| נשלח ב-21/6/2010 23:06 |
|
| |
שו"ת אגלי דבש - אוצר תשובות למגידי שיעורים בישיבה קרית יואל
ביז איך האב נישט געהאלטן דעם רייכן באנד שו"ת אגלי דבש אין די האנט האב איך אלץ געמיינט און אזוי האב איך פארשטאנען ליינענדיג די בלאט ווי זיי לייגן אראפ דעם גאון הדור בעל אגלי דבש אז דא רעדט מען טאקע פון א אנגענומענע פוסק הדור, און דער ספר אגלי דבש זענען "שאלות ותשובות" ווי די פוסקי דורינו פרעגן אן חוות דעתו הבהירה פונעם "בעל אגלי דבש" היינט בין איך געווארן זייער סורפרייזט,
אנגעהויבן א גרויס חלק פונעם "תשובה ספר" באשטייט פון "שעורים" אין קרית יואלע ישיבה גדולה, און דערויף האט ער אויך א תשובה צו יעדע מגיד שיעור עקסטערע,
א תשובה צו מאיר אליעזר פריעדמאן, אברהם וואלף פרידמאן, מרדכי דוד קאהן, ר' שלמה זאבעל, ר' זעליג שפילמאן ז"ל, ר' ברוך לעווי, ר' שמחה שלום שטיינבערגער, דערנאך א חלק פון די "תשובה" ספר באשטייט פון "שעורים" אין קרית יואלע כולל, און דערנאך א תשובה צו די כולל יונגעלייט עקסטערע,
א תשובה צו ר' יואל קאהן, ר' שלום יוסף קליין, ר' שלום משה ליפשיץ, ר' שלמה שווארטץ, ר' שבתי קאהן, ר' אברהם מאיר עקשטיין, ר' יואל גליק, דערנאך שיינע תשובות צו די תושבים אין קרית יואל,
צו ר' שלמה בצלאל וויינבערגער איבער א ליינונג אינטערן טלית, צו בערל פריעדמאן איבער צוריסענע ציצית אין די זייט ביי די צוויי לעכער (די ערשטע תשובה אינעם שו"ת אגלי דבש) א תשובה צו ר' שאול לייב זאלדאן, שמואל שלמה טעלער, און צו ר' עקיבאלע גאנץ איבער קוקערוץ,
דערנאך האט ער געשיקט הגהות והערות צו בעלי מחברים אויף זייערע ספרים און עס אריינגעלייגט אינעם שו"ת וקרא שמו בישראל "תשובה" צו ר' נח אייזיק אלבוהם, אודווארי רב, ר' אברהם חיים שפיטצער (כ'גלייב אויב אודווארי רב האט אים געענפערט אויף זיינע הגהות וואלט ער דאס אוודאי אריינגעלייגט)
דערנאך צו אנדערע פוסקי דורינו,
צו ר' מרדכי בעק, ר' מאיר שפיטץ אב"ד ביסטריץ, ר' יודא אליעזר אונגאר (האט א ביהמ"ד אין מאנסי)
דערנאך האט ער אסאך "תשובות" איבער "שמועסן" ביי צוזאמטרעפן, ווי ער איז ממשיך דעם שמועס דורך נאכשיקן א "תשובה" א לאנגע "תשובה" צו ר' יודל ראזענבערג ע"ה א המשך איבער א שמועס אין מחנה רב טוב, א לאנגע תשובה צו הרב ר' בנציון שטראססער א המשך איבער א שמועס אין מצה בעקעריי, א תשובה צו הרב ביק אב"ד מעזוביזש א המשך איבער א שמועס ביי די יארצייט סעודה, א תשובה צום באבוב'ער דיין אנטווערפן איבער א שיחה (שטייט נישט ווען), א תשובה צו הר"ר ישראל דוד הארפענעס דאס איז שוין בנוגע זיין הלכה וואס ר' געציל האט "געהערט" פון "ר' יודא לייב פלאהר", א תשובה צו ר' משה ניישלאס פון סקווירא א המשך איבער א שמועס אין פאפא שטעטל איבער די סוגיא פון גרעיפ זשוס אייסעס,
דעס אלעס זענען תשובות אויף שמועסן ביי צוזאמטרעפן קיין איינע פון דע "תשובות" זענען נישט אויף א שאלה וואס זיי האבן אים אנגעפרעגט,
איצט זענען די תשובות אויף וואס ער שרייבט יא "בדבר השאלה"
3 תשובות אינעם גאנצן ספר "שו"ת אגלי דבש" וואס זענען "תשובות" אויף "שאלות"
1 תשובה בדבר השאלה איז צו ר' יעקב צבי ריבא (?)
צווייטע תשובה בדבר השאלה איז צו זיין מחותן הרב אשר מרגליות (אב"ד ווינא)
דריטע תשובה בדבר השאלה איז נאכאמאל צו ר' יעקב צבי ריבא
דערנאך א "תשובה" צו ר' ישראל'טשע האגער, איבער א "פראבלעם" וואס ער האט אים מעורר געווען איבערן "קרית יואלע'ר עירוב" די ענטפער אויף דעם פראבלעם איז א תשובה אין "שו"ת אגלי דבש" ער האט געגעבן א הסכמה צום ספר פון הרב אברהם וואלף שנעבאלג (מו"ץ ארונים ווימ"ס) דע הסכמה איז א "תשובה" אין "שו"ת אגלי דבש"
____________
תם ונשלם ספר "שאלות ותשובות" אגלי דבש.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-24/6/2010 19:58 |
|
| |
גערעכטער פארציילט אז ער איז אליינס געפרן מיט הגאון האדיר קיין לאנדאן און אלע דיינים זענען געשטאנען אין די רייע צו פרעגן אלע גאר שווערע שאלות פון האדיר האדירים, זעהט אויס אז די אלע שאלות זענען אזוי שטארק אז די פאפיר פארטראגט עס נישט...
|
|
|
|
| נשלח ב-24/6/2010 20:03 |
|
| |
איך געדענק נאך ווען צד מהרז''ל פלעגט שרייען אז צד מהר''א מאכט חוזק פין דיינים וואס פסקנן אנדערש ווי זיי
|
|
|
|
| נשלח ב-24/6/2010 20:15 |
|
| |
חס ושלום! מיין כוונה איז ליצנות מאכן פון די בלאט קאמפעני וואס מאכן א בליק כאילו מ'רעדט דא פון א שו"ת שואל ומשיב בדורינו, פון דעם תוכן התשובות זעלבסט האב איך בכלל נישט חוזק געמאכט, ס'ליגט דערין גאונות בקיאות, איין זאך ער איז אין פאקט נישט אויפגעפוקט אינעם עולם השו"ת.
תוקן על ידי שטריברורין ב- 24/06/2010 20:22:06
|
|
|
|
| נשלח ב-24/6/2010 20:25 |
|
| |
אה! צד מהר''א האט אויך נאר געוואלט חוזק מאכען פין דער איד וועלכע לייגט אראפ די רבנים פין צד מהרז''ל ווי ערליכע אין יושער'דיגע, תורה'דיגע יודן (כ'זאג נישט אויב זיי זענען כ'זאג נאר וואס צד מהר''א קען זאגען אויף דיין נערישע ענטפר)
|
|
|
|
| נשלח ב-24/6/2010 20:33 |
|
| |
אמת כ'האב טאקע געשריבן ר' געציל די פאסט טרעגער, איך גיי עס שוין מתקן זיין.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/6/2010 20:36 |
|
| |
ניין ווייל ער איז נישט געווען קיין פאסט טרעגער די פראבירטס די בעסטע וואס די קענסט אויף רז''ל פילאפ זאגען אויך נישט צד מהר''א פאסט טרעגער
|
|
|
|
| נשלח ב-24/6/2010 20:48 |
|
| |
ווען דער ספר הייסט ווען "ספר עגלי דבש" וואלט איך נישט געמאכט דעם אשכול, מיין ליצנות איז די "שו"ת" ולולי דמסתפינא וואלט איך געזאגט אז ס'איז נישט ר' געציל וואס האט דא געשוויצט ארויסצוגעבן דעם שו"ת... וד"ל
כ'האף אז די פארשטייסט שוין פון וועם איך מאך ליצנות.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/6/2010 21:15 |
|
| |
העי קיינער מאכט נישט חוזק, ס'איז א אנעליז...
מיר ווייסן אז די לייסענס חוזק צומאכן איז ביי ענק אשטייגער מישמאש טשאדעל באדעלע לישקע. מיר מאכן נישט חוזק ח"ו מיר טוען נאר פרעזענטירן אז ענקער דיין איז נישט חוזק פראאף ער איז נישט עפעס ווייסעך וואס, מיר האבן נישט געפענט א וועבזייטל מיט טעלעפאאן נומערס ווייל ער פסקנט אנדערש ווי אונז, און מיר לאזען איהם פסקנן וויאזוי ער וויל.
|
|
|
|
| נשלח ב-24/6/2010 21:25 |
|
| |
מען דארף זיך נישט פארענטפערן פאר אזעלכע וואס זייער גאנצער ציל איז בזיון ת"ח
און איך ווייס אז מיינע ווערטער גייט מען נישט אננעמען פאר ווער עס וויל נישט הערן
איך וועל אבער דאך ענטפערן פאר עס וויל יא הערן.
די תשובות אין אגלי דבש איז 90 פראצענט פון די לעצטע צען פופצן יאר, חוץ דעם האט דער דיין שליט"א איבער טויזנט (!!!!, לכאורה היינט שוין מער, דאס האב איך געהערט פאר 10 יאר צוריק) בירורי הלכות אפגעשריבן ראשי פרקים ווי עיין בספר... עיין בספר.... וכו', וואס ווען מען וועט דאס מפענח זיין וועט זיין עטליכע בענדער בירורי הלכה.
איך האב געהערט מבני משפחתו אז דער דיין האט שוין גרייט נאך א באנד אויף אורח חיים, און נאך א באנד אויף יורה דעה, לכאורה קומט נעקסט קודם יורה דעה. (איך ווייס נישט אויב דאס איז פון די ראשי פרקים צו נישט אבער כך שמעתי)
יעצט איר קענט מיר אלע ענטפערן שטותים
אבער צו דעם וועט מען דארפן ווארטן אביסל און מען וועט זען דברי מי יקום
|
|
|
|
| נשלח ב-24/6/2010 21:32 |
|
| |
אין עלינו רק מה שעינינו רואות
|
|
|
|
| נשלח ב-24/6/2010 21:35 |
|
| |
וואלן, איר ווייסט אפשר פונקטליך צו וועם זענען געשריבן די תשובות, פון די אלע שו"ת ספרים פון ריח"מ פר"מ, אדער רז"ל פילאף, אדער רש"ל וויינבערגער?
אגב, שו"ת מנחת יצחק און באר משה האבן תשובות צו בחור'ליך און סתם המון אינגעלייטליך.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-24/6/2010 23:18 |
|
| |
דיןתורה שרייבט:
אה! צד מהר''א האט אויך נאר געוואלט חוזק מאכען פין דער איד וועלכע לייגט אראפ די רבנים פין צד מהרז''ל ווי ערליכע אין יושער'דיגע, תורה'דיגע יודן (כ'זאג נישט אויב זיי זענען כ'זאג נאר וואס צד מהר''א קען זאגען אויף דיין נערישע ענטפר) אזוי?! איך האב נישט געוויסט אז רבינו הקוה"ט איז געווען א פאלנער "דער איד" שרייבער?! נ.ב. לאוב האט דער בלאט אויפגענועמן, אונזערע רבנים האט רבינו הקוה"ט אויפגענומען...!
|
|
|
|
| נשלח ב-25/6/2010 19:19 |
|
| |
דעקעלעך, ס'איז גארנישט ראנג צושרייבן תשבות צו בחור'לעך. נאר סאיז א חידוש אז אלע שווערע שאלות וואס דייני לאנדאן באלאגערען על פתחו של העגל, האט נישט געפינען די נחיצות צו ווערן געדריקט אינעם ספר, למשל די מנחת יצחק האט נישט ארויסגנומען די תשובות צו רבנים\דיינים צו מאכן פלאץ פאר א תשובה צו א בחור אדער א הערה צו שמועס פון א תנאים וכדומה, קיינער איז נישט מסופק אין די געוואלדע גאונות האדירות פון די מחבר העגלדבש ס'איז נאר א שטיקל אנעליז צו זיין גרויסע עניוות,
אויך איז גאנץ אינטערעסאנט צו אנעלזירן די אינטעראסאנטע פאקט וואס וואלןסח ברענגט ארויס אז די אלע שאלות זענען נאר פון די לעצטע פופצן יאר, און פון פאר פופצן יאר צוריק - איז דא טויזענטער שאלות מיט מראה מקומות א בחינה ווי די סטייפלער גאון, צו ווייסט איינער וואס האט פאסירט די לעצטע פופצן יאר אז פון טויזענטער שאלות איז געווארן אפאר צענדליג שאלות צו בחורים און היסטאריקער ?
כלל ישראל ווארט מיט אנגסט אויף די הונדערטער פרישע בענדער וואס גייען ארויסקומען, די מבצר הכוללים ארבעט יומם ולילה אויפצוברעכן די שווערע ראשי תבות און די מיליאנען מראה מקומות, און ס'איז נישט קיין ספק אז ס'וועט זיין די העכסטע אויף די טאפ סעלער ליסט אינעם בלאט
עס איז צום האפן אז ס'וועט אפשר זיין בירורום אויף די צענדליגע איסורים אין היתרים ער האט געטיילט פאר זיין פארטיי לעצטע 30יאר, א שטייגער אפערריטע מילך און מוסקאווי קאטשקעס,
ויתענגו מטובך
תוקן על ידי zibala ב- 25/06/2010 19:23:21
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-25/6/2010 21:13 |
|
| |
הער אויס א שיינער סיפור ידוע, זיבעלע,
בזמן הקצות, האט עפעס אן אויפגעקלערטער למדן, ארויסגעגעבן א חיבור, וואס האט אפגעוואנדן דעם גאנצן ספר קצות, אין אפגעשיקט צום קצות, דער קצות האט זיך נישט וויסנדיג געמאכט דערפין, א שטיק צייט שפעטער האט דער למדן געטראפן דעם קצות. פרעגט דער למדן דעם קצות, האט איר נישט ערהאלטן מיין חיבור? יא איך האב עס ערהאלטן אין געזען ענטפערט דער קצות, נו פארוואזשע האט איר מיר גארנישט צוריקגעענטפערט? פרעגט דער למדן, רופט זיך אן דער קצות, וואס פאלט דיר ביי אז איך האלט נישט ביים ענטפערן איך זיץ נאר און איך ווארט איר זאלט ארויסגעבן אזא חיבור ווי מיין קצות, און גלויב מיר איך וועל זיי אלעס אפווענדן.
לענינינו, כל זמן אייערע דיינים, ריח"מ פרידמאן, רז"ל פילאף, רש"ל וו"ב, וכו' וכו' האבן דעווייל גארנישט מחבר געווען קיין איין תשובה איז נישטא פון זיי אלע, אין נישט ווערד צו אנטווארטן אויף אייערע לצנות.
|
|
|
|
|