די טעמע וואס איך גיי דאס אויפברענגען וואלט זיך נישט געפאסט צו רעדן דערפון, אבער אין ליכט פון די אהרונישע פסולי קידושין ליסטע איז עס זייער וויכטיג אויסצושמועסן.
עס געדענקט זיך גוט די באקאנטע "שאורט קאט" דרשה וואס דער אזויגרופענער מרא דאתרא פון ק"י האט געהאלטן מיט עטליכע יאר צוריק זומער בפני כל עם ועדה זקנים ונערים (יא! נערים) איבער די פראבלעמען וואס פלאגן דעם הייליגן שטעטל קרית יואל.
אין יענע דרשה האט ער אויסגערעכנט "אלע" פראבלעמען וואס קומען ליידער פאר אין קרית יואל, און נישט אויסגעלאזט קיין איין "אדרעס". (אגב, איז יענע דרשה פאררעכנט געווארן ווי די ערשטע סארט דרשה פון א רב בישראל אראפצולייגן אויף קליינע טעלערלעך אלע סארט עבירות וואס א אידיש קינד קען ח"ו אפטון. עס האט זיך נאך קיינמאל נישט אויפגעשטעלט אן ערליכער רב אויסצורעכענען קלךיפ און קלאר פאר בחורים, מיידלעך און קינדער וואס עס זענען די נסיונות. מען האט אלץ גערעדט באיתכסיא, ארום און ארום, מען זאל "פארשטיין אויפ'ן ווינק", אבער ח"ו נישט געזאגט אפען די געמיינהייטן וד"ל).
ליידער האט דער ועד הצניעות אין ק"י נישט ווייניג ארבעט, עס איז באמת א בושה דאס צו זאגן, אבער ליידער א פאקט.
מען האט אבער ביי היינט נישט געהערט אז מען זאל נאכלויפן די עלעמענטן אין די גאס און זיי נאכשרייען "צא טמא" וכדומה. אדרבה, די זענען גאר אנגעלייגטע שיינע אידן ביים אזויגערופענעם מרא דאתרא.
מען קען אריינגיין אין פרטי פרטים, אבער מפני כבודם פון די באטרעפנדע וועלן מיר דאס יעצט נישט טאן.