בית פורומים אידישע געדאנק

מזל טוב: "פארמעגליך" ערהאלט רשות!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-15/6/2010 21:59 לינק ישיר 
מזל טוב: "פארמעגליך" ערהאלט רשות!

מורי ורבותי, אין די טעג ווערט א קיילעכיג יאר זינט איך האב אנגעהויבן שרייבן די סעריע פון פארמעגליך ארטיקלען, וואס איר אפקלאנג איז געגאנגען אין די גאנצע וועלט, די ארטיקלעך זענען געווארן נכסי צאן ברזל פון כלל ישראל, מען האט דאס דיסקוסירט און גע'חזר'ט, און דער שלייער פון ר' אהרן טייטלבוים מיט זיינע חלה דעקלעך די אהרונים איז היבש אויפגעדעקט געווארן.
 
איך מיין אז איך דארף פאר קיינעם נישט דערציילן וואס א טעראר "פארמעגליך" איז דורך. מען האט יעדן טאג חושד געווען א צווייטן אז ער איז פארמעגליך, מ'האט צושפרייט נעמען מיט טעלעפאן נומערן פון אומשולדיגע אינגעלייט אז זיי זענען די פארברעכער וואס שרייבן פארמעגליך, מ'האט טעראריזירט די משפחות און ווייבער פון די אינגעלייט, מ'האט פארלייגט וועלטן אז פארמעגליך זאל זיך פארמאכן דאס מויל. אבער אן ערפאלג.
 
איש בשורה אנכי היום, זינט עס האבן אנגעהויבן בלאזן נייע ווינטן אין די גאס, פון א פרישע רשות עפאכע וועלכע האט נישט אפגעשוינט אפילו פארמעגליך, האב איך היינט באקומען א טעלעפאן רוף פון א קרוב מיינער, א גרויסע תלמוד חכם, בשם ר' אהרן טייטלבוים. און ער מעלדט מיר אז "ר' אהרן גיט דיר רשות צו שרייבן ווייטער דיינע ארטיקלן".
 
מיט גרויס פרייד טו איך אנאנסירן, אז פארמעגליך איז שוין אצינד אין אמט "מיט רשות" פון ר' אהרן זענען מיר ממשיך אונזערע ארטיקלן. און מכח דעם שליחות ווינט, גיבן איבער דאס שליחות ווייטער פארן ניק באדאפעסטער ער זאל זיך אויך קענען באנוצן מיט דעם זעלבן רשות.
 
‫נ.ב. נישט אז די רשות איז אונז מעלה ומוריד, נאר בסך הכל וועלן שוין די אהרוינים זיך אויך קענען משתתף זיין, און ליינען די ארטיקלעך.



דווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-15/6/2010 22:08 לינק ישיר 

טייערער פארמעגליך,

איך דאנק אייך פון טיפן הארצן פאר די "רשות". פארט טוט מיר וויי אייך צו מעלדן אז עס איז מיר ליבערשט זיך צו געפינען אין זיין פנקס ווי איידער זיך באנוצן מיט זיין "רשות". דעריבער מעלד איך אייך אז איך קען די "רשות" נישט מקבל זיין און איך וועל ממשיך זיין שרייבן אן "רשות".

דיין אמת'ער חבר
באדאפעסט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/6/2010 07:18 לינק ישיר 

גייסטו מער נישט שרייבן ווייל ער האט געגעבן רשות?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-28/6/2010 18:57 לינק ישיר 


ביז פארמעגליך וועט אנהייבן ווייטער צו ממשיך זיין
אפשר וואלט געווען א פלאן

איבער צוגיין א שטיקל חזרה פון וואס ער האט שוין געשריבן

די בעסטע וואלט געווען ווען די עולם שרייבט בע"פ נישט איבערליינען וואס ער האט געשריבן
נאר יעדע מיט זיין הבנה ווי ער האט עס פארשטאנען
אויף דעם אופן וועט די עולם זעהן וואס פארא חידושים וועלן ארויס קומען
ווייל לא ראי זה כראי זה

דער נחיצות הדבר איז ווייל דער באשעפער האט אריין געגעבן אונעם מענטש דעם כח השכחה
אבער אויף דעם נושא זאגן מיר יעדען טאג ביי די שש זכירות "זכור ואל תשכח"....
אז מען דארף האלטן און איין חזר'ן למען ידעו דור אחרון
די וועלט זאגט אז די זעהסט א רויטע זאלסטו עס אויף שרייבן ווייל ווען ער וועט ווייס ווערן וועט מען נישט וויסן אז ער איז א רויטע
די מהלך פון די ראט כת איז צו מאכן פארגעסן די אלטע
די אלע נייע ענפינדונגען איז אלעס נאר צו מאכן פארגעסן פון פריער
דאס וואס דער ראט ארבעט צו מאכן פארגעסן פון די דורות הקודמים מאכן פארגעסן פון די פריעדיגע צדיקים איז אלעס נאר מ'זאל פארגעסן פון עם, מ'זאל פארגעסן ווער ער איז
נאך אביסל האט ער שוין א גאנצע ווייסע בארד און ולא נודע

ווער ס'שפירט עפעס אן אחריות פאר די דורות העתידים
זאל אוועק געבן פון זיין טייערע צייט און צו לייגן א האנט

און אז ס'וועט ארויס קומען א שיינע מסודר'דיגע ארבעט
וועט מען די אלע געשרייבעכטס צו לייגן מיטן "קונטרס חלוקה אין סאטמאר" כשיצא לאור בעז"ה - שיצא בקרוב





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/6/2010 06:17 לינק ישיר 

איך האף פארמעגליך גייט אינז נישט אויס שפילן דאס מאל
געמאכט געלט אויף פעיפעל אין אנטלויפן

פארמעגליך שרעק דיך נישט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-30/6/2010 06:41 לינק ישיר 

ספאנטאן, מ'זעט אין דיר הימעלישע שרייב כוחות, גיי ווייטער אן און זיי אונז מהנה, מיט רשות פון דיין רבי'ן פארשטייט זיך...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/6/2010 18:18 לינק ישיר 

לויטן מהלך פון ר' אהרן צו טיילן רשות דארט נאר דארט ווי ער האט סיי ווי נישט קיין ווארט, ביי די אייגענע טיילט ער נישט... זעט אויס אז "בשמחה_תמיד" איז דערווייל דער איינציגסטער וואס שרייבן אן ר' אהרן'ס רשות...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/6/2010 22:01 לינק ישיר 

זעט אויס אז די רשות איז טאקע באשטעטיגט געווארן,
פארדעם שרייבט ער נישט ווייטער,



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/6/2010 22:35 לינק ישיר 

פארמעגליך מאכט נישט קיין געלט דא לאז עם מנוחה!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > מזל טוב: "פארמעגליך" ערהאלט רשות!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext