די הינט באגלייטן, די קעץ בּילען
די וואך שבת איז געווען א נחת צו זעהן ווי דער ראש הבריונים פון קרית יואל האט נישט געקענט ארויסגיין פון זיין שטיב אָן זיין באגלייט און באוואכט מיט זיינע הינט ווי אויך די הינט פון סטעיט פאליס!
אם מזרע היהודים מרדכי אשר החילות לנפל לפניו לא תוכל לו כי נפול תפול לפניו..
אין שטאט האבן צוויי פרק פארלערנער, ר' חיים לייב קא"ץ און ר' אשר אנשיל קא"ץ געטראפן פאר וויכטיג מוחה צו אויף די פראטעסטן אנטקעגן דעם ראש הבריונים פון קרית יואל מיטן אויסרייד כבוד התורה/בזיון התורה.
פרעגט זיך א קשיא צו די צוויי פארלערנער, ווי איז געווען ענקער מחאה פאר כבוד התורה/בזיון התורה ווען:
1
די אזויגערופענע אידישע ווילעדש האט פארשלאסן א מקום תורה ותפילה פון איבער דרייסיג יאר??
2
די אזויגערופענע אידישע ווילעדש קאפו'ס האבן ארעסטירט פיר היימשע יונגעלייט מיט אחזריות פאר גארנישט??
3
ווען די תלמידי וחסידי ראש הבריונים פון קרית יואל האבן באזינגען רבנים ואנשי מעשה בשעת מקדש זיין א בית החיים (בשעה שמתו מוטל לפניו)??
4
ווען דער ראש הבריונים פון קרית יואל מיט זיינע קינדער האבן גערופען זייער אייגענע טאטע און זיידע, דער זקן הרבנים און גדול הדור אין געריכט??
5
ווען די תלמידי וחסידי ראש הבריונים פון קרית יואל האבן אין דעם הייליגען יום טוב שמחת תורה איבער געדרייט א שול??
6
ווען די תלמידי וחסידי ראש הבריונים פון קרית יואל דעם פאלגענדיגען יאר אין דעם הייליגען יום טוב שמחת תורה אריינגעברענגט שווארצע כוליגאנס אין א שול איבערצודרייען און טאנצען אויפן ארון קודש און אויפן מקום תפילה פונעם הייליגען רבין זצ"ל??
7
ווען דער ראש הבריונים פון קרית יואל האט מזלזל געווען בכבוד זקני הרבנים וגדולי הדור מיט די נידריגסטע ווערטר אין זיינע ווילדע דרשות איבער די יארן?
8
ווען די תלמידי וחסידי ראש הבריונים פון קרית יואל האבן פראטעסטירט אנטקעגן אב"ד קארלסבורג אין די גאסן פון קרית יואל??
און נאך אנדערע פעלער
ווען כבוד התורה וואלט אייך אמת וויי געטאהן וואלט מען ווען געהערט פון ענק מוחה זיין ביי לפחות א פאר פון די פעלער.
פני הדור כפני הכלב במלוא מובן המולא