בית פורומים אידישע געדאנק

סידור קידושין: אהרונים שטארקע זיגער - וועבזייטל געעפענט!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-23/6/2010 06:15 לינק ישיר 
סידור קידושין: אהרונים שטארקע זיגער - וועבזייטל געעפענט!

די אהרונים, א מין פאלק וועלכע איז באקאנט מיט שטענדיגע נצחונות, און ביי סיי וואספארא מערכה זיי האבן געפירט זענען זיי ארויסגעקומען די זיגער, האבן היינט ווידעראמאל דערקלערט זיג אויף די פאליטיש פארלוירענע מערכה פון סידור קידושין, און געעפענט א וועבזייטל וואו די נעמען וועלכע זענען שוין פארשריבן אינעם פנקס וועט דארט אויך פארצייכענט ווערן. אזוי ארום אז ווען עס כאפט אן פאר אן אהרוני א חיות דקדושה צו טערארעזירן די וואס האבן חתונה געהאט אן רשות פון ר' אהרן, זאלן זיי האבן די קאנטאקט אינפארמאציע פון יענעם צו די האנט.
 
דער אדרעס איז:
 
http://www.kidishin.com/
 
אין אנדערע נייעס, נעכטן נאכט איז פארגעקומען א חתונה אין בית רחל פערעדייס אין קרית יואל. הנגיד המפורסם ר' יחזקאל בראך הי"ו, א פעטער פון חתן כלה, האט געשיקט א מעסעזש פאר די אהרונים אז אויב וועט זיך ר' אהרן וואגן קומען צו די חופה וועט ער אהיימגיין מיט שטערבליכע בזיונות. למעשה האבן די אהרונים פארשפראכן צו שיקן אנשטאט ר' געציל בערקאוויטש, ווי עס שיינט האט ר' געציל פארגעסן פון דעם געוואלדיגן אחריות וואס רביה"ק בעל ויואל משה זי"ע האט אויף אים געלייגט אלץ "דומ"ץ דמתא", און ער האט זיך אויך דערשראקן און נישט באוויזן אויף די חופה.
 
צום סוף איז מכבוד געווארן מיט סידור קידושין א זיידע, און מ'ווארט נאך אז ר' אהרן זאל אפשיקן דעם רשות צעטיל אויף די פאסט...



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/6/2010 16:42 לינק ישיר 

די מעסעדש פון ר' יחזקאל בראך לויט וויאזוי איך האב געהערט, אז אויב דער פרה גייט זיין מסדר קידושין גייט ער מכריז זיין תיכף נאך די חופה אז "די קידושין איז פסול" און "מ'ברויך איבערמאכן" זיי האבן אנגערופן ר' אליעזר חיים קאשויער רב שליט"א און אים מכבד געווען (א קרוב אין די משפחה) אבער ער האט עס פארשטייטצעך נישט אנגענומען, למעשה איז א זיידע צוגעגאנגען צום עמוד...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/6/2010 21:35 לינק ישיר 

די וועבסייט איז שוין suspended.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > סידור קידושין: אהרונים שטארקע זיגער - וועבזייטל געעפענט!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext