בקשה: צייטונגען פון september 11 אטאקעס
איך האף עס איז ערלויבט דא צו עפענען א אשכול וואס איז נישט נוגע מיט סאטמאר, אויב נישט בעט איך שוין אנטשולדיגונג.
איך האב א קאלעקציע פון פילע צייטונגען און בילדער פון די אומפארגעסליכע "סעפטעמבער עלעווען" ווען גרויזאמע טעראריסטן האבן אראפגעברענגט די ווארלד טרעיד צענטער געביידעס.
במשך די יארן איז מיר פארשווינדן געווארן ערגעצוואו די צייטונגען וואס ווערן און אלגעמיין געליינט ביים חרידישע ציבור, אפשר האב איך עס אוועקגעבארגט פאר איינעם? איך געדענק נישט! אבער יהיה מה שיהיה וויל איך בעטן אז ווער עס קען עס דא ארויפשטעלן - אדער כאטש א חלק דערפון - זאל מוחל זיין א טובה טין עס ארויפשטעלן.
נ.ב. איך בעט נאכאמאל דעם מנהל אז כאטש איך בין נאך ניי דא, ביטע מיר מוחל זיין אויב איז נישט ערלויבט דא אזעלכע אשכולות.
|
|