| נשלח ב-16/6/2010 23:07 |
|
| |
שטארקע טעראר אויף מחותנים אין אולם עקשטיין
ווער ס'האט שוין חתונה געמאכט אינעם זאל אולם עקשטיין ווייסט צו זאגן פון די טעראר וואס מ'גייט דורך ביז מ'זעט זיך שוין אריבער מיט די חתונה, אנגעהויבן אינעם יום החופה נישט מער און נישט ווייניגער דער מחותן באקומט א רימיינדער אז ער קען פארגעסן פון באקומען א דיסקאנט אויף דעם זאל אויב מ'ענדיגט טאנצן נאך 11 אזייגער, דער מחותן האט נישט קיין צוויי ברירות ער מיז נעבעך פאלגן דעם תקנה, ס'קומט 5 מינוט צו 11 קומט דער מענעדשער און ווארענט אן דעם מחותן אז אויב הערט מען נישט אויף טאנצן ביז 5 מינוט וועט ער באצאלען תבין ותקילין פאר דעם זאל, דער מחותן זוכט זעך נעבעך נישט קיין צרות און באין ברירה באפעלט ער אפצושטעלן דאס טאנצן, יא אזוי מאכן נעבעך מיט די אלע מחותנים וואס נעמן ארויס דעם זאל אולם עקשטיין,
אין א אנדערע נייעס ווערט געמאלדן איבערן זאל עטרת מאיר צבי, אז ביים אינטערשרייבן די אפליקעישן פארפליכטעטן זיך די מחותנים פאר די הנהלת המוסדות נישט צו נעמען א מסדר קידושין ברשות דעם מרור דאתרא אין זייער זאל, און אויב די הנהלה ווערט געוואויר פאר די חתונה אז דער מחותן איז עובר און ברענגט יא א מסדר מיט רשות, וועט די הנהלה אים אויך טעראזירן עד הסוף ער זאל זיך גיין זוכן א צווייטע זאל! אדער מקיים זיין וואס ער האט אונטערגעשריבן!
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-17/6/2010 22:15 |
|
| |
איך האב א באקאנטער וואס מאכט חתונה דעם אנפאנג אלול אין עקשטיין, ער איז אפיציעל א אהרויני, זיינע קינדער לערנען ביי די אהרוינים, ער דאווענט אין די ווייסע שול. איך ווייס דעם אמת אז אינהארצן לאכט ער פונם רב הצעיר, בקיצור ער האט גארנישט קעגן אים און גארנישט מיט אים.
ער האט מיר געזאגט אז ער גייט "בעטן רשות" אז זיין שווער זאל זיין מסדר קידושין, ער האפט אז ער וועט באקומען, נישט ווייל ר' אהרן באדערט אים נאר ווייל ער וויל מכבד זיין זיין שווער. ביים ערשטען קינד וואס ער האט חתונה געמאכט האט ער נישט באקומען רשות, עס בלייבט נאר יעצט א שאלה אויב וועט ער יא באקומען רשות. אויב נישט איז נישט אויסגעשלאסן אז דעם דריטן קינד וועט ער חתונה מאכן אינם נייעם זאל "מיט רשות" ווייל נאר דארט "טיילן" זיי רשות.
|
|
|
|
|
|