|
|
| נשלח ב-29/6/2010 20:14 |
|
| |
געדענקט וואס די הצלה ק"י האט געטוהן פאר אונז!
חעצט ווען די הצלה האט זיך אדווערטייזט אז זיי גייען מאכן א פארטי פאר די נשים אין ק"י לאמיר געדענקן די נאבעלע זאכן פין די לעטע יאר וואס די הצלה האט געטיען פאר תושבי ק"י
1) האלטן א נפטר אין אנבלאנס פאר שעה'ן נאר מצער צי זיין א משפחה בשעה צער
2) נישט וועלן קימען צי א אינגערמאן וואס איז געווארן געשלאגן אין בשפריצט מיט שעדליכע זאכן וואס מהאט עם טאקע אריים געפירט שפעטער מיט די נישט אידישע הצלה פין פאליס סטעשן
3) מחלל שבת געווען אין ארויס געהאלפן אפאר קלים צי קענען טעשעפענען גוי אין שבת די הצלה איז געפארן אין זיך אפגעשטעלט ווארטן ביז דער גוי וויטריאל האט געזעגט אז מקען שוין ארויס לאזן דעם אינגערמאן די געים איז גענדיגט
אין אזוי ווייטער זאל דער עולם געדענקן אין נישט געבן קיין געלט ווייל באמת דארפן זיי נישט בכלל קיין געלט סאיז סתם פאר פראפגאנדע זיי לעבען פין אינזערע טעקעס געלטער אין אזוי אויך זאל מען זיי נישט געבן אויב דארף מען זיי ח"ו ניצן זאל מען זיי נישט געבען קיין שום אינשארענס אינפארמעשן אויב זענען מיר נישט גיט פאר זיי ווען זיי ווילן זאלן זיי נישט קענען ווען זיי דארפן איבעריג געלט מיר געבן זיי שוין איינמאל מיט טעקסעס געלטער
תוקן על ידי kj1234 ב- 29/06/2010 20:15:38
תוקן על ידי המהדרין ב- 02/07/2010 17:01:28
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-29/6/2010 20:55 |
|
| |
לדעתי זאלען די זאליס מאכען א אייגענע חברה הצלה אין קרית יואל קנאת סופרים תרבה חכמה עס וועט זיין גוט פאר אלע תושבים אז עס איז דא קאמפעטישען בכלל איז עס היינט נישט קיין הוצאה נאר א גרויסע הכנסה מען האט אריינגעפירט א משפחה מיינער פון קאנטרי דורך קרית יואל אין די קרית יואל האט געבילט אינשורענס אין באקומען 925$ פארן טריפ פון קרית יואל ביז וועסטשעסטער
איך מיין אז עס איז א גוטע פרנסה פאר ווער עס גייט דאס ארגעניזירען
|
|
|
|
| נשלח ב-29/6/2010 21:39 |
|
| |
מי יתן והיה
עס זעט אויס מאדנע ווייל דאס איז נאך נישט דא און ערגעץ, אבער געדענקט אזא חברה הצלה וואס נעמט א שטעלינג און פאליטיק דאס איז נאך אויך נישט דא און ערגעץ,
ועוד אזא הצלה וואס זייער עמטלעכע הדרכה אויף שבת איז "פארגעס אז עס איז שבת", וואס דאס איז א פסק בלויז פינעם ראש הצלה און נישט פון קיין שום מורה הוראה, מעשה שהיה אז א מעמבער איז געגאנגען אויסזאגען פאר ר' געצל ווי אזוי מען פירט זיך אויף שבת ביי די הצלה, איז יענער געפלויגן פון זיין אמט, פארגעסט נישט אפילו און די שוואכערע מקומות ווי און קווינס וכדומה, לערנט מען, און מען פארהערט, א יעדן מעמבער די הלכות וואס ער דארף וויסן, און נאכאמאל מען רעד נישט פון קיין פקוח נפש פעלער, נאר פשוט "ביי מיר איז נישט יעצט שבת," עס קלינגט מאדנע אבער ווער עס האט עס שוין מיטגעהאלטן ביי זיך דער פארשטייט גוט וואס איך שרייב,
|
|
|
|
| נשלח ב-29/6/2010 22:11 |
|
| |
| רשכבהגולם כתב: |  | מי יתן והיה עס זעט אויס מאדנע ווייל דאס איז נאך נישט דא און ערגעץ, אבער געדענקט אזא חברה הצלה וואס נעמט א שטעלינג און פאליטיק דאס איז נאך אויך נישט דא און ערגעץ, ועוד אזא הצלה וואס זייער עמטלעכע הדרכה אויף שבת איז "פארגעס אז עס איז שבת", וואס דאס איז א פסק בלויז פינעם ראש הצלה און נישט פון קיין שום מורה הוראה, מעשה שהיה אז א מעמבער איז געגאנגען אויסזאגען פאר ר' געצל ווי אזוי מען פירט זיך אויף שבת ביי די הצלה, איז יענער געפלויגן פון זיין אמט, פארגעסט נישט אפילו און די שוואכערע מקומות ווי און קווינס וכדומה, לערנט מען, און מען פארהערט, א יעדן מעמבער די הלכות וואס ער דארף וויסן, און נאכאמאל מען רעד נישט פון קיין פקוח נפש פעלער, נאר פשוט "ביי מיר איז נישט יעצט שבת," עס קלינגט מאדנע אבער ווער עס האט עס שוין מיטגעהאלטן ביי זיך דער פארשטייט גוט וואס איך שרייב, |
|
ווי די זאסט עס זעהט אויס מאדנע
איך געדענק נישט נאך א פאל, ווען מ'האב ציליב פאליטיק באשמיצט אזא וויכטיגע מוסד ווי חברה הצלה, ספיעציעל מיט נערישע שקרים
עס איז מאדנע ווי עס וועט זיך אפשטעלן, ווייל פיקוח נפש האט ביי דיר נישט קיין ווערט
אויב האסטו אזוי מורא פין די הצלה, דאן פארוואס רופט איר הצלה אין פאל פין א אומגליק
אויב נישט ווייל איר אליין ווייסט אליין ווי פאלטש איר שרייבסט
ס'איז א שפול מיט יודיש בלוט
נ.ב. איך מיין נישט דווקא דיר,
תוקן על ידי דיןתורה ב- 29/06/2010 22:14:23
|
|
|
|
| נשלח ב-29/6/2010 22:35 |
|
| |
דיך האב איך טאקע געזיכט, ווי אזוי האט יענער געזאגט מען טאר נישט רעדן אויף קיין ערלעכע איד, וואס טוט מען מאכט ער עם קודם אויס ערלעכע איד און דערנאך רעד ער אויף עם, לענינינו, פון דיינע מאמרים דא און פארק זעט אויס אז אידיש בלוט איז דיר זייער טייער, נאר קודם מאכסטו יענעם אויס איד און דערנאך טרינקסטו עס פיין אויס,
|
|
|
|
| נשלח ב-29/6/2010 22:49 |
|
| |
צוויי וועגן וויאזוי צו טוישן די סיסטעם פון די הצלה
די שאלה איז, איז טאקע די הצלה אזוי שטארק איינזייטיג אין פאליטיק אזש אז מען דארף זיי באיקאטירן און נישט שטיצן?
די תירוץ איז אבסעלוט: יא!
עס איז שוין געווען עטליכע מעשיות ווי מען האט געהאט שטארקע טענות אויף די הצלה, אלעמאל האבן זיי זיך פארענטפערט (אויך שיין פון זיי...) אז זיי האבן גארנישט געמיינט און גארנישט געוואלט שלעכטס חלילה.
לדעתי האט זיך דאס אבער די מערסטע ארויסגעשטעלט פאר עטליכע וואכן צוריק זונטאג פרשת קרח ווען מען האט גערופן די הצלה עטליכע מאל אז זיי זאלן קומען צו די רעבעצין שוהל ווייל איינער נויטיגט זיך אין ערשטע הילף, און זיי האבן אפגעזאגט צו קומען ווייל דער הצלה מחלל שבת וויטריאל האט געזאגט אז אלעס איז "אנדער קאנטראל"
מען קען טאקע זיך איינרעדן אז זיי זענען געווען מורא'דיג תמימות'דיג און אז איין מעמבער זאגט אז עס איז אלעס אלרייט האט מען זיך אויף דעם פארלאזט, אבער למעשה זענען זיי נישט קיין גרים, זיי ווייסן וואס דא גייט פאר, זיי ווייסן ווער דער רשע וויטריאל איז, און אעפ"כ נאכ'ן רופן עטליכע מאל זענען זיי נישט געקומען.
פאר די נייעס איז וויכטיג צו וויסן אז אונזערע עסקנים האבן גערעדט צו משה אהרן שטיינבערג און אים פארגעהאלטן דערויף היתכן ער לאזט צו אזא מעשה רציחה, האט ער געענטפערט אז ער איז געשלאפן דעמאלטס און ער ווייסט נישט וואס עס איז פארגעקומען, מען האט אים אבער אויפגעקלערט אז "איינער מיז דא באצאלן א פרייז פאר דעם" עס קען נישט דורכגיין אזעלכע מעשה רציחות ביי די הצלה פון קרית יואל אן דעם וואס מען זאל נישט עפעס דראסטיש טוהן דערצו, משה אהרן האט געזאגט אז עס וועט זיין א מיטינג דערוועגן.
עס איז טאקע יענע וואך פארגעקומען א מיטינג ווי מען האט מען באשלאסן אז פון היינט און ווייטער וועט מען זיך נישט פארלאזן אויף דער רוצח מ.ל. אליין, ד.ה. אויב ער וועט זיין אויף א קאל און זאגן אז עס איז אלרייט וועט עס קודם מיזן באשטעטיגט ווערן דורך נאך א הצלה מעמבער.
משה אהרן טייערער: נישט דאס האט מען ערווארטעט פון דיר, ווען איינער טוט אפ אזא מעשה רציחה וואלט ער אין יעדנספאל געדארפט פליען פון די ארגאנאזאציע, אזא איינער א קלארע רוצח וואלט נישט געטארט בלייבן נאך איין טאג דארט.
אויב זעהן זיי נישט איין אז די הצלה טאר נישט שפילן קיין פאליטיק און מען דארף פירן א נייטראלע הצלה ארגאנאזאציע אזוי ווי אין אנדערע פלעצער וואס אזא איינער וואלט שוין לאנג געפלויגן פון דארט דעמאלס דארפן זיך אנ"ש זעהן וואס מען דארף טוהן דערצו.
תוקן על ידי נערמאלער ב- 29/06/2010 23:10:19
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-29/6/2010 23:06 |
|
| |
עס זאל נישט אויספעלן, אבער דערווייל ווילאנג אונז נוצן די הצלה על כל צרה שלא תבא, איז נישט דא וואס צו רעדן אז מען דארף זיי שטיצן מיט געלט און אלעס וואס עס פעלט זיך אויס, אויב פאלט איינער צוזאם רופט מען די הצלה, אז איינער האט עפעס אן אנדערע פראבלעים רופט ער די הצלה ח"ו, ממילא איז נישט דא וואס צו רעדן אז מען דארף זיי שטיצן, ווייל הצלה דארף צוקומען צו די שטיצע פון אחינו בני ישראל אזוי ווי אין אנדערע פלעצער.
די הצלה ארגאנאזאציע אויב זיי ווילן בלייבן מיט אונזער פולע שטיצע דארף ארויסווייזן עפעס דראסטישע שריט אז זיי לאזן זיך ארויס פון די פאליטיק און זיי פירן דאס ווי א נייטראלע ארגאנאזאציע.
וואס אינז קענען טוהן איז איינס פון די צוויי, אדער מאכן א אייגענע הצלה, וואס חוץ פון דעם וואס דאס איז א שווערע זאך צו מאכן, איז דאס א גרויסע שאלה צו דאס וועט נישט קאסטן קיין נפשות ח"ו, (נאר אויב הצלה שפילט פאליטיק מיט נפשות לוינט זיך שוין צו מאכן אן אייגענע)
די צווייטע זאך וואס מען קען טוהן, איז צו צווינגען די הצלה אראגאנעזעישן צו שטעלן א באורד וואס זאל ארייננעמען מענטשן פון אלע דריי קהילות און די מעמבער'ס זאלן אויך זיין באלאנסירט אלס חצי חצי (היינט איז רובא דרובא ארוינים)
דאס וועט זיין די בעסטע זאך פאר גאנץ קרית יואל, הצלה וועט דאן זיין א נייטראלע ארגאנאזאציע אזוי ווי אין וויליאמסבורג און אין בארא פארק, עס וועט האבן פארשטייער פון אונזער קהילה אויך צום פרייד פון יעדן איינעם (אויב עס וועט פאסירן)
אויב די צווייטע אפשען פאסירט נישט וועט נישט דויערן לאנג דער טאג וואס מען וועט זיך מיזן נעמען צום ערשטן מהלך...
תוקן על ידי נערמאלער ב- 29/06/2010 23:13:01
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-29/6/2010 23:09 |
|
| |
די מיטונג קומט מיר פאר ענדליך צי די ועדת החקירה וואס די ציונים האבען אויף געשטעלט וועגען די תימן'ע פרשה, וואס עס האט זיך גענדיגט מיט זייער ענדליכע ראזילטאטן,
|
|
|
|
| נשלח ב-30/6/2010 00:56 |
|
| |
נארמאלער טייערע, איין זאך נאר, די הצלה אויף קר"י איז נישט אנגעוויזען אויף אינזער שטיצע!
|
|
|
|
| נשלח ב-30/6/2010 06:16 |
|
| |
איך הער ס'איז דא ערנטסע פלענער ביז אפאר וואכן צי האבן אן עקסטער הצלה אין קרית יואל
|
|
|
|
| נשלח ב-30/6/2010 16:32 |
|
| |
לפי עניית דעתי דארף מען קודם פראבירן בדרך השלום. מ'דארף שיקן א בריוו צו די חברה הצלה פארשטייער און צו די סטעיט אין אלבעני און אויב מעגליך אויך צו די ווילידש טראסטי וועלכע געבן א חלק פון די הוצאות. חאטש זיי זענען טאקע איינזייטיג פאר דעם צד פון הרב אהרון שליט"א אבער למעשה מוז מען פראבירן מיט שלום אזוי ווי די תורה פארציילט אז משה רבינו האט געשיקט שלוחים צו די בני עשו. דער בריוו דארף ארויסברענגען די טענות און חאטש זיי לייקענען די מעשה פון ניוויל הנפטר ביי המנוח ר' עוזיאל פ"ש ע"ה, זענען דא גענוג נארמאלע עדות וואס האבן דאס מיטגעהאלטן יענעם גאנצן טאג.
איך האלט אז דער מיינונג פון אובן דעמאנטן שרייבער בשם נערמאלער. קען שטארק העלפן די זאך ברענגען צו א פארשטענדעניש. ולמעשה האט מען בשנים הקודמים געהאט אסאך טענות אקעגן פארשידענע פון די חברה ההצלה ווי למשל ביי די פרשה פון ר' אברהם וואלף ט ע"ה ווען א מעמבער פון די הצלה האט עהם מחמת סיבה נישט ריכטיג באהאנדעלט אויפן וועג צום האספיטעל און ער איז ל"ע אומגעקומען אינטער די באהאנדלונג. דערנאך האט די הצלה אנגעהויבן צו באצאהלן פאר א לייסענסד פערעמעדיק אז אזעלכע טעותים זאלן נישט פארקומען. אבער דערווייל ווילאנג אונז נוצן די הצלה על כל צרה שלא תבא, איז נישט דא וואס צו רעדן אז מען דארף זיי שטיצן מיט געלט און אלעס וואס עס פעלט זיך אויס, אויב פאלט איינער צוזאם רופט מען די הצלה, אז איינער האט עפעס אן אנדערע פראבלעים רופט ער די הצלה ח"ו, ממילא איז נישט דא וואס צו רעדן אז מען דארף זיי שטיצן, ווייל הצלה דארף צוקומען צו די שטיצע פון אחינו בני ישראל אזוי ווי אין אנדערע פלעצער.
די הצלה ארגאנאזאציע אויב זיי ווילן בלייבן מיט אונזער פולע שטיצע דארף ארויסווייזן עפעס דראסטישע שריט אז זיי לאזן זיך ארויס פון די פאליטיק און זיי פירן דאס ווי א נייטראלע ארגאנאזאציע.
צווינגען די הצלה אראגאנעזעישן צו שטעלן א באורד וואס זאל ארייננעמען מענטשן פון אלע דריי קהילות און די מעמבער'ס זאלן אויך זיין באלאנסירט אלס חצי חצי (היינט איז רובא דרובא ארוינים)
דאס וועט זיין די בעסטע זאך פאר גאנץ קרית יואל, הצלה וועט דאן זיין א נייטראלע ארגאנאזאציע אזוי ווי אין וויליאמסבורג און אין בארא פארק, עס וועט האבן פארשטייער פון אלע קהילות
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-30/6/2010 23:15 |
|
| |
די הצלה האט זיך טאקע זייער שיין פארענטפערט אז דער עוכר ישראל איז טאקע א מעמבער און זיי האבן געמוזט איהם טראסטן ווען ער האט געקענסעלט דעם אמבולאנס, אבער פארוואס נעקסטן שבת ווען איינער האט מקדש שם שמים געווען און זיך אונטער געווארפן אונטער די נייע שבת גוים האט מען איהם אריינגענומען אין הצלה גאראדזש און געהאלטן דארטן א שעה צייט ביז דער מחלל שבת האט אריינגעזאגט אין ראדיא אז די דזשאוק איז אווער? אויב זענען זיי אזוי אומשולדיג און מיט געבינדענע הענט האבן זיי נישט געקענט שיקן דעם אמבולאנס אבער אדרבה זיי זענען געווען זייער גערעגט אויף וויטריאל, נו וואס טאנצסטו ווייטער מיט איהם?
יעצט נאך א זאך ווי באקאנט נעמט הצלה נישט אויף קיין מעמבערס וואס זענען פון די זאליס אדער ב"י, זיי האבן די פאר אלטע מעמבערס וואס זיי ווארפן נישט ארויס און מיט דעם זענען זיי יוצא די "האבן נישט ארונים מעמבערס אויך" און יעצט קען מען זיי שוין נישט באשולדיגן אין דיסקרימינירן, איך האב געהערט פון עטליכע אינגעלייט וואס האבן זיך געלערנט און קין איינעם פון זיי נעמט מען נישט אן....
און וועגן געלט וואס זיי דארפן האבן, האט איינער דא אויבן דעזאגט אז זיי האבן געבילט די אינשורענס פאר 900, איך ווייס פון אינעם וועמען זיי האבן געטרענספערט צו גוד סעם און ווען ער האט געקאלט שפעטער פידעליס און אגב האט ער געפרעגט וויפיל די אמבולאנס האט זיי געטשארדזשט (נאכדעם וואס זיי האבן געזאגט אז זיי האבן באקומען א ביל פון די הצלה) האבן זיי געענטפערט $1800
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-1/7/2010 01:45 |
|
| |
וואס נאך
קען זיין אז די רעדסט פון א קאל אין אפשר פאר דעם באקומט מען מער
איך רעד פון איינעם וואס הצלה פון קאנטרי האט געברענגט ביז קרית יואל שב"ק אין קרית יואל הצלה האט געטראגען ביז וועסטשעסטער אויף דעם טרענספארט האבען זיי באקומען 925$
אגב עס קען זיין אז די אלע מעשיות קעגען הצלה קרית יואל זענען שקר, אבער למעשה ווילבאלד עס איז א געלט געשעפט פארוואס זאל נישט די אנדערע קהילה מעמבער'ס אויך מאכען געלט?
|
|
|
|
| נשלח ב-1/7/2010 18:09 |
|
| |
| דיןתורה כתב: |  |
אויב האסטו אזוי מורא פין די הצלה, דאן פארוואס רופט איר הצלה אין פאל פין א אומגליק
אויב נישט ווייל איר אליין ווייסט אליין ווי פאלטש איר שרייבסט
ס'איז א שפול מיט יודיש בלוט
נ.ב. איך מיין נישט דווקא דיר,
|
|
הצלה איז טאקע א וויכטיגע ארגעניזאציע, און פארדעם איז טאקע וויכטיג אז זיי זאלן אוועקשטיין פון פאליטיק,
מ'דארף זיין א מוח קטן צוזאגן אז וויבאלד די קאמפעני ראטעוועט יודישע לעבן'ס טאר מען נישט קריטיקירן ווען זיי שפילן פאליטיק אויף יידישע לעבן'ס
א נארמאלע - נישט חלה דעקל- מענטש פארשטייט, אז ווען א שפיטאל אדער א דאקטער באגייט אן עוולה קען מען דאס נישט פארשווייגן אפילו זיי ראטעווען לעבן'ס, ווייל טאקע פארדעם ברויך מען פארשרייען א עוולה ווייל יודישע לעבן'ס זענען אנגעוואנדן אין דעם
די מטרה פון גרינדן הצלה איז געווען טאקע צו פארשרייען די עוולות פון די שטאטישע אמבולאנסן און כהיום איז די קעי דזעי עמביולעט קאמפעני א מאניסיפעל רעטונגס ארגענעזאציע וואס ארבעט מיט ביוקראטישע רעגולאציעס ווי עס האט זיך ארויסגעשטעלט זונטאג פרשת קרח אז א טרעפיק אגענט (וויטריאל) האט באוויזן אפצושטעלן א עמערדזענסי קאל, דאס וואלט קיינמאל נישט פאסירט מיט קיין שום אנדערע הצלה אגענטור אז א יוד זאל רופן הצלה און זיי זאלן נישט קומען אפגעזען אז א יאקעל מיט א באנטש שליסלעך צו א פאליס (אן קיין EMT לייסענס) זאל דאס קענסלען
און יא מיר רופן ווייטער הצלה ווייל מיר זענען טעקס פעיארס און מיר מעגן קריטיקרן די גאווערמענט און בהאי שתא ניצן די גאווערמענט, אזוי ארבעט עס אין אמעריקא.
אן אייזל פון ארוני פארשטייט אז אויב מ'קריטיקירט בלומבערג אדער מעיאר ווידער פון קעי דזשעי דארף מען זאפארט אויפהערן צו נוצן די שטאטישע באדינונגען, ווען מיר זענען שטייער צאלער און באצאלן פאר די סערוויסעס, אזוי ווי די קרוין הייטס יודן וואס האבן קריטיקריט די פאליציי בעת די ראיאטען האבן ווייטער גענוצט די פאליציי בעת הצורך.
וואסערע קשיא איז "אויב האסטו אזוי מורא פין די הצלה, דאן פארוואס רופט איר הצלה אין פאל פין א אומגליק" ווייל ליידער דאס איז וואס אינזער פארסרוכעטע קעי דזשעי גאווערמענט שטעלט צו! מהאפמער אז העראישע עסקנים וועלן זיך אריינלייגן און גרינדען א אומאפהעניגע הצלה ארגענעזאציע אזוי ווי אלע יודישע געגענטער פארמאגן, א שאנדע אז און די יודישע שטעטל קרית יואל זאל נאר זיין א שטאטישע אמבולאנס קאמפעני
און געלט געבן פאר די ארגענעזאציע? חס מלהזכיר, אזויווי די FDNY אדער די NYPD גיב איך מישט מער וויפיל די טעקס אסעסאר פארלאנגט פארוואס געבן פאר די ביוקראטישע ארגענעזאציע געלט???
און געלט געבן פאר די ארגענעזאציע
תוקן על ידי zibala ב- 01/07/2010 18:25:03
|
|
|
|
| נשלח ב-1/7/2010 19:39 |
|
| |
מען דארף זיכער מאכן אז אפי' אויב מען רופט ח"ו הצלה זאל מען נישט אריינלאזן דער וויטריאל אין שטוב, איך האב געהערט פון עטליכע פעלער וואס וויטריאל איז אנגעקומען 'ראטעווען' און מען האט איהם נישט אריינגעלאזט און פארטריבן פון דארט, און ער האט אפגעטראגן בבושת פנים. אזוי דארף מען טוהן!
|
|
|
|
| נשלח ב-1/7/2010 20:29 |
|
| |
די שאלה איז נאר צו אז די זאליס וועלן מאכען א חברה הצלה וועלן זיי קענען האבען קשר מיט הצלה העדקוואדער'ס
|
|
|
|
|
 |
|
|
|
|
| מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
|
|
2009 © כל הזכויות שמורות לבחדרי חרדים. קטגוריית אקטואליה וחדשות: עשרות פורומים הכוללים חדשות נעייס, מה קורה בחצרות חסידים, חדשות מחסידויות שונות בארץ ובעולם, דיונים בנושאי אקטואליה, פוליטיקה, בטחון ועוד.
|