| נשלח ב-22/6/2010 20:20 |
|
| |
לייגטס אוועק מיין ווארט: מקוה ווערט פסול
איך האב אריינגעבליקט אין די ארוינישע פורום כל הגולם כולו און געזעהן אז די ארוינימלעך בויען א מקוה, דערווייל האבן זיי שוין זיך געמאכט אהרן זאנע ווייץ איז פלוצלינג די ארגינעלע סאטמארע ווייץ פסול געווארן.... חמץ... לבו נוקפו... אפגעזעהן פון דעם פאקט אז פאר זיי איז דאס גיט געווען אלע יארן, ביז אהרן האט נישט באקומען קיין שטויס ארויס פון סאטמאר איז אים עס פיין געווען.
די זעלבע זאך איז מיט די בוטשער מיט די פלייש און נאך
דערווייל נוצן זיי אונזער מקוה, אלעס איז פיין און וואויל, איך גאראנטיר אייך אז די סקונדע וואס זיי וועלן עפענען זייער אייגענע וועט פלוצלינג געפינען ווערן ביי אונז "געפערליכע חששות" "האט נישט קיין השגחה" "דער ראב"ד נעמט נישט קער" פלוצלינג וועט די מקוה באקומען געפערליכע איסורים.....
די דרשה פון אהרן וועט גיין מער ווייניגער אזוי. "איך זאג נישט אז עס איז פסול... אבער א פלאקען האט ער אריינגעווארפן... לבי נוקפי.... לויט רוב שיטות איז דאס אסור .... מען האט אלע יארן מקיל געווען מ'האט זיך פארלאזט.... מען האט ארויסגענומען א היתר פון טאש...."
לייגט'ס דאס אוועק
|
|
|
|
| נשלח ב-22/6/2010 20:33 |
|
| |
רוב אנ''ש אין וויליאמסבורג ניצן די פאפא מקוה ווייל זאלי מקוה האט נישט קיין השגחה. קיינער וועט קיינמאל נישט זאגן אז ס'איז פסול, אבער קיין השגחה איז נישטא!!!
אבער אויב רעדסטו פון פרעדיקשאנס וועל איך שרייבן מיין פרעדיקשאן, די נייע סאטמארע מקוה גייט זיין פסול, ווייל... דאס וואסער איז געזאלצן, דאס וואסער איז געצוקערט, ס'איז דא גלאטין, דאס וואסער איז צו טריקן, דאס וואסער איז צו נאס, האטס נישט קיין מורא, לויפער און שטיין ארבייטן שוין אויף עפעס א איסור...
|
|
|
|
| נשלח ב-22/6/2010 20:52 |
|
| |
איך האב אין מיין באזיץ א טעיפ ווי מען הערט א שמועס צווישן די אהרוינישע קעפ. די שמועס איז פארגעקומען אין סיגעט'ער ביהמ"ד אויף העוועס סטריט אפאר חדשים פאר די פטירה פון ברך משה.
אינם שמועס הערט מען ווי מתתי' דייטש זאגט פאר ר' אהרן, "צו געווינען דארף מען פון יעדע קלייניגקייט מאכן א מלחמת מצוה, נאר אזוי וועט מען האבן די פרומע און די קליינע קעפ"
קאמענטארן זענען איבריג.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/6/2010 21:01 |
|
| |
יא, נחום ראזענבערג זאגט אויך אז ער האט דעם טעיפ! זעט אויס אז ס'איז אמת.
|
|
|
|
|
| נשלח ב-22/6/2010 21:17 |
|
| |
יא, נחום רויזענבערג און גערעכטער זאגן אז די סאטמארע מקוה האט נישט קיין השגחה, זעהט אויס אז סאיז אמת
|
|
|
|
| נשלח ב-22/6/2010 21:38 |
|
| |
גערעכטער1 ווי אזוי קען זיין אז די הערסט נחום ראזענבערג נאכדעם וואס מענדעלע חזיר האט אינטערגעשריבן קעגן אים?
|
|
|
|
| נשלח ב-22/6/2010 21:56 |
|
| |
אן קיין איבעריגע הגהות
די מקוה אין ווילאמסבורג איז געבויט געווארן דורך רבינו שליט"א מהר"א
יא עס איז אמאל געווען כשר
היינט ווייסט קיינער נישט אויב עס איז כשר
|
|
|
|
| נשלח ב-22/6/2010 22:09 |
|
| |
| פריש כתב: |  | גערעכטער1 ווי אזוי קען זיין אז די הערסט נחום ראזענבערג נאכדעם וואס מענדעלע חזיר האט אינטערגעשריבן קעגן אים? |
|
ס'איז נישט שיין צוריפן איינעם וואס שטעלט צוזאם אלע שיעורים אין ראדני מיטן נאמן "מענדעלע חזיר" אמת אלע קינדער זענען אהרונים, און דו גלייכסט נישט די ווערטהיימער'ס, אבער עם צורופן מענדעלע חזיר פאסט נישט.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/6/2010 22:13 |
|
| |
אזוי?! איך האב נישט געוויסט אז הרה"ח ר' מענדל ווערטהיימער האט אינטערגעשריבן קעגן נחום?!
|
|
|
|
| נשלח ב-22/6/2010 23:32 |
|
| |
לאמיך קלאר שטעלן פשוט'ע ''פאקטען'' אבער נאר פאר די וואס זוכען עס
די מקוה, האט שוין געהאט א שווערע סקאנדאל, ווען מ'האט איבערנאכט ארויסגעווארפען דעם מנהל אין געטוישט שלעסער אין ביז אפאר טאג האט אפי' צד מהרז''ל נישט געוויסט קיין נאמען ווער ס'האט געמאכט יענע טאג די השקה אין בכלל לאזט מען דארט נישט אריין קיין שום פרעמדע רב אדער דיין, משא''כ אין פאפא, אדער ק''י אדער סיי וועלכע מקוה וועט זוכען רבנים זאלען עס קומען קוקען.
די ווייץ, האבען זיי קיינמאל נישט אנדעקט אז אריזאנע איז בעסער ווייל זיי האבען אנגעהויבן שניידן דארט זיי ווייזען אויף פין די ערשטע מיניט, אז מ'האט אייביג געניצט יענע ווייץ נאר בדיעבד, ווייל מ'האט נישט געהאט קיין ברירה, והא ראי' די רבי ז''ל האט אויך פראבירט עטליכע יאר צו נעמען פין אריזאנע ווייל דארט רעגנט נישט, אין די ווייץ זענען דארט לויטער פין מצומחים
די פלייש טענה'ן זיי, אז פאקטיש איז נישט מעגליך אז ווען יעדער נעמט פין זעלבן פלאץ זאל נאר איין בית השחיטה האבען פראבלעמן פין צומות הגידין, ווייל ווען יא וואלטען זיי אויך גענומען פין יענעם פלאץ ווי איידער אויפהאלטען 10 יונגעלייט בודק צו זיין יעדע עוף, אין צייט וואס און פאקט צאלט מען דארט שווערע טויזענטער פאר ספעציעלע חומרות אין הידורים - א מציאות וואס יעדע באזוכער קען זיך איבערצייגען - זייענדיג די איינציגסטע בית השחיטה וואס מ'לאזט יעדן אריין ספעציעל נאכדעם וואס צד מהרז''ל האט אפגעזאגט זייער משגיח תמידי ביי די שחיטה, אין דער אנגעבליכער בעל מכשיר שליט''א זעהט מען קיינמאל נישט אין בוטשער, וכו' וכו' מיט שטארקע טענות וואס זיי האבען קעגן די בוטשער פין צד מהרז''ל, ספציעל ווען אויף די תעודות הכשר שטייט אז די השגחה אין נאר פין נאכען זאלצען.
משא''כ אויף די ק''י שחיטה האט צד מהרז''ל געשריגן טריפה פין די ערשטע מיניט (מ'האט געשריגען אז דער דיין פין ק''י גיבט נישט קיין הכשר אין מ'ניצט זיין נאמען אן רשות) בלויז ווייל ס'באלאנגט פאר צד מהר''א ווען אין פאקט לאזען זיי יעדן אריין
אויף די ווייץ איז מען פין די ערשטע מיניט ארויסגעקומען מיט אלע מיני ליצנות'דיגע ליגענטס בלויז ווייל צד מהר''א האט זיך ציגעכאפט דערצו - נאר פאר סיי וולעכע דרשה פין מהר''א
אין די זעלבע וועט אי''ה זיין (לויט די יעצטיגע מצב, ליידער) ביי די מקוה
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-23/6/2010 00:41 |
|
| |
0
תוקן על ידי געזינט ב- 23/06/2010 00:43:03
|
|
|
|
| נשלח ב-23/6/2010 17:05 |
|
| |
| דיןתורה כתב: |  | לאמיך קלאר שטעלן פשוט'ע ''פאקטען'' אבער נאר פאר די וואס זוכען עס
די מקוה, האט שוין געהאט א שווערע סקאנדאל, ווען מ'האט איבערנאכט ארויסגעווארפען דעם מנהל אין געטוישט שלעסער אין ביז אפאר טאג האט אפי' צד מהרז''ל נישט געוויסט קיין נאמען ווער ס'האט געמאכט יענע טאג די השקה
אין בכלל לאזט מען דארט נישט אריין קיין שום פרעמדע רב אדער דיין, משא''כ אין פאפא, אדער ק''י אדער סיי וועלכע מקוה וועט זוכען רבנים זאלען עס קומען קוקען.
האסט א טעות קיין איין מקוה לאזט נישט קיין פרעמדע רבנים אריין, און מיט רעכט, יעדער האט זיך זיין אייגענע בעל מכשיר, וואס דארף ער יעדן'ס חומרות אויסהערן. ר' אהרן לאזט טאקע יעדן אריין, אבער מען מוז דאך נישט נאכטאנצן יעדע חומרא וואס ער טרעפט אויס
|
|
|
|
|
|
|