בית פורומים אידישע געדאנק

איך האב זיך געשעמט - איך האב געפלאמט פאר בושה

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-13/6/2010 15:39 לינק ישיר 
איך האב זיך געשעמט - איך האב געפלאמט פאר בושה


געווענליך קויף איך דעם "בלאט" – נישט ווייל איך בין מער נוטה צו די אהרונים – וויא צו די זאליס, נאר לדעתי איז דאס מיר על כל פנים אינטערעסאנטער – און וויפל קען איך דען אנייאגן צו ליינען?

וועגן די לעצטע געשענישן, האב איך די וואך געקויפט אויכעט דעם "איד", למעשה וואס איך זעה ביי ביידע צייטונגען, ביידע גייען מיטן רבש"ע – ביידע ברענגען די זעלבע מדרשים, ביידע זעהן אויף זיך "משה אמת ותורתו אמת" – און דער צווייטער צד "קרח ועדתו".

נאכמער וואס איך זעה – ביידע זענען געהל – עקלאהפטיג, כמעט נישט אריין צו נעמען אין שטוב.

איך בין זייער נאנט אידאלאגיש צו סאטמאר, איך בין אבער נישט עמטליך א סאטמאר חסיד, עס טוט מיר זייער ווייא וואס עס גייט פאר די לעצטע יאהרן ביים (אמאליגן) ריקן ביין פונעם יהדות החרדית אין אמעריקע.

"הזאת נעמי"

וואס וועט זיין ווייטער, אוואהו א אין גייט דאס, דאס דארפן מיר געבן אונזערע קינדער?

ווער איז שילדיג אין דעם אלעס? ס'איז נישט מיין געשעפט, איך קען גאר נישט אויף טאהן, איך ווייס נישט ווער עס קען יא, אבער אזוי וויא דאס איז יעצט, קען דאס מער נישט גיין.




דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/6/2010 20:00 לינק ישיר 

ר' גערעכט איך האלט אז שמך גערעכט ואתה גם כן גערעכט. דיין מיינונג אויסדרוק איז גערעכט. נאר דעם פאקט אז די קויפסט די 2 נוס פעיפערס צו ליינען די שטותים והבלים וואס זיי ברעכן אויס יעדע וואך. מיט דעם בוסטו "נישט גערעכט". די גמרא אין מס' סוטה האט שוין פון פאראויס געזאגט די עתידות פון היינטיגן דור.
דעם שבת האט מען אין די קרית יואל גאס באשיינפערלעך געקאנט עדות זאגן אז פני הדור כפני הכלב.
ווען מ'האט באגלייט דעם רבי'ן מיט כלבים.

איך וויל נאר מוסיף זיין איין הערה. אז נישט ביידע סאטמער זענען אייניג.

היינט ראש חודש האט מען ביי מוסף געקאנט זעהן די ר"ת וואס מ'דארף מכוין זיין ביי ענדע ברכה. דער היינטיגער צירוף איז 4 ווערטער פון א פסוק אין מגילת אסתר וואס המן הרשע האט געזאגט פאר זיין משפחה. וכל זה איננו שוה לי בכל עת אשר אני רואה את מרדכי היהודי יושב בשער המלך.

ביי איינע פון די היינטיגע אזוי גערופענע סאטמערע פירערס וועלכער פארמאגט צענדליגער טויזענטער חסידים איז מען נישט צופרידן מיט די טויזענדטער חסידים וואס זענען שטיצער און אנהענגערס. נאר פשוט מ'פארגינט נישט אז יענער האט אויך.

מ'וויל דוקא זיין א מושל בכיפה 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/6/2010 20:48 לינק ישיר 

הערשל, פון וועם רעדסטו? און פון וועלעכע כלבים? פון התאחדות אברכים בניני זופניק? אדער פון עסטרייכערס כלבים אין לאנדאן? איך זיך אין די מפרשים פון מסכת סוטה און פראביר צו זען פון וועם חז''ל רעדט? פון רבי אהרן צו פון רבי זלמן לייב? איך קען עפעס נישט ארויס קריכן. HELP!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/6/2010 20:56 לינק ישיר 

נא וודאי קענסטו נישט ארויסקריכען, ביסט דאך דארט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/6/2010 21:52 לינק ישיר 

גיט גענטפערט יואלי, קלאפ אן א גיטס,



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > איך האב זיך געשעמט - איך האב געפלאמט פאר בושה
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext