דורכגעפאלענער קאמפיין קעגען ישיבה גדולה ד'סאטמאר (המכונה קווינס) און איר מנהל.
עס איז דורך 2 וואכען פון דעם געלונגענעם פראטעסט אין די גאסען פון וויליאמסבורג ווי א ריזיגער ציבור אנ"ש האבען זיך אויפגעשטעלט אויסשרייען עוד ישראל רד עם קל, מסירה ומלשינות איז אסור אפגעזען ווער דער עומד בראש איז, אפשפארען בתי מדרשים איז א הימעל געשריי אפגעזען פון די כינויים –סעפטיק\קרעטשמע- וואס מען קלעבט ארויף, הליכה בערכאות ובג"ץ איז הרמת יד בתורת משה אפגעזען ווי שווער די מרימים יד ארבעטען דאס ארויפצושמירען אויפען צד שכנגד, טרעטען אויף ראשי עם קודש איז אפגעפרעגט אפגעזען פון דעם פאקט אז די פוסעים שרייען מיט לעכערליכע קולות יחיד המשתלט על הציבור און פארגיסען אידיש בלוט איז נישט אקצעפטירבאר אפילו ווען דאס קומט מיטען חותם פון "דומ"ץ דמתא".
די באטראפענע, וואס זענען רגיל צו זיין די שרייערס און נישט די באשריגענע, ווייסן נישט ווי אזוי מען עסט דאס און האבען אייגעשפאנט די גרעסטע קארפען קעפ צו שפינען א געוועב צו אונטערייסן די שרייער'ס אונטער פארשידענע שלייער'ן וואס הצד השוה שבהן אלע הימל שרייענדע עוולות וואס זיי זענען תולה קללתם איז כולם שוים לטובה אינעם כלל פון מום שבך וואס זיי זענען תולה קללתם באחרים.
די ערשטע ניגון איז געווען, הלמאי מען קומט ארויס אין די גאסען שרייען קעגען ר' אהרן טייטלבוים, דער גאון וקדוש און רשכבה"ג.
הפנים די שפין מייסטערס האבען פארגעסען די אומפארגעסליכע "מחזה הוד" ווי זיי האבען באגלייט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר שליט"א, דאן אב"ד סאטמאר, מיט קולי קולות אויפען גאס אהיים פון בית המדרש.
דאס איז נישט געווען ביי זיין שטוב, דאס איז געווען בפניו ממש, 2 פיס אוועק פון אים זענען נאכגעלאפען בחורים און אינגעלייט און מבזה געווען מיט די נידעריגסטע כינויים כגרועים שבאומות.
אויך האבען זיי פארגעסען דעם "מחזה הוד" ווי זיי האבען פראטעסטירט לפני ביתו נאוה קודש פון אדמו"ר הברך משה זצ"ל ביים באקאנטען "א גוטען מועד" דרשה.
פארשטייט זיך אז מיר וועלען מיטאמאל בארירען די פראטעסט באגלייט שלעק און בזיון בית המדרש וואס זיי האבען דורכגעפירט שמיני עצרת ביינאכט אינמיטען די הקפות פארען חטא פון פירען הקפות אין בית המדרש אן רשות פון ר' אהרן טייטלבוים.
זעט אויס אז די עולה פון פראטעסטירען קעגען א מנהיג ישראל איז נאר ווען מען געפונט זיך אויף די אנדערע זייט פונעם צוים...
נאכדעם איז געקומען דער ניגון, די גאנצע קווינס ישיבה איז געווען ביים פראטעסט.
הפנים ביי זייערע פראטעסטען זענען עלטערע אידען געווען די חיות, עמרם כהן און עקיבא וויינשטאק, נאר העכער די 50 איז מען ערלויבט צו פראטעסטירען קעגען מנהיגי ישראל...
גאנצעטע בלעטער מיט סטראשונגען אז מען וועט מפרסם זיין די בילדער פון די קווינס בחורים וואס האבען זיך משתתף געווען ביים פראטעסט "וואס האט קיינעם נישט געבאדערט"....
מען האלט שוין 2 וואכען שפעטער, און קיין איין איינציג בילד פון קיין קווינס בחור איז נאכנישט ארויפגעלייגט געווארען.
בילדער פון אינגעלייט, אינגע בחורל'ך, חתנים ועוד, אבער קיין איין איינציג בילד פון קיין קווינס בחור איז נאכנישט ארויפגעשווימען אין די עפענטליכקייט.
(זעט אויס אז די בחורים האבען נישט געכאפט דעם רמז וואס הרה"ג ר' נפתלי בלומענפעלד שליט"א האט "באמת געצילט" מיט זיין דרשה)
עס דערמאנט אבער יא דעם ברייט פארשפרייטען ווידעא בזמנו, ווען כ"ק אדמו"ר מסאטמאר איז געקומען צום ציון פון רבותינו הקדושים איידער די חתונה פון זיין אינגסטען קינד, און איז אפגעווארט געווארען דורך די סטודענטען פון די ישיבה על קברו, וואס האבען שוין עקספיריענס צו פארשטיין דעם "אמתן ציל" פון זייער משלחים ("קהל האט געצעגערט, האבען די בחורים גענומען די זאך אין די האנט..." ר' אהרן טייטלבוים - נעתק מפי הטעיפ) די סטודענטען האבען געמאכט א פראטעסט אין אוהל רבותינו הקדושים און באגלייט כ"ק אדמו"ר מסאטמאר מיט פלעשער און קולות ווי חיות פון הארלעם אונטער די שיץ פון משה לייב וויטריאל דער פובליק סעיפטי טשיעף.
דאס ברענגט אונז צום בא הכתוב השלישי, הרה"ג ר' נפתלי בלומענפעלד שליט"א האט אנגעהעצט די בחורים ומה יעשה הבן שלא יחטא....
אויף די דרשה הערט מען ווי אזוי ר' נפתלי זאגט, א בחור וואס וועט גיין צום פראטעסט האט מער נישט קיין פלאץ ביי אונז אין ישיבה.
מען האט געסטראשעט אז א בחור וואס גייט צום פראטעסט וועט מען ארויסווארפען פון ישיבה.
די בחורים וואס קענען ר' נפתלי בעסער ווי די בלאט\היידפארק ארונישע שרייבערלעך, האבען געכאפט דעם ציל און פארשטאנען אויב ווילען זיי לערנען אין סאטמארע ישיבה קענען זיי נישט מיטהאלטען דעם פראטעסט.
פקודתו שמרה רוחם און פון די 700 בחורים איז נישט געווען קיין בחורים ביים פראטעסט (פארשטייט זיך איך קען נישט נעמען קיין אחריות אז קיין איין איינציגער בחור איז נישט געווען, אבער דאס איז זיכער אז מען האט זיי נישט אנגעזען אין קיין ערענסטער מספר, די גרעסטע באווייז איז, אז די ארונים אין זייער פורום האבען נאך עד היום נישט געטראפען קיין איין בילד פון קיין קווינס בחור טראץ אלע פארשפרעכונגען. זיי האבען געמוזט נעמען אומשולדיגע אינגעלייט, חתנים און בחורים פון אנדערע ישיבות און אנקלעבען אויף זיי דעם טיטעל "קווינס בחור")
הפנים זיי זענען רגיל מיט די דרשות פון זייערע מנהיגים וואס זאגען איין זאך און מיינען א צווייטע זאך און פארשטייען נישט אז עס זענען דא ערליכע מנהלי מוסדות וואס זעהען א ישיבה ווי א פלאץ מחנך צו זיין צעירי עם קודש צו תורה ומצוות ומדות טובות און נישט פאר קיין מיליטער.
דאס אלעס ווייזט קלאר ווי ווייט מיר זענען ברוך השם פון זייערע וועגען אז זיי פארשטייען מיטאמאל אונזער דרך און מהלך המחשבה, זיי קוקען אן אונזערע פירערס כאילו זיי וואלטען געווען אזוי נידעריג ווי זייערע פארפירערס און באמערקען נישט אז זיי קוקען אויף זיך אין שפיגעל.
עס בלייבט אונז איבער צו זינגען און לויבען ברוך הוא אלוקינו שבראנו לכבודו והבדילנו מן התועים און מיר האבען זוכה געווען צו גיין תחת דגלו והדרכתו פון רבינו שליט"א בנעימת המידות ביז מיר וועלען זוכה זיין וכל הרשעה כולה כעשן תכלה יתמו חטאים ולא חוטאים מן הארץ בביאת משיח צדקינו במהרה בימינו אמן
נשלח ב-22/6/2010 21:15
גוט געשריבען בראווער, ספעציעל געגליכען דיין פאזעטיווע ווערטער, אגב, די גרעסטע באווייז אז די סאטמארע בחורים זענען נישט געווען ביים פראטעסט איז די ארונישע אשכול
נשלח ב-23/6/2010 17:11
מען קען פארשטיין די קנאה וואס די אהרונים האבען אויף די הייליגע ישיבה גדולה, עס איז קלאר נישט קיין שנאת חנם.
אין די צייט וואס שוין 30 יאר ווייסט מען אז די מאנראו בויעס זענען די מיליטער פון דעם שארף אויגענדיגען חכם עתיק, ביי יעדע מערכה זענען זיי די ראש וראשון לכל דבר שב.... האט מען נאך אין די 10 יאריגע היסטאריע פון די סאטמארע ישיבה גדולה אין קווינס נישט געהערט אפילו פעם אחת אז די בחורים זאלען זיין פארמישט אין פאליטיק אדער טעראר.
דוד המלך זאגט אין תהילים אף תורתי עמדה לי, זאגען חז"ל תורה שלמדתי באף היא שעמדה לי, יעדער געדענקט די רדיפות און שטרויכלונגען וואס זענען געלייגט געווארען אין וועג אז די ישיבה גדולה זאל זיך נישט עפענען, מען האט דערשראקען מיט שידוכים מען האט באשמוצט די ישיבה אזוי ווייט אז א 70 יעריגער איד האט ארומגעטיילט מאפעס מיט אלע מבואות המטונפים אין די אומגעגענט פון די ישיבה ביום הקדוש הושענא רבא במקום קדוש אין ביהמ"ד הגדול אויף ראדני סטריט.
די שנאה המקלקלת את השורה האט נישט געהאט קיין גבול און געמאכט פון עלטערע אידען פאלנע מטורפים.
ברוך השם רבינו שליט"א מיט גרויס סייעתא דשמיא האט זיך געשטעלט איתן כחלמיש און אויפגעשטעלט די ישיבה 10 יאר צוריק מיט עפעס מער ווי 100 תלמידים, די מצב הגשמי איז געווען שרעקליך, די דוחק המקום די קעמפ אין בראשית איז אלעס געווען שווערע ביטערע חבלי לידה, אבער די תורה שלמדתי באף די תורה וואס מען האט געלערענט מתוך הדחק האט געמאכט א רושם און די ישיבה איז געוואקסען אין די גרעסטע היימישע ישיבה איבערען כדור העולם אין א קורצע זמן פון אונטער 10 יאר.
די 10 יאר איז געקרוינט געווארען מיט הצלחה, סאטמאר האט זיך מיט אמאל דערזען מיט א ישיבה וואס האט איין איינציגען ציל להעמיד דורות נאמנים לד' ולתורתו בדרך שהורה לנו אותו זקן אז עס זאל בלייבען א שם ושארית צום דרך ישראל סבא באמונה הצרופה אויף אייביג.
די ישיבה האט ארויסגעגעבען די שענסטע פירות פון סאטמאר פון די לעצטע עטליכע 20 יאר, תלמידי חכמים, מרביצי תורה, בעלי בתים חשובים לשם ולתפארת. די ישיבה איז קיין איין איינציג מאל נישט גענוצט געווארען ווען "קהל האט געצעגערט" אדער ענליכע מצבים, קיין קווינס בחור האט מיט פאליטיק נישט קיין שייכות, ווי רבינו הקדוש האט נאכגעזאגט אז א בחור דארף וויסען נאר פון תורה ועבודה און נישט עוסק זיין אין חסידות.
אין די זעלבע צייט איז די ישיבה על קברו געגאנגען מטה מטה, פון איבער 700 בחורים, צו וואס ר' אהרן האט געשטרעבט און געהאפט אז ער וועט אנקומען צום מעכטיגן נומער פון 1000, איז דאס פארמינערט געווארען צו קארגע 500 בחורים, כאטש מען האט אריינגענומען די ישיבה לצעירים און טראץ עס איז דא א נאטורליכע וואוקס, וואס במציאות מחמת איזה סיבה שהיא איז דער נאטורליכער וואוקס אין קרית יואל גרעסער ווי וויליאמסבורג און בארא פארק.
בנוסף צו די דורכפאל בכמות איז נאך שטערקער די דורכפאל באיכות, ביי יעדע פאליטישע פרשה וואס מאכט זיך אין סאטמאר אדער קרית יואל, זענען די מאנראו סטודענטען די חלוצי צבא וואס גייען ארויס בראש וראשון צו פירען דעם קאמפף, צו איז דאס מיט פאוני קאולס, צו מיט פיזישע געשלעגען צו מיט פאשקווילען געווארפעכץ.
ווען מען זעט די 2 ישיבות איז דאס די קלארסטע דיפערענץ צווישען די הנהגת התורה ונעימות המדות חסידות, און די מאנראוער אני ואפסי טעראר מאשין, דאס איז איין פלאץ ווי דער בלאט מיט אלע שרייבערלעך האבען נישט באוויזען אין משך פון די אלע יארען צו מטשטש זיין די פאקטען, און דער בילד איז קלאר פאר יעדען איינעם למי החותמת ולמי הפתילים.
ווי פארשטענדליך איז די אויבענדערמאנטע דער גורם אז הרה"ג ר' נפתלי בלומענפעלד שליט"א און די ישיבה זענען די ערשטע ציל פאר די מח שווענקערס פון דער בלאט אינק., ווען אימער זיי דארפען טרעפען עפעס א ציל צו באשמוצען אוועק צונעמען די אטענשען פון זייערע רשעות'ר און דורכפעלער.
ווען א פראטעסט הילכט אפ איבער די וועלט, נעמט מען ארויס די ישיבה גדולה פון טאש, און מען פרובירט אנצושמירען שמוץ אויף זיי. עס איז נישט מער ווי פארשטענדליך אז דער כעס מוז אויסגעגעבען ווערען פון צייט צו צייט און מיר פארגינען זיי דאס פון טיפען הארץ.
וויי וואלט אונז געווען ווען דער מצב איז פארקערט ח"ו, אז אונזער ישיבה אין אין דער ערד און מיר מוזען זיך טרייסטען מיט ארויפלייגען פיקטשערס פון אינגעלייט און ויקרא שמו בישראל "קווינס בחור", ברוך השם אז מיר האבען דעם לגיון של מלך א ישיבה איינס אין דער וועלט און ער מוז מאכען פון אינגעלייט, בחורים.
אריגינעלער, איי פיעל יור פעין, און נאך לאנגע יארען וועסטו בלייבען מיט דעם "פעין" ביז דיין רבי'לע וועט זיך אויסמענטשלען אדער ביז מענדעלע וועט זיך לערנען פון דעם טאטנ'ס מיסטעיקס און פרובירען צוריק צודרייען דעם זייגער. ביז דערווייל איז נעבעך א רחמנות אויף ענקער יוגענט וואס גייט צוגרונד און קומט אראפ פון ישיבה ווארפען אייער אויף די פרידליכע פראטעסטירער אויף צאנז קאורט צו בארואיגען די נערווען פון דעם "אנטלויפענדען ראבינער" אויף עטליכע מינוט, און זינגן די זיבעטע הקפה ניגון ווען א סאטמאר איז מקדש דעם נייעם חלקה אין בית החיים.
נשלח ב-23/6/2010 17:16
און פארוואס וויינט נפתלי בלומענפעלד????? וואס איז מיט די מוח וואשערס????????, וואס איז מיט די נקידה הפנימית??????,
נשלח ב-23/6/2010 17:24
מען קען פארשטיין די קנאה וואס די ארונים האבען אויף די הייליגע ישיבה גדולה, עס איז נישט קיין שנאת חנם.
אין די צייט וואס שוין 30 יאר ווייסט מען אז די מאנראו בויעס זענען די מיליטער פון דעם שארף אויגענדיגען חכם עתיק, ביי יעדע מערכה זענען זיי די ראש וראשון לכל דבר שב......, האט מען נאך אין די 10 יאריגע היסטאריען פון די סאטמארע ישיבה גדולה אין קווינס נישט געהערט אפילו פעם אחת אז די בחורים זאלען זיין פארמישט אין פאליטיק אדער טעראר.
דוד המלך זאגט אין תילים אף תורתי עמדה לי, זאגען חז"ל תורה שלמדתי באף היא שעמדה לי, יעדער געדענקט די רדיפות און שטרויכלונגען וואס זענען געלייגט געווארען אין וועג אז די ישיבה גדולה זאל זיך נישט עפענען, מען האט דערשראקען מיט שידוכים מען האט באשמוצט די ישיבה אזוי ווייט אז א 70 יעריגער איד האט ארומגעטיילט מאפעס מיט אלע מבואות המטונפים אין די אומגעגענט פון די ישיבה ביום הקדוש הושענא רבא במקום קדוש אין ביהמ"ד הגדול אויף ראדני סטריט.
די שנאה המקלקלת את השורה האט נישט געהאט קיין גבול און געמאכט פון עלטערע אידען פאלנע מטורפים.
ברוך השם רבינו שליט"א מיט גרויס סייעתא דשמיא האט זיך געשטעלט איתן כחלמיש און אויפגעשטעלט די ישיבה 10 יאר צוריק מיט עפעס מער ווי 100 תלמידים, די מצב הגשמי איז געווען שרעקליך, די דוחק המקום די קעמפ אין בראשית איז אלעס געווען שווערע ביטערע חבלי לידה, אבער די תורה שלמדתי באף די תורה וואס מען האט געלערענט מתוך הדחק האט געמאכט א רושם און די ישיבה איז געוואקסען אין די גרעסטע היימישע ישיבה איבערען כדור העולם אין א קורצע זמן פון אונטער 10 יאר.
די 10 יאר איז געקרוינט געווארען מיט הצלחה, סאטמאר האט זיך מיט אמאל דערזען מיט א ישיבה וואס האט איין איינציגען ציל להעמיד דורות נאמנים לד' ולתורתו בדרך שהורה לנו אותו זקן אז עס זאל בלייבען א שם ושארית צום דרך ישראל סבא באמונה הצרופה אויף אייביג.
די ישיבה האט ארויסגעגעבען די שענסטע פירות פון סאטמאר פון די לעצטע עטליכע 20 יאר, תלמידי חכמים, מרביצי תורה, בעלי בתים חשובים לשם ולתפארת. די ישיבה איז קיין איין איינציג מאל נישט גענוצט געווארען ווען קהל האט געצעגערט אדער ענליכע מצבים, קיין קווינס בחור האט מיט פאליטיק נישט קיין שייכות, ווי רבינו הקדוש האט נאכגעזאגט אז א בחור דארף וויסען נאר פון תורה ועבודה און נישט עוסק זיין אין חסידות.
אין די זעלבע צייט איז די ישיבה על קברו געגאנגען מטה מטה, פון איבער 700 בחורים איז דאס פארמינערט געווארען צו קארגע 500 בחורים כאטש מען האט אריינגענומען די ישיבה לצעירים און טראץ עס איז דא א נאטירליכע וואוקס וואס במציאות מחמת איזה סיבה שהיא איז דער נאטורליכער וואוקס אין קרית יואל גרעסער ווי וויליאמסבורג און בארא פארק.
בנוסף צו די דורכפאל בכמות איז נאך שטערקער די דורכפאל באיכות, ביי יעדע פאליטישע פרשה וואס מאכט זיך אין סאטמאר אדער קרית יואל, זענען די מאנראו סטודענטען די חלוצי צבא וואס גייען ארויס בראש וראשון צו פירען דעם קאמפף, צו איז דאס מיט פאוני קאולס, צו מיט פיזישע געשלעגען צו מיט פאשקווילען געווארפעכץ.
ווען מען זעט די 2 ישיבות איז דאס די קלארסטע דיפערענץ צווישען די הנהגת התורה ונעימות המדות חסידות, און די מאנראוער אני ואפסי טעראר מאשין, דאס איז איין פלאץ ווי דער בלאט מיט אלע שרייבערלעך האבען נישט באוויזען אין משך פון די אלע יארען צו מטשטש זיין די פאקטען און דער בילד איז קלאר פאר יעדען איינעם למי החותמת ולמי הפתילים.
ווי פארשטענדליך איז די אויבענדערמאנטע דער גורם אז הרה"ג ר' נפתלי בלומענפעלד שליט"א און די ישיבה זענען די ערשטע ציל פאר די מח שווענקערס פון די בלאט אינק. ווען אימער זיי דארפען טרעפען עפעס א ציל צו באשמוצען אוועק צונעמען די אטענשען פון זייערע רשעות'ר און דורכפעלער.
ווען א פראטעסט הילכט אפ איבער די וועלט, נעמט מען ארויס די ישיבה גדולה פון טאש, און מען פרובירט אנצושמירען שמוץ אויף זיי. עס איז נישט מער ווי פארשטענדליך אז דער כעס מוז אויסגעגעבען ווערען פון צייט צו צייט און מיר פארגינען זיי דאס פון טיפען הארץ.
וויי וואלט אונז געווען ווען דער מצב איז פארקערט ח"ו, אז אונזער ישיבה אין אין דער ערד און מיר מוזען זיך טרייסטען מיט ארויפלייגען פיקטשערס פון אינגעלייט און ויקרא שמו בישראל "קווינס בחור", ברוך השם אז מיר האבען דעם לגיון של מלך א ישיבה איינס אין דער וועלט און ער מוז מאכען פון אינגעלייט, בחורים.
אריגינעלער, איי פיעל יור פעין, און נאך לאנגע יארען וועסטו בלייבען מיט דעם "פעין" ביז דיין רבילע וועט זיך אויסמענטשלען אדער ביז מענדעלע וועט זיך לערנען פון דעם טאטענס מיסטעיקס און פרובירען צוריק צודרייען דעם זייגער. ביז דערווייל איז נעבעך א רחמנות אויף ענקער איגענט וואס גייט צוגרונט און קומט אראפ פון ישיבה ווארפען אייער אויף די פרידליכע פראטעסטירער אויף צאנז קאורט צו בארואיגען די נערווען פון דעם "אנטלויפענדען ראבינער" אויף עטליכע מינוט.