערליכע אידן ובפרט חסידי סאטמאר דארף מען צושטעלן וואס אונזער עולם וויל ליינען
 
מיט די נארישע חשבון פון נייטראלקייט אדער אנדערע חשבונות נפלאות דעקט למעשה דער איד נישט געהעריג אונזער ציבור,
 
מען האט שוין לאנג געהערט די סארט טענות אויף דער איד פארוואס מען רעדט נישט על דא ועל הא, און אלעמאל האב איך געהערט פון מענטשן אז "מסתמא איז דא עפעס א סיבה....."  וויל איך ענק דא מגלה זיין רבותי די סוד אז "עס איז נישטא קיין שום סיבה" ווען רוב פון אונזערע נייעסן ווערט נישט געדעקט אין דער איד איז די סיבה נישט קיין שום סיבה, די איינציגסטע תירוץ אויף דעם איז פשוט שוואכקייט אין זשורנאליזם, שוואכקייט אין אנערקענען די וועג צו ארבעטן אין א פאליטיק, און פשוט שוואכקייט אין פירן א צייטונג.
 
(לאמיר כאפן א בליק ווילאנג עס נעמט פאר די איד אפיס צו אנערקענען אין א פראבלעים אז מען דארף עס פארעכטן, עס איז נאר במאמר המוסגר אלס אל תזכר לנו עונות ראשונים ווייל מיט די פאלגענדע נקודה איז געווארן א טאטאלע שינוי לטובה, דאס אין די נייעס באריכטן פון די פאליטישע גויאישע נייעס, איך וויל נישט מאריך זיין אין דעם פרט אבער פאר גאר לאנגע תקופות האט דער איד אנגעהאלטן מיט די שטרענגע סיסטעם פון אז מער ווי צוויי דריי נייעס ארטיקלען "האט פשוט נישט געפיט ..." עס האט געהאט פלאץ א. שרייבער פ.הירש און דעטס אלל, איך ווייס פון עטליכע מעשיות ווי שרייבערס און סתם מענטשן האבן זיך געבעטן ביי דער איד אז עס איז נישט דא וואס צו ליינען דארט און מען וועט דאס סטאפן צו קויפן, אבער מען האט זיך ווייטער געהאלטן צו די מסורה פון תשט"ו ווען דער איד איז געגרינדעט געווארן און זיי זענען געווען צופרידן אז עפעס געלט מאכן זיי און פערטיג.
 
אמת אמאל איז טאקע געווען גענוג צוויי דריי ארטיקלען אבער די פאקט איז אז היינט פארלאנגט דער עולם מער (איך גיי ווייטער נישט אריין צו עס איז 100% גערעכט צו פארלאנגען מער און ווער עס איז שולדיג דערין אבער דאס איז דער פאקט), א יעדע סוקסעספול ביזנעס וואס האט זיך אויפגעמאכט פאר 100 יאר צוריק למשל ווען מען האט נאך געמאכט סחורה מיט די הענט, פארשטייט אז אויב וויל ער היינט מצליח זיין מיז ער טוישן זיין סיסטעם און נאכגיין לויט וויאזוי מען מאכט היינט סחורה, די זעלבע זאך איז מיט א זשורנאליסטישע אויסגאבע, און בנוסף צו דעם קען מען נישט זיין בלינד צום מציואת אז עס איז היינט קאמפיטישען צו מען וויל צו נישט
 
למעשה היינט קען מען זיך אין דעם הינזיכט בכלל נישט אפרעדן אויף דער איד אין די לעצטע שטיק צייט האבן זיי אנגעפאנגען רייכער צו מאכן די צייטונג אין פארשידענע זייטן, מען האט צוגעלייגט ארטיקלען, מען לייגט מער בילדער (טאקע דערווייל נאר פון ר' געציל וסיעתו אבער כאטשיג עפעס....) מען לייגט מער אריין די ליינער'ס מיינונגען ביי די בריוון אפטיילונג און נאך ווי יעדער קען זעהן.
 
אבער טאקע אט א דאס ברענגט ארויף א רויט לעמפל און ווייזט ווילאנג עס דויערט דארט ביז א זאך גייט אריין אין קאפ, נאכ'ן האבן יארן קאמפיטישען האבן זיי זיך ענדליך דערמאנט אז עס איז שוין עק וועלט און מען מיז ברענגן א דראסטישן טויש וואס דאס איז טאקע געשעהן.
 
דאס איז בנוגע די גויאישע וועלטליכע און פאליטישע נייעס, פון דעם קען יעדער איינער זעהן אז די פאליסי'ס פון דער איד האט גארנישט קיין שייכות מיט חכמה בינה אדער דעת, עס איז פשוט אן אלטגעזעסענע סיסטעם וואס ווילאנג די מציאות שפרינגט נישט מעכטיג פאר די אויגן זעהט מען גארנישט איין
 
עס האט שוין לאנג געזאגט א קלוגע איד אויף אן אנדערע ענין אז פון א שוואכקייט צו א געוויסע זאך מאכן מענטש א גאנצע שיטה דערפון , אויף יעדע זאך וואס דער איד דעקט נישט געהעריג אדער שרייבט אזוי פאצעריש זאגט מען, נא "עפעס א חשבון איז מסתמא דא דערין".....
דאס איז טאקע ווייל עס גלייבט זיך אסאך מאל אליין נישט אז דער איד "אונזער צייטונג" זאל נישט שרייבן קיין אפהאנדלונגען און נייעסן אויף העכטס וויכטיגע טעמע'ס פאר אונזער ציבור)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-12/6/2010 02:01 לינק ישיר 

 

מענטשן קענען שרייען אויף מיר ארויני אדער ווייסעך וואס אבער עס איז גארנישט מיט נישט , איך ברענג פשוט ארויס די ווייטאג וואס טויזענטער אנשי שלומינו באדערט שוין לאנג איבער דער איד'ס נישט-וועג פון פירן די פאליטיק.
 
אנדערע זאגן אז מען זאל נישט רעדן אויף "אונזער צייטונג"
וויל איך פאר זיי זאגן אז ווילאנג אונז ווערן מיר נישט געהעריג געדעקט דורך דער איד איז דאס בכלל נישט "אונזער צייטונג" נישט אונזער'ס און נישט זייער'ס, ווען די פאקט איז אז אונז הייבן מיר נישט אן געדעקט צו ווערן דורך "דער איד",
 
די סיסטעם וויאזוי דער איד גייט צו אז מיט טויזענטער חשבונות נישט צו באריכטן פילע נייעסן און בילדער וואס די ציבור איז פאראינטערסירט דערין באדערט שוין לאנג פאר טויזענטער מענטשן ,נאר יעדער האט זיך עס געהאלטן ביי זיך אין בויך.
 
און אויף אזא אופן וועט דאס איין טאג קראכן, ווען אדער וועט ארויסקומען א נייע באריכט בלעטל וואס פון דארט וועט דער עולם נעמען אלע אינטערסירנדע נייעסן און מען וועט דראפן דער איד (לדוגמא די נייע הערליכע אויסגאבע "דער בליץ בלעטל" - זייטס מיר נישט חושד אלס א נגיעה)
 
ווען עס קומט פאר א מעכטיגע דרשה פונעם רבי'ן מיט יסודות אין אידישקייט וואס יעדער דארף צו הערן און איך טרעף עס נישט און דער איד נאר אפשר אויפ'ן פיפטן פעידזש דאן מיט וואס איז דער איד אונזער צייטונג? ווען עס קומט פאר אן אסיפה ביים רבי'ן אינדערהיים מיט צענדליגע רבנים למשל וועגן הצלת יהדות תימן,  און עס שטייט נישט אויף די העדליין "כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א פאררופט אסיפה פון צענדליגער רבנים ביי זוך אינדערהיים" אינטערגעשטעלט מיט בילדער פון די רבנים וואס זיצן ביי רבינו שליט"א אינדערהיים, דאן מיט וואס איז דער איד אונזער צייטונג? ווען פון יעדע נארישע חסידות'ל (במחילת כבודם) פאמפט מען מיט ריזיגע בילדער און פון אונזערע זאכן זעהט מען נישט גארנישט דאן מיט וואס איז דער איד אונזער צייטונג?   
 
אזוי קען מען אויסרעכענען צענדליגע זאכן, עס קוקט אויס ווי זיי פארשטייען בכלל נישט וויאזוי מען שטעלט צו א זאך אין א צייט פון פאליטיק וד"ל.
ווען דער איד איז ווען "אונזער צייטונג", וואלט דער זשורנאליסטישער קאפ פארשטאנען אז די נייעס איבער די חתונה פון די סאטמארע דיין פון קרית יואל הגאון ר' ארי' ראזענפעלד שליט"א קומט אויף די פראנט פעידש פון די צווייטע אפטיילונג (ענדערש ווי די וויכטיגע נייעס אז תולדות אהרן-מעליץ מאכט בר מצוה...), און אינעווייניג וואלט געדארפט זיין עטליכע בילדער פון די חתונה, ווי למשל "די הערליכע אויבן אן ביי די שמחה"  "הונדערטער תושבי קרית יואל באטייליגן זיך ביי די שמחה פון זייער חשוב'ן דיין שליט"א"  "דער דומ"ץ שליט"א אין א ריקוד מיט די ראשי הקהילה" און נאך און נאך.
 
ווען מען טראכט אריין אין די געשעענישן וואס איז פארגעקומען די וואך פ' קרח אין קרית יואל, אנגעפאנגען פון זונטאג פארטאגס, איז עס געווען היסטאריש אויף א פארנעם וואס די וועלט האט נאכנישט געזעהן מימות עולם, מען קומט בלויז אלס נקמה צוברעכן יענעמ'ס פראפערטי, א חסידי'שע אינגערמאן א פאליס ארעסטירט א צווייטן, די היסטארישע פראטעסטן, די מרה דאתרא וואס טיילט רשות אין שטעטל אנטלויפט ווי א גנב, און נאך און נאך, און אזא צייט וואלט געקענט געשריבן ווערן היסטארישע אפהאנדלונגען און אנאליזן, בילדער און נאך, דערווייל דארף איך נישט פאר קיינעם פארציילן אז דער איד האט געטוהן א שוואכע זשאב.

אפילו די גאנץ פיינע ארטיקלען וואס מען האט יא געשריבן איז געווען אוועקגעשטעלט אויף א זייטיגע וועג, למשל אזא ארטיקל ווי א.לי. קעניג. וואלט געדארפט זיך אנפאנגען אויף די ערשטע פעידזש... (אזוי ווי מען האט געלייגט די עדיטאריעל אויף די פראנט פעידזש ווען די ארוינים זענען אריין אין קאורט און נאך)

איך ברענג נאר ארויס א דוגמא וויאזוי דער איד וואלט עס געדארפט אויסשטעלן, מען קען עס מאכן אויף פארשידענע וועגן
 
בכלל די יאר איז פארגעקומען אזויפיל היסטארישע זאכן אין די סאטמארע פאליטיק אנגעפאנגען מיט די רעבעצין שוהל פרשה, די סידור קידושין פרשה, די שפאניע פראטעסטן (פאריאר זומער) די מוסקאווי קאטשקעס, די צומת הגידין, אהרן'ס צודרייטע דרשה מיט הוצאת לעז, די הוצאת לעז וועגן גיין אין בג"צ, און נאך און נאך , וואס אין אזא צייט וואלט דער איד געדארפט זיין די גרעסטע באריכטער און ארויסברענגען נאכאנאנד דעם ריינעם ערליכען מיינונג, דערווייל האט מען ווייניג געזעהן אין דער איד,
 
ווען עס וואלט קלאר ארויסגעברענגט געווארן אין דער איד מיט גיטע ארטיקלען אקעגן די ארוינים'ס גיין אין בג"צ וואלטן זיי שוין לאנג שטום געווארן...

אדער בנוגע די סידור קידושין אין קרית יואל מיט די פאשקעווילן געווארפעכטס האט מען ערווארטעט פון דער איד טויזענט מאל א בעסערע ארבעט, ארויסצוברענגען די חוצפה והעזה קעגן רבינו הקדוש בעל ברך משה זי"ע די עזות וואס א דיין יחידי קען טוהן קעגן אן אייגענעם רבי'ן, ביישרייבונגען וועגן די בזיון ת"ח, און נאך און נאך, די זאך וואלט געהאט א צווייטע פנים אינגאצן ווען מען אטאקירט זייערע קינדערישע שריט מיט ליצנות (יא ליצנותא דע"ז) און אויפקלערונגען, זייער גאנצע פאשקווילן געווארפעכטס וואלט שוין נישט געהאט קיין שום טעם ביי זיי אליין, דערווייל האט זיך דער איד באגנוגנט מיט אריינלייגן די בריוו פון דער ברך משה זי"ע און נאך 2-3 בריוון און פערטיג...... קאמאנטארן זענען איבריג.

המשך יבא בל"נ



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/6/2010 07:56 לינק ישיר 


איך בין מיט דיר,

איך וועל נישט זאגן, ביסט אביסל צו עקסטרעם

אבער דער פוינט איז א גיטער, נאך דרצו דעי וואך מיט די פרשה אין ק"י.

מיך דאכט זיך זיי ווילן עס מאכן אזוי ווי המודיע, וואס וועט אויך נישט צו סאך מאל גרויס מאכן גער, אדער רעדן פון גער,

און צום עצם ענין, ווי איך האב געהערט ביי אינגעלייט עסקנים דקהילתינו, איז דא א פלאן צו גרינדן אן אייגענעם סאטמאר'ן צייטונג, מיט אלע נייעסן, (אפי' דער בליץ בלעטעל איז נאר די הויפט נייעס'ן) און אריינלייגן שמועסן פון רבין מיט די רבנים וכו'.

ס'איז זיכער אז דער איד וועט ליידן דערפון.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/6/2010 18:39 לינק ישיר 

אז איך בין א ארוני איז נישט קיין סוד, קוקט נאך מיינע תגובות וועט עטץ זען

אז איך בין נישט דער סארט נייעס ברענגער פון מחלוקת אויסברעכעריי צווישן די זאלונים קענט עטץ אויך נאכקוקן ביי מיינע תגובות

פארט פיל איך אז איך ברויך מגיב זיין, כי אנשים אחים אנחנו (עכ"פ געוועזענע)

פון די אלע בויך ווייטאג וואס נערמאלער האט דא געשריבן קום איך צו איין מסקנא, אז משה פר"מ (וואס ער איז לכאורה נאך היינט אויך דער ווארט זאגער אין "איד") האט ענק טיף אין דער ערד, ער האט זיך אינזין און נישט ענקער רבין.

ולולא דמסתפינא וואלט איך געזאגט, אז אסאך סטעפס וואס ער האט געמאכט, האט ער געטון אויף א אופן ער זאל קענען אויסדרייען דעם רעוואלווער אויף צוריק.

איך גיי נישט אריין גיין אינעם עומק הדברים מיט ראיות, ווייל איך האב נישט יעצט די צייט, איך וועל ברענגן איין ראי' וזה על הכלל כולו יצא

קענט איר אשר ענטפערן פארוואס דער ברך משה איז אין זיין לעבן נישט אריינגעטרעטן אין ענקער שול אין קרית יואל?

דער ברך משה איז געווען אין קרית יואל אויסער ביי די יארצייטן כ"ו אב, נאך בערך 5 מאל אין די יארן וואס ענקער שול איז געשטאנען, איינער פון די מאל איז ער אפילו געווען ביי עזריאל גליק מנחם אבל זיין אדער פאר עפעס א אנדערע סיבה, און ער האט נישט געפונען פאר וויכטיג אריינצוגיין אין "זיין" ביהמ"ד, פארשטענדליך איך מיין נישט צו פרעגן אז דער ברך משה האט נישט געפונען פאר וויכטיג, נאר איך רעד פון די וואס האבן אים געטראגן, פארוואס איז ער נישט געגאנגען דארט דאווענען א תפלה?

דעם ענטפער זאלט איר אליין ענטפערן...

און פארוואס איך ברענג עס ארויס איז פאר איין סיבה, איך האב רחמנות ווי ער פירט ענק ווייטער אין די אדמה, ווען נישט אים וואלט שוין אלעס סאך אנדערש אויסגעקוקט, אידישקייט אין די וועלט (מיט צוויי סאטמאר) וואלט אנדערש אויסגעקוקט, און איך האב מורא ווען עטס וועט ענק כאפן וועט זיין אביסעלע צו שפעט

ה' ירחם




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/6/2010 20:53 לינק ישיר 

נערמאלער, איך האב מורא אז די ביסט נישט אויפן ריכטיגן פלאץ, אז די זיכסט א חסידות ווי משעפט חיות פון די ברייטע באשרייבונגען אין בילדער אין די צייטונגען, מיין איך אז די זאלסט אריבער סוויטשען צו די מאנרויע רעביסטעווע,             ב"ה ביי אונז ווייסט מען אז די יום טוב איז אדורעך דערהויבען אן א פראנט פעיזש אין צייטונג, מווייסט אז די רבי לעבט און ווירקט אנע גרויסע בילדער אין צייטונג, מדארף נישט האבן קיין העדליינס צו וויסן אז די חסידות עקזעסטירט נאך (אבער אז מעליץ זשיקוב עקזעסטירט נאך דארף מען יא האבן...)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/6/2010 01:07 לינק ישיר 
די חילוק פון יו. זשעי. או. און אנדערע וויכטיגע טעמע'ס

אזוי ווי דערווייל האבן עטליכע אנגעפרעגט וואס איז די סיבה פאר'ן ארויסרעדן יעצט קעגן דער איד, האב איך באשלאסן באין ברירה מחמת קוצר הזמן דערווייל צו קאפי'ען וואס איך האב געענטפערט פאר איינעם אין אישית, און בל"נ וועל איך נאך צוריקקומען צו דעם ענין

דאס איז דאס וואס איך האב אים געענטפערט:
אויב איך וועל האבן צייט וועל איך דיר בל"נ ענטפערן אויסגעשמועסט אביסל, אבער עס האט נישט קיין שום ציל און זייטיגע אינטערעסע, עס איז פשוט שוין כלו כל הקיצין די וועג וויאזוי זיי פירן זיך, איך האב אפשר נישט געברענגט גענוג משלים אבער אז די וועסט ארויסנעמען א פאק אידן פון די לעצטע צייט און פון שטענדיג וועסטו אליין קענען פארשטיין אז אונז ווערן מיר דארט געדעקט אין א געוויסן זין ערגער ווי אנדערע חסידות'ער ווי תולדות אהרן מיט דושינסקיא.

חוץ מזה איז נישט קיין סוד אז עס איז דא היינט גרויסע קאמפעטישען'ס וואס הגם דער איד דארף בלייבן אויף סאך א העכערע סטאנדארט ווי אנדערע נארישע צייטונגען, אבער דאך איז אבסורד צו זעהן ווי מען האלט זיך נישט ביים עפענען די אויגן נאר מען בלייבט ווי א שוטה אינו מרגיש אויף דאס וואס ווערט געשאסן, וד"ל

אמת זייער אסאך זאכן פון די רשעים און ארוינים שרייבן צוקראצן מיר זיך נישט אבער עס איז דא גענוג און נאך זאכן וואס דער איד שרייבט נישט פשוט אן קיין שום נערמאלע סיבה, און טאקע אזעלכע זאכן וואס דער עולם לעכטס צו הערן און צו זעהן.

והא ראי' געב א קוק אויף אנדערע פאליטיק'ס און געב א קוק אויף די פאליטיק פון די "טרייענגל" אין וומ"ס, די אנדערע וויכטיגערע פאליטיקס ווערט טויזנט מאל ווייניגער געדעקט ווי די פאליטיק פון די בראדוועי טרייענגל,

די "בראדוועי טרייענגל" ווערט הערליך ארויסגעברענגט אלע אונזערע טענות מיט הערליכע ארטיקלען, אנאליזן, ריזיגע בילדער ווי מען צייכנט אן און מען ווייזט אויף שווארץ אויף ווייס ווי היפאקריטיש די ארוינישע רשעים און בעבי'ס זענען, מיט די דאזיגע פאליטיק ווערן זיי דארט צומאלן ווי מצה וואסער.

די סיבה פארוואס דוקא דעם ענין ווערט ברייט באשריבן און צולייגט אויף די לענג און אויף די ברייט איז פשוט אין גראד "ווייל יו זשעי. או. איז א שטארקע ארגענעזעישען, און זיי האבן באצאלטע מענטשן וואס שרייבן פאר זיי די ארטיקלען פארשטייענדיג אז 'א שריפט ארבעט' און אויב וויל מען גיט ארויסברענגען א זאך באשרייבט מען דאס אויף די לענג און אויף די ברייט.

אנדערש איז מיט די אלע אנדערע פאליטיק'ס וואס איז הונדערט מאל מער וויכטיגער ווי די "בראדוועי טרייענגל" (איך מאך עס נישט אוועק) און עס אינטערסירט סאך מער אנשי שלומינו פון איבער דער גארער וועלט, דוקא דארט הערשט א שוואכע אלטע סיסטעם אין דער איד.

די טענה איז נישט מיינ'ס און נישט קיין נייע, און מיין ציל איז נישט אינטערצוהאקן און אינטערצוברענגען דער איד, נאר איך האף אז זיי וועלן זיך טוישן און איינזעהן די מציאות און זיך צושטעלן צו די פארלאנגען פונעם ציבור




תוקן על ידי נערמאלער ב- 14/06/2010 01:07:59




תוקן על ידי נערמאלער ב- 14/06/2010 01:22:16




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/6/2010 01:20 לינק ישיר 

יואלי808 כתב:
נערמאלער, איך האב מורא אז די ביסט נישט אויפן ריכטיגן פלאץ, אז די זיכסט א חסידות ווי משעפט חיות פון די ברייטע באשרייבונגען אין בילדער אין די צייטונגען, מיין איך אז די זאלסט אריבער סוויטשען צו די מאנרויע רעביסטעווע,             ב"ה ביי אונז ווייסט מען אז די יום טוב איז אדורעך דערהויבען אן א פראנט פעיזש אין צייטונג, מווייסט אז די רבי לעבט און ווירקט אנע גרויסע בילדער אין צייטונג, מדארף נישט האבן קיין העדליינס צו וויסן אז די חסידות עקזעסטירט נאך (אבער אז מעליץ זשיקוב עקזעסטירט נאך דארף מען יא האבן...)


בקיצור וועל איך דיר ענטפערן אז אמת אונז האמיר זיך ברוך השם נישט וואס צו שעמען מיט אונזער רבי'ן, זיין גדלות בתורה בצדקות בצדקה וכו' וכו' נעמט איבער יעדן איינעם, אונז זענען מיר אלע חסידים פונעם רבי'ן און סרים למשמעתו אפילו אן א צייטונג וכו'.

דער פאקט איז אבער אז מען קען נישט האבן קיין קשר מיט א רבי נאר אז מען הערט דעם רבי'ן מען זעהט דעם רבי'ן וכו', אמת מען קען טאקע פארן איינמאל א יאר, אן אנדערע מאל קומט דער רבי צו פארן, אבער דער עולם וויל מער, דער רבי האלט אין איין רעדן, זאגן דרשות, געבן שיעורים, רבנים באזוכן, שיחות קודש, טוט פעולות נשגבות פאר אידישקייט און נאך, דער עולם וויל עטוואס מיטהאלטן.

עס איז נישט דא נישט קיין בלעטל צו זעהן די באזוכן פון רבנים, די דברות קודש קומט נישט אן מאיזה סיבה צו רוב אנשי שלומינו, אונזערע מענטשן דרייען זיך אין 47 און מען לעכטס צו הערן זעהן א דרשה פון רבי'ן א ווארט א באזוך און א בילד (יא יא קינדיש צו נישט פארסמאקעווען זיך 50 יעריגע אידן מיט א גיטע בילד ווי מען זעהט דעם רבי'ן פארקאכט ביי א ל"ג בעומר טיש.....), דער פלאץ ווי דער ציבור זוכט די אלע באריכטן איז אין "דער איד" און דארט טרעפט מען עס נישט כמעט.






דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/6/2010 23:21 לינק ישיר 

איך וויל שוין ענדיגן צו שרייבן די לאנגע געשרייבעכטצער איבער די נושא, נאר צום סוף וויל איך אבער קלאר מאכן אז באמת האט דער איד פיל מיט זאכן וואס זיי ציייכענען זיך אויס מיט די נערמאלקייט, די געשמאקייט פון שרייבן די נייעס באריכטן, די רייכקייט וואס דער איד צייכנט זיך אויס, אבער איך רעד נישט יעצט פון דעם.

איינער האט אריינגעשיקט אין אישית אז דער איד איז נישט שולדיג פארוואס זיי דעקן נישט אלע סאטמארע נייעס ווייל זיי באריכטן נאר די נייעס וואס זיי באקומען, די תירוץ אויף דעם איז אז עס איז נאריש אזוי צו זאגן ווייל א צייטונג דארף זיך האבן זייערע "סארסעס" מקורות פון ווי זיי דארפן מאכן זיכער אז אלע גיטע נייעס וואס פאראינטערסירט דעם ליינער זאל אנקומען אינעם צייטונג.

אבער דער עיקר איז אז אפילו ווען זיי מעלדן יא גיטע נייעס, און לייגן יא אריין גיטע ארטיקלען לייגט מען די סאמע וויכטיגסטע נייעס אין דער זייט.

די נייעס וואס איז אינטערסירט נאר 20% פונעם ציבור לייגט מען אויף די העדליין, און די נייעס וואס 80% אדער מער פונעם ציבור זענען אינטערסירט לייגט מען חלילה בשום אופן נישט אויף די פלאץ ווי עס וואלט געקומען.

וואס אינטערסירט מער דעם עולם אז מדינת ישראל שלאגט זיך מיט פאלעסטינע? אדער אז דער רבי פארט קיין לאנדאן?

פארוואס ווען מען האט געווינען די קאורט האט דער איד פארשטאנען אז דאס באלאנגט פאר די פראנט פעידזש אפילו פאפא מיט וויזניץ אינטערסירט דאס נישט?

ווען דער ברך משה זי"ע האט מען אטאקירט איז די גאנצע ערשטע פעידזש געווען פיל דערמיט מיט ריזיגע רבן דקרו געשרייען, כאטשיג פאר סתם א ווינער און פאפא'נער אדער א פלעינע מתפלל אין גבעת שאול בית המדרש אינטערסירט דאס ווייניג?

ווען דער ברך משה איז געפארן אויף א נסיעה קיין לאנדאן איז עס געשטאנען אויף די פראנט פעידזש אין טאקע נישט אויף די צווייטע אפטיילונג, איז דען א באריכט איבער א ספעציעלע נייעס איבער רבינו שליט"א ווייניגער אינטערסירנד ביים ציבור????

אינזער ציבור דארף א צייטונג וואס זאל דעקן וואס דער עולם איז אינטערסירט,  ענדערש ווי אנדערע אויסגעדראשענע נייעס



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/6/2010 23:37 לינק ישיר 

נערמאלער, אין ענגליש זאגט מען "איי פיל יאר פעין". איך וועל דיר מסביר זיין.

למשל איך, אלס טאהשער חסיד, זיך נישט קיין סיפוק פון פיקטשער'ס אין צייטונגען, ווען איך וויל האבן קשר מיטן רבי'ן עפען איך אויף א עבודת עבודה (עס זענען שוין דא היינט 6 בענדער + זמירות וכדו'). א צייטונג איז נישט א פלאץ ווי א חסיד טרעפט קשר מיט זיין רבי.

דאס אז די זאליס לייגן נישט אריין קיין בילדער פון זייערע מסיבות און טישן וכו' איז גאר גאר א שיינע זאך, עס ווערט רעספעקטירט ביי רוב ציבור וואס איז נאכנישט פארכאפט אינם היינטיגן סטייל חסידות.

אויב זיכסטו תורות און חסידישע שמועסן קענסטו דאס טרעפן אין די ספרים און קונטרסים וואס ווערן געדריקט צו כמעט יעדע שמחה אדער גרויסע דינער וכדו'. די ספרים און קונטרסים ווערן "יא" עדווערטייזט אין דער איד.

אויב די זאגסט אז די קויפסט דער איד צו קענען דארט טרעפן "תורה" איז דאס די ערשטע צייכן אז די ביסט קיין זאלי קיינמאל נישט געווען, די זאלי'ס ווייסן ווי צו טרעפן דעם רבי'נס ספרים.

איך אליינס האב א קאלעקציע פון 11 ספרים און קונטרסים פון תורות און שמועסן פון מהרז"ל.

עס קוקט ליבערישט אויס אז דיין גאנצע שרייבעריי דא איז צו שטיפן דעם אהרוינישן בלאף פון "זאלי עם הארץ". אויב די ווילסט באמת איך זאל דיר "העלפן" פארשאפן די ספרים און קונטרסים קענסטו זיך ווענדן צו מיר אין אישי, אבער זיי גרייט צו באצאלן פאר יעדן ספר, די זאלי'ס זענען נישט קיין לובאוויטשע אהרוינים וואס טיילן די "שיחות" בחינם.



תוקן על ידי נפל ב- 14/06/2010 23:39:15




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/6/2010 23:50 לינק ישיר 

נפל במחילת כבודך האסטו זעט אויס נישט אפגעליינט מיין גאנצע ארטיקל, די תורות פונעם רבי'ן ערווארט איך  נישט זאל שטיין אין דער איד, און רוב זאכן וואס איך האב ארויסגעברענגט איז געווען אז דער איד פארפעלט צו באשרייבן אפילו די מינימאלע נייעס וואס דער ציבור פארלאנגט און נאך.

קודם האב איך הנאה אז טאשע חסידים ווייקן זיך אינעם רבי'נס ספרים...

איך האב נאר געמיזט נאך איין זאך צולייגן אז איך האב יעצט אויפגעמאכט מיין אימעיל געטראפן דארט דעם "בליץ בלעטל"

אז איינער וויל האבן א קליינע השגה וואס דער איד פארפעלט צו שרייבן זאל ער כאפן א שטיקל בליק אויף דער בליץ בלעטל, פיקטשער'ס פון אן אסיפה ביי משה שמואל זשופניק פיקטשערס פון הגה"צ ר' זלמן לייב פילאפף ביישרייבונגען מיט נאך, טאקע אויף א קליינע פארנעם אבער מען קען האבן א שטיקל השגה וואס מיינט דעקן נייעס און געשעענישן וואס איז אינטערסאנט פאר אונזער עולם,

איך דארף נישט קיין תורות אין דער איד, תורות לערן איך טאקע אינעם רבי'נס ספרים און איך האב פון דעם א סיפוק ברוך השם אזוי אויך פון די דערהויבענע טישן פונעם רבי'ן און פונעם רבי'נס תורות וכו'

ווען מיין קאר וואלט נישט געפארן דארף איך סך הכל פיקסן מיין קאר צו איך האב יא סיפוק פון עבודת השם צי נישט, ווען מיין צייטונג שטעלט נישט צו וואס עס דארף צושטעלן איז דאס א עקסטערע פראבלעים, איך ווייס נישט ווי עס קומט אריין סיפוק דא. 

שטעל דיך פאר ווען טאש האט א צייטונג וואס מעלדן אלע אנדערע נייעס חוץ טאש....... סיפוק האב איך גענוג, אבער א צייטונג דארף נאך אלס זיין א צייטונג


תוקן על ידי נערמאלער ב- 14/06/2010 23:57:42




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/6/2010 01:13 לינק ישיר 

נערמאלער

איך פארשטיי נישט וואס דו קומסט מיט טענות אז דער איד לייגט נישט קיין בילדער פון סאטמארער רבין שליט"א. דו אלס א חסיד וואלסטו בכלל נישט געמעגט פאדערן אזוינס, ווען דער סאטמארער רבי לאזט אויסדריקליך נישט לייגן קיין בילדער פון זיך.
אלא מאי, מוז איך קומען צו די מסקנא אז דו ביזט אן אהרוני וואס שפילט זאלוני, אדער האסטו א פערזענליכע סיבה מיט זיין אשכול.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > דער איד: סקווירא צייטונג
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext