| נשלח ב-22/6/2010 03:55 |
|
| |
בית יואל מפרסם מכתב גלוי פאר כלל ישראל המבקשי האמת

תוקן על ידי 1satmar ב- 22/06/2010 04:04:53
|
|
|
|
| נשלח ב-22/6/2010 16:25 |
|
| |
אקיי, די אהרונים זענען שקצים! אבער ווי איז ענקער הזמנה לדין תורה?
|
|
|
|
| נשלח ב-22/6/2010 17:08 |
|
| |
ווען איינער וועט אריינקומען אין דיין הויז און ארויסוואקן מיט די לייכטערס, וועסטו אים שיקן א הזמנה ?
איך פארשטיי אז דוד עקשטיין האלט אז קהל האט נאר געגעבן און פארקויפט דאס הויז ווילאנג די רעבעצין לעבט אבער בית יואל טענהט אז זיי טרעפן נישט אזאנע ווערטער נישט אינעם שטר מתנה נישט אינעם שטר מכירה, און אויב טשעפעט ער דאס הויז איידער א בי"ד זאגט אים אז ס'איז טאקע זיינס זייט די רעבעצין'ס פטירה, וועט מען טוהן "ע"פ תורה" וואס מ'דארף טוהן מיט א גזלן,
אבער אפילו ער האט שוין צובראכן די טרעפ און די גראז מיט די צוים ווייל ער האלט אז ווען מ'געט אדער פארקויפט א הויז איז עס נאר ביז די מזוזה פון די מזוזה און ווייטער ווערט נישט אריינגערעכנט, דאך איז בית יואל גרייט לפנים משורת הדין צו קומען צו דין תורה נאכן באקומען א הזמנה ווי א איד, בית יואל שיקט אים נישט קיין הזמנה, ווי געשמועסט שיקט מען נישט קיין הזמנה פאר א גזלן אפילו ער שווערט זיך אז דאס איז זיינס.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/6/2010 17:23 |
|
| |
דו רעדסט ווי א אייזל, ווען איינער קומט אריין אין מיין הויז און כאפט די לייכטער, וועל איך טין אלעס אין דער וועלט עם צוריק צו האלטן, ווי רופן פאליציי, גיין אין קארט, גיין צו דין תורה, רופן שומרים, אלעס אלעס וועל איך פראבירן עם צו סטאפן, אויב די פאליציי זאגט אז ער איז גערעכט וועל איך עם רופן צו דין תורה, און דארט פראבירן, אין נזקקין איז א זכות נישט קיין חוב, איר שרייט ווי קעלבלעך אין נזקקין, אין ביני לביני נעמט ענק אלעס צו, דוד עקשטיין איז לויט ענק א שיגץ, און רופט ענק נישט צו דין תורה, דאס לאזט ענק נישט שיקן צו עם א הזמנה? פראבירט! שיקט א הזמנה לדין תורה אין א עיקול ווייטער צו ארבייטן וועט איר זען ווי ער וועט פאלגן ווי א טאטעלע, די באל איז אין ענקער יארד! אלעס איז בידכם עם צו סטאפן.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/6/2010 17:34 |
|
| |
?
|
|
|
|
| נשלח ב-22/6/2010 17:39 |
|
| |
וואס איך בין ווען בית יואל וואלט איך לכתחלה געטאן ביידע, סיי קארט, און סיי בי"ד,
קארט, פאר SHORT TERM, צו תיכף אפשטעלן די גניבה דורך דיני דמלכותא, און בי"ד, פאר LONG TERM, צו סוף כל סוף, דן זיין דער עצם סיכסוך דורך דייני ישראל,
דאס איז זייער א אויסגעהאלטענער אפטער דרך, ביי סאטמאר ב"פ האבן חסידי רז"ל געטאן די זעלבע, געגאנגען צו בי"ד, און באותו רגע אויך געגאנגען צו קארט צו מעקל זיין, ביז ווי וואס ווען, יעדער בי"ד פארשטייט דאס,
בכלל פארשטיי איך נישט די בית יואל חברה, פארוואס דעמאלטס ווען עקשטיין האט אפגעשפארט די שול זענט עטס נישט שנעל געלאפן נעמען א עיקול פון א בי"ד, איך קען אייך גארארנטירן אז אפי' די שוואכסטע בי"ד וואלט קיינמאל נישט ציגעלאזט אז א ביהמ"ד זאל פארשפארט ווערן, איך פארשטיי אז איר טענה'ט אין נזקקין וכדומה, אבער וואס טוט מען נישט אז א שול זאל נישט ציגעשפארט ווערן?
|
|
|
|
|
| נשלח ב-22/6/2010 17:56 |
|
| |
איך פארשטיי נישט איין זאך, עס איז דאך ברור כשמש פאר קהל אז די לאט גיהערט פאר זיי, נו וואס האבן זיי מורא צו זיין דער מוציא מחבירו עליו הראיה, פארוואס שיקן זיי נישט קיין הזמנה?
|
|
|
|
| נשלח ב-22/6/2010 18:03 |
|
| |
בקיצור הק' רבי מאיר דייטש ווארט מען זאל אים רופען צו דין תורה און הק' רבי דוד עקשטיין ווארט אויך און דערווייל איז כל דאלים גבר שיין דערלעבט!
|
|
|
|
| נשלח ב-22/6/2010 18:05 |
|
| |
ווייל קהל איז נישט מוציא, זיי זענען אוחז ביד, זיי האבן א געווינענן פסק פונעם קארט, איר ווילט מוציא זיין פון זיי, דארפט איר שיקן א הזמנה לדין תורה, ועוד יש לומר, דוד עקשטיין איז א באנדיט, א שייגעץ, סא, טיט וואס איר קענט עם צו סטאפן, איך בין זיכער אז ער וועט נישט האבן די חוצפה ממשיך צו זיין מיט זיין "גניבה" אויב וועט זיין א עיקול פון א בית דין כשר בישראל, און אויב וועט ער נישט פאלגן, וועט כאטשיג יעדער זען אז איר פירט אייך על פי תורה און ער איז א מרים יד בתורת משה, אלעס איז געוואנדן נאר אין ענק.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/6/2010 18:10 |
|
| |
זיי ברויכן נישט קיין הזמנה, צו מברר זיין זייער בעלות, ווייל הרשות בידם צו עס נעמען, ווי יעדער זעהט, איר זענט די מוצאים, ועלכים הראי',
דער סדר העולם איז אז דער באטראפענער, דער באקירעווערטער, רופט צו די די"ת, נישט פארקערט,
|
|
|
|
| נשלח ב-22/6/2010 18:12 |
|
| |
א תובע האט נישט די זעלבע זכיתים ווי א נתבע
|
|
|
|
| נשלח ב-22/6/2010 18:15 |
|
| |
דאס אז איר זענט מומענטאל דער תובע איז נישט קיין הלכה, דאס איז דער מציאות, דאס קענט איר נישט טוישן,
|
|
|
|
| נשלח ב-22/6/2010 18:21 |
|
| |
ביי זבל''א וועלן ביידע צדדים זיין תובעים און נתבעים, און ביידע וועלן האבן די זעלבע זכותים,
|
|
|
|
| נשלח ב-22/6/2010 18:24 |
|
| |
יעדער גזלן איז א אוחז ביד.... לאפוקי מאי??
דעס תם'וואטעקייט דאס קען איך שוין נישט פארנעמן,
אין יעדע סכסוך צו דאס איז אין ירושה צו שותפים צו שכנים, וויל יעדער יענער זאל זיין דער מוציא מחבירו, קענסט מיר זאגן א סיבה פארוואס בית יואל זאל מוותר זיין אויף אזא שטארקע זכות וואס יעדער וויל אין יעדע סכסוך? אויב דמיון'ט דוד עקשטיין צו באקומען א הזמנה א דאנק זיין אלימות, דאן מאכט ער א גרויסע מיסטעיק, ווילאנג ער פירט זיך אויף ווי א חיה וועט בית יואל ריעקטן צו אים ע"פ תורה דורך'ן דינא דמלכותא, אז ער וויל האנדלען ווי א מענטש זאל ער שיקן א הזמנה, נישט קיין טרעטארס און בית יואל וועט זיך בו ביום אראפזעצן מיט אים.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/6/2010 18:28 |
|
| |
דוד עקשטיין וויל נישט קיין הזמנה! ער איז זייער צופרידן!, ער וויל דעם שטח פארן הויז, און דאס האט ער באקומען פון דעם קארט, אויב ווילט איר עם סטאפן קענט איר נאר עפ''י דין תורה מיט א הזמנה לדין, ע''פ דינא דמלכותא האט איר מיאוס פארלוירן, איז דאס אזוי שווער צו פארשטיין?
|
|
|
|
| נשלח ב-22/6/2010 18:30 |
|
| |
| גערעכטער1 כתב: |  | ביי זבל''א וועלן ביידע צדדים זיין תובעים און נתבעים, און ביידע וועלן האבן די זעלבע זכותים, |
|
דאן איז דוד עקשטיין מכובד צו שיקן א הזמנה און ביידע וועלן שרייבן שטרי ברורין צו יעדן'ס צופרידנהייט.
|
|
|
|
|