ער טאקע אויסן צו פארניכטן דעם רבי'נס הויז?
די פארגאנגענע עטליכע טעג רעש'ט די אידישע וועלט מיט די נייעס פון קרית יואל. געשלעג, ארעסטן, פראסטעסטן, בולדאוזער נוסח מדינת ישראל מיט אלע קלאפערגעצייג.
עס איז א פאקט, אז כגנב במחתרת האט דער מוסר ומלשין הידוע פרובירט צו פארניכטן וואס מער, אין יענעם זונטאג פארטאגס. מאנכע זאגן אז ער בלויז געמיינט דעם גארטן מיטן סעפטיק, אנדערע זאגן ער האט געוואלט דעם הינטערשטן גארטן אויך מושטערן, ווידער אנדערע שווערן זיך אז ער האט די גאנצע געביידע געוואלט אומווארפן, עס מאכן פלאך מיט דער ערד. ויש אומרים אז ער האט נאר געוואלט אראפברעכן אלעס וואס די רביצין האט צוגעבויט צום אריגינעלן הויז.
סקעפטיקער צווייפלען צי ער, מיט זיין משלח הגה"כּ טיטוס הרשע, זענען טאקע דערביי צו גענצליך אויסרייסן דאס הויז אוואו רבינו הקדוש זי"ע האט געפראוועט סדרים און שבתים, זיך גע'טובל'ט זיינע לעצטע יאהרן אויף דעם עולם, פאר דעם בלויזן ביליגן רייץ פון פארמאגן א טיהר אויף מזרח זייט, צי פארן פריוואטן מענטשליכן געברויך, אדער פארן געברויך פון די פארטיי, פאר די חנוכה ליכט.
מיר וועלן אלזא אויפמישן עטליכע היסטארישע קאפיטלען, אין וועלכע דער עולם איז לאו דוקא באהאוונט, און די מסקנות וועלן שרייען פון זיך אליין. די סדר פון די יאהרן איז מעגליך נישט אזוי גענוי, אבער די פאקטן בייטן זיך נישט.
א. קרית ויז'ניץ
מען האט נאך קיינעם נישט געצוואונגען א חתן צו ווערן. ווען מען האט דעם ברך משה ז"ל אנגעטראגן דעם שידוך מיט די חינוך עצמאי'טע, און דער פרא אדם האט זיך פון דעם דערוואוסט, האט ער שוין נישט צורוה געלאזט דעם פאטער, ער האט מיט ציין און נעגל געקעממפט אז דער שידוך זאל ווערן. ער האט נישט געאנט פון קיין קנאות, פון קיין בחירות, פון קיין לעשות נחת רוח, גארנישט! איהם האט אינטערעסירט איין זאך: ער זאל ווערן אן איידעם ביי א גרויסן רבי'ן. ער דארף נישט קיין שפיץ, אשכנזי, מייזליש, רבי'לעך וואס מוטשען זיך מיט מנין, ער מוז האבן א הגר וואס זאל איהם פארזיכערן פארענטשעס!
וכך הוה.
כידוע האט דער ברך משה זצ"ל זיך איינגע'טענה'ט מיטן רבי'ן זי"ע, אבער וואס טוט מען ווען דער זוהן שפארט זיך אז ער וויל דייקא דעם שידוך? האט ער געמוזט מסכים זיין. די אנדערע קינדער זיינע זענען קיין כבוד גייציגע נישט, האט ער זיי נישט משדך געווען מיט אזעלכע שטייגער שטיבער, אויף וואס דער פעטער האט געזאגט אז דער ארס המינות גייט אריין דורך די טמא'נע שפראך. ער האט זיך גע'עקשנ'ט, האט ער איהם געמוזט נאכגעבן. זיי איז יא גוט געווען שפיץ, אשכנזי, און מייזליש.
ס'רוקט זיך אונטער די חתונה. דער רבי זי"ע לאזט מעלדן אז מען זאל נישט גיין צו די חתונה. אין קרית ויז'ניץ האט יענע נאכט זיך נישט באוויזן קיין איין סאטמארער תלמיד. מפני כבודו פונעם סיגעטער רב האט סאטמאר אראנזשירט א שבע ברכות.
דאס קען ער ביז היינט נישט אראפשלינגען. ער האט דאן אנגעהויבן וועבן פלענער וויאזוי צו פארשווארצן דעם פנים פון רבי'ן זי"ע.
סאטמאר האט זיך נישט גערישט אויף אזא עז פנים וגס רוח. זיכער האט מען זיך נישט געגרייט אז דער יונג וועט נאך הייסן "ממלא מקומו".
ב. טעוועלע
עס הערט זיך ווי א נישטיגקייט, עטליכע שווענץ האבן ארויפגעקלעבט א טעוועלע "במקום הזה עמד רבינו הקדוש בתפילה" (כ'געדענק נישט דעם נוסח גענוי, אבער דאס איז געווען זיין אינהאלט).
נישט ביי "מיר" אין בית המדרש! האט ער געדונערט. די טעוועלע איז מיסטעריעז פארשוואונדן. מען פרעפלט א גאנצע רעדע, "טעוועלע ארויף, טעוועלע אראפ", און די טעוועלע איז פארבליבן אין געהיים, אין באהעלטעניש. דערמאן מיר נישט דעם רבי'ן!
במקום הזה לא עמד רבינו הקדוש בתפילה.
ס'איז נישט שוואנצאנעס. ס'איז אויסגעריסן.
פינטל.
ג. אזוי האט מען געטון אין ארשיווע...
שווארצע וואלקענעס האבן אנגעהויבן קומען אין ריכטונג פון סאטמאר. "דער טאטע וועט אהיימקומען וועט ער מאכן ארדנונג". דער טאטע האט נעבעך נישט געקענט צוקוקן ווי זיין זוהן לייגט זיך ווידער אריין אין פלאנטער, גענוג געווען איינמאל, האט ער פרובירט מיט אלע מיטלען אז זיין עקשן זאל נישט ליידן נאך א דורכפאל.
דער עקשן האט פולשטענדיג איבערגענומען די לייצעס פון דעם קריג, און עס האט זיך אנגעהויבן א קייט פון טעראריסטישע דרשות, ווי באמבעס פון א קאנאן אהן איבעררייס, געשאסן אין ריכטונג פון יעדן וואס איז איהם געשטאנען אונטערוועגנס. "כהנים ארויס", "עפרא לפומיה", "מוחה פון מאנסי", און נאך און נאך כמין חומר, וואס האבן געגעבן יאהרן לאנג ערלויבעניש פאר די ערצויגענע מתמידים צו שלאגן רויבן פלינדערן שטעכן אונטערצינדן צושטויבן מאכן פאוני קאלס פארשפרייטן פאשקווילן פייניגן וועם אימער.
פרעגט זיך די שאלה, פון וואו נעמט מען דעם היתר צו טעראריזן יענעם?
פשט'לט דער גאון און זאגט מיט א בלעכענעם פרצוף, "אזוי האט מען געטון אין ארשיווע, אזוי האט מען געטון אין קראלי, אזוי האט מען געטון אין סאטמאר, און אזוי האט מען געטון אין ברוקלין אויך"!
סאטמאר רב איז געווען א פאלנער טעראריסט.
ד. דעם רבי'נס מקוה
אין סעקשן 1 אין קרית יואל איז געווען א מקוה וואס רבינו הקדוש זי"ע האט זיך דארט גע'טובל'ט מערערע מאל. דער מלשין דער רשע האט געברויכט דאס שטיקל לאנד, האט ער דאס צובראכן.
ה. דער "פעטער"
טראצדעם וואס דער ברך משה זצ"ל איז ערוועהלט געווארן דורך כמעט די גאנצע קהילה פה אחד אלס ממלא מקום רבינו זי"ע ונשיא המוסדות, און איז אויך באאויפטראגט געווארן צו דעם פאסטן דורך די גרעסטע תלמידי ומעריצי רבינו זי"ע, הה"ק מפשעווארסק זצ"ל, הה"ק מפאפא זצ"ל, הה"ק מתולדות אהרן זצ"ל, ועוד ועוד, איז ידוע ביי יעדן אז ער האט זיך נישט געהאלטן אלס ממלא מקום.
ווער עס קוקט אריין אין די בענדער חידושי תורה מהר"ם ט"ב ווער ער טרעפן אין כמעט יעדע דרשה אין יעדע תורה דער פעטער ז"ל, זיך האלטן צום פעטער ז"ל נישט פארגעסן דעפ פעטער, דעם פעטערס מוסדות דעם פעטערס ישיבה, אלעס דעם פעטערס, ער האט זיך געהאלטן בלויז אלס ממשיך, נישט אלס ממלא מקום. ער האט גערעדט צום רבי'ן ז"ל אלס פעטער פון אלס פיצל קינד, און נאכמער זינט די טראגעדיע ווען דער פאטער דער עצי חיים האט איהם ל"ע איבערגעלאזט זייענדיג בלויז עלף יאהר אלט, און דער רבי האט זיך געזארגט פאר זיין וואוילזיין.
אין די ערשטע (אדער איינע פון די ערשטע) פתיחות פאר די תלמידי הישיבה, האט דער ברך משה איבערגעגעבן אז אויפן פארלאנג פון מומע וועלן אלע מוסדות הייסן "תורה ויראה דרבינו יואל". ביי איהם איז געווען פשוט דער "רבינו יואל". עס איז איהם נישט געווען קיין פראבלעם עס איבערצוגעבן בשם די מומע, ווייל ביי איהם האט דער אמת אלעמאל פארנומען דעם אויבנאהן.
קומט צו גיין דער דובר שקרים, דער שליט, דער געוועלטיגער, דער צוקונפטיגער טיטוס, דער רוח גבוהה און נפש שפלה מתלמידיו של בלעם הרשע וואס מאכט אידן זינדיגן און פליהט אין די הימלען, און רופט דעם רבי'ן "פעטער"!
צוערשט איז דאס א פרעכער ליגנט, דער רבי איז נישט זיין פעטער.
צווייטנס, אז דעם רבי'נס אייגענע פרוי האט איהם גערופן "דער רב", ווייל זי האט איהם געקענט הערשט אלס רב, ווי קומט אז שווארצער יונגערמאן וואס האט דעם רבי'ן זי"ע געקענט שוין אלס אנערקענטער רשכבה"ג און מנהיג ישראל, זאל איהם רופן אין דער עפנטליכקייט דער פעטער?!
אלעס, נאר נישט "דער רבי". איינפאך.
ו. דער פעטער האט מאכיל חמץ און נבילה געווען
אלע מצה און פלייש ביז היינט אין אמעריקע, זענען געווען מיט פקפוקים. "לבי נוקפי" אז דער "פעטער" האט געגעסן מבוקעות און מצומחות, און די פלייש "ווייסט מען דאך" האט נישט געטויגט.
ז. בני המן
ווי הערט זיך "מוסדות תורה ויראה דרבינו המן מסאטמאר קרית המן".
מאדנע, הא?
מיט וואס איז "בני המן" אנדערש? "בני זואל"?
נאר מיטן ציהל צו אויסרייסן דעם "רבינזיכרוינעליווראכע", איז ערלויבט איהם צו רופן המן אויך.
ח. דער טאטע ווייסט נישט פון קיין זונטאג
נישט נאר דעם רבי'ן זי"ע וויל ער אצינד אויסרייסן, נאר אויך דעם כבוד פון טאטן שוינט ער נישט אפ. ווער געדענקט דען נישט די יאהרן תשנ"ט-תשס"ו ווען יעדער גלויביגער זיינער האט גערעדט די ערגסטע רייד אויפן ברך משה זצ"ל, פארן בלויזן זינד פון זאגן פאר זייער געטשקע "דו ביזט מיר מקצר ימים"!
אין קעלער האט דער געוועזענער רב הצעיר פרעך געזאגט "דער טאטע ווייסט נישט פון קיין זונטאג, פון קיין מאנטאג און פון קיין דינסטאג". "דער טאטע און די מאמע קפצה עליהם זקנה".
און ווער געדענקט נאך וואס. האחרונות משכחות את הראשונות.
ט. נאך די אכציג האט ער נישט קיין מיינונג
מיט פרעצעדענטלאזע געמיינע נידריגקייט האט די אפיעצעלע קהילה אפגעדרוקט און פארשפרייט ביכלעך אז דער ברך משה זצ"ל איז פון א געוויסן טאג (דורשי רשומות זאגן אז עס איז יענער טאג וואס דער עקשן האט אנגעהויבן מערקן אז דער פאטער וויל שוין מער נישט דעקן זיינע רשעות) געריהרט געווארן ביים זינען ל"ע.
אזויפיל חוצפה פארמאגט די קליקע אין זיך, אז זיי שרייבן אין זיין נאמען אז נאך די אכציג האט א איד נישט קיין אייגענע מיינונג! וויי און ווינד! די אלע אידן וואס זענען געקומען זיך שואל עצה זיין איבער שידוכים, עניני רפואה, האבן קיינמאל נישט געהערט אז ער קען שוין נישט זאגן א מיינונג, בלויז דעם בלעם'ן איז אנטפלעקט געווארן דעם געהיימניס אז די אלע אידן האבן זיך גענארט, און דער ברך משה זצ"ל האט געלאזט זיי זיך נארן!
-----------------------
ליינט מיט שפאנונג דעם בייגעלייגטן דאקומענט וואס כ'האב לעצטנס אנטדעקט אין די ארכיוון.
-----------------------
צווייפלט נאך איינער אויב די לעצטע זארג ביי דעם פוהרער אין קאפ איז צו פרעזערווירן א געביידע וואו דער רעביזיכרוינעליווראכע האט געוואוינט? ער וועט עס גענצליך אומווארפן אין די ערשטע געלעגנהייט וואס עס וועט זיך לוינען. ער וועט נישט אפשוינען קיין בתי מדרשים, קיין ישיבות, תלמוד תורות און מיידל שולעס, ער וועט מיט געוואלד זיי צוטרעטן און פארניכטן, לתפארת בני הגר, ולעשות נחת רוח.הייל אהרן!