בית פורומים אידישע געדאנק

איז קרית יואל דער שוואכסטער חרדישער ציבור?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-20/6/2010 23:43 לינק ישיר 
איז קרית יואל דער שוואכסטער חרדישער ציבור?

דעם שבת האב איך געהערט אן אינטערעסאנטע אויפפאסונג, וואס איך האלט אז עס מוז אויסגעשמועסט ווערן.


ווי באקאנט זענען די אהרונים פארנומען מיטן סידור קידושין ביי די נייע זאל אז עס איז אסור ווייל עס איז אָן רשות פון דעם אזויגערופענעם מרא דאתרא. ווען דו פרעגסט אן אהרוני פארוואס איבעראל אין דער וועלט איז גוט אזא סידור קידושין אבער פונקט אין ק"י איז עס נישט גוט? וואס ענטפערט ער: אז אָן רשות פונעם [אזויגערופענעם] מרא דאתרא קען ארויסקומען קלקולים, ווי למשל אז מען וועט נעמען אזעלכע וואס ווייסן נישט וואס דאס מיינט וכו'.

יעצט לאמיר געבן א קוק: האט פאסירט ביי סיי וועלכן חרדישן איד אז ער זאל זוכן עפעס א קל אלס מסדר קידושין? אין ניו יארק אליינס קומען פאר הונדערטער היימישע חתונות יערליך בליעה"ר און די מסדרי קידושין זענען נישט רב אין שטאט נאר רבנים פון פריוואטע בתי מדרשים, האט מען געהערט פון א קלקול ח"ו ביי אאזא סידור קידושין? האט מען בכלל געהערט אז עמיצער זאל זוכן א שוואכן מסדר קידושין?

אלא מאי, מוז זיין אז ק"י וואוינט גאר א שוואכער ציבור וועמען מען קען נישט טראסטן אז זיי וועלן זוכן דוקא אן ערליכן רב וואס זאל זיי מסדר קידושין זיין.

דאס האט א קלוגער איד אויפגעפאסט.

יעצט לאמיר הערן וואס דער ציבור האט צו זאגן.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > איז קרית יואל דער שוואכסטער חרדישער ציבור?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext