בית פורומים אידישע געדאנק

די חלוקה אין סאטמאר חלק ג

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-1/7/2010 22:06 לינק ישיר 
די חלוקה אין סאטמאר חלק ג

שלום עליכם טייערע פארמעגליך חברים.

כנוהג בעולם וועל איך זיך קודם פארשטעלן. אייגענטליך דאכט זיך אז ס'איז איבריג, דער עולם דא ווייסט שוין ווער איך בין. פארט פעלט אויס איך זאל זיך נאכאמאל אהערשטעלן ווייל כהיום בין איך שוין נישט א זעלבסט שטענדיגע ניק נאר איך שרייב אינטערן שירצל פון פארמעגליך.

כל זמן איך בין געזעצן אין די זייט און געליינט די ארטיקלען - אזוי ווי אייך אלע - האב איך פונקט ווי אייך נישט געוויסט וויפיל צייט, מיה און פלאג ליגען אין די ארטיקלען. כהיום בין איך שוין באקאנט מיט די ביטער שווערע ארבעט וואס פעלט זיך אויס פאר יעדן שטיקעלע באזונדער.

עס זאל אייך נישט וואונדערן "וואס איז אזוי קאמפלעצירט?" ווייל די תשובה איז פשוט: עס איז שווער צו באשרייבן פארלאפענע היסטאריע אויף א אופן וואס יעדעס ווארט זאל זיין אקוראט 100% איינשטימיג מיטן פאקטישן מציאות. מיר קענען שרייבן גאנצע בענדער אין געציילטע וואכן. סך הכל רעדט מען נישט פון א ווייטע פארגאנגענהייט. נאר וואס דען? ווען מיר שרייבן, מאכן מיר זיכער אז די מציאות איז טאקע פונקט אזוי געווען און נישט סתם זכרונות וואס דאכט זיך פאר דעם אדער יענעם. מיר גייען נאך יעדעס שטיקל אינפארמאציע עד הסוף.

איך וועל צוגיין תיכף צום פינטל. פארמעגליך האט באשריבן אינם חלק א. מער ווייניגער וואס עס האט זיך אפגעטון פון ווען ר' אהרן עלה לגדולה ביז פסח תשנ"ט. אין חלק ב' האט ער באשריבן מער ווייניגער דעם יו"ט פסח תשנ"ט און די אסיפת הקהלה וואס האט נאכגעפאלגט אום פרשת אמור יענעם יאר. עס פעלט זיך נאך אויס צוריק צוגיין צום יו"ט זעלבסט און אויך צו די פאסירונגען וואס זענען פארגעקומען צווישן פסח און די קהל'ס אסיפה אום פרשת אמור. ועוד חזון למועד אי"ה דורך פארמעגליך אדער דורך באדאפעסט. מיר וועלן אייך נישט לאזן אינדערמיט.

יעצט אין די צייט וואס פארמעגליך גיבט זיך אפ מיט די סידור קידושין שפיל, נעם איך (באדאפעסט) דעם פעדער אין די האנט און טאנץ צוריק צום פריערדיגן היסטאריע. איך וועל נישט צוריק גיין צו די פונקטליכע זמנים ווי פארמעגליך איז געבליבן שטיין נאר איך וועל אנהייבן ביי אביסל א שפעטערע זמן (איר וועט אינם המשך פארשטיין פארוואס).

איך וועל זיך איצטער יא צוריק קערן צום פסח נ"ט וואס באלאנגט באמת אינם חלק ב ווייל עס איז וויכטיג דורכצוגיין די אינפארמאציע און פארלאפענע פאסירונגען וואס זענען נויטיג צום וויסן איידער מיר רירן צו די היסטאריע וואס באלאנגט אין חלק ג

  ווי באקאנט האט זיך די חלוקה אין סאטמאר נישט אנגעהויבן במשך דעם זומער און אויך נישט פסח. סך הכל איז די חלוקה געווען א לאנגזאמער פראצעדור וואס האט זיך אנגעהויבן צווישן די אנהייב און מיטעלע נ' יארן. עס האט זיך נאר אנגעהויבן ארויסשליין אין פאבליק אום חודש אדר תשנ"ט.

 מיר וועלן אייך אין דעם סעריע – פונקט ווי אין די פריערדיגע - אויך אריינפירן צו פרטים וואס איר האט אפילו דעמאלט'ס נישט מיטגעהאלטן (בעיקר ווייל א גרויס חלק פון וואס מיר גייען באשרייבן האט זיך אפגעשפילט במשך דעם זומער ווען דער עולם איז צופארן אין די קעמפס ממילא זענען די פרטים נישט אלעמאל אנגעקומען צו די אויערן פונם ברייטן ציבור. דערמאנונג: מיר האבן נאך דאמאלטס נישט פארמאגט קיין פארמעגליך...) די פרטים וואס מיר וועלן אייך אויפדעקן וועלן ווערן באשטעטיגט דורך סיי ווער עס האט זיך געפינען בשעת מעשה, אריינגערעכנט די אהרוינים זעלבסט, זיי לייקענען נישט די אלע מעשים, זיי שפירן זיך גאר בא'גדול'ט פארן לוחם זיין למען כבודו פון ר' אהרן וועלכע איז אין זייערע אויגן שוין דאן געווען בעל הבית איבער גאנץ סאטמאר אזאש זיינע גלילות זענען געגאנגען נישט נאר קיין וואדבארי נאר ביז...  פארשטייט זיך אז געוויסע פרטים האבן זיך אפגעשפילט ווייט פון די אויגן פונם ציבור, פארט האבן מיר מצליח געווען צו באשטעטיגן די פרטים בעיקר דורך טעיפ'ס און דאקומענטן.

 מיר וועלן יצעט אויפן שפיץ גאפל בארירן די היסטאריע פון פסח און מיר וועלן צולייגן אפאר נקודות וואס פארמעגליך האט נישט ארויסגעברענגט כל צרכו. דערנאך וועלן מיר אויך נאר אויפן שפיץ גאפל דורכגיין די היסטאריע וועלכע וועט אי"ה ערשיינען אין חלק ב' וועלכע ווערט יעצט געשריבן. דא וועלן מיר אריבערטאנצן צו חלק ג', און אין א שפעטערע געלגענהייט וועלן מיר משלים זיין חלק ב'.

 
מיר וועלן אי"ה גאר בקרוב (אפשר גאר נאך היינט) אנהייבן ארויסלייגן אונזער שווער אפגעהארעוועטע ארבעט. 

איר קענט זיך מיט מיר פארבינדן אויף אימעיל [email protected]
אויב האט איר נישט קיין אימעיל קענט איר מיר לאזן א מעסעדש אויפן טעל נומער 646-450-7369 מיר וועלן פראבירן צו ענטפערן אלע אייערע שאלות און מיר וועלן זיך שטארק באדאנקן פאר די וואס שיקן אריין בילדער, דאקומעטן, דרשות וכדו'. פארשטייט זיך אז מיר וועלן האלטן אייער אידענטיטעט אין שטרענגסטן געהיים.

אייער פריינד, באדאפעסט




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/7/2010 22:58 לינק ישיר 

 

השתלשלות – ר' אהרן ארבעט שווער (מיט גרויס הצלחה) צו פארדינען ווי מער שונאים

 

ר' אהרן דינט אלס קרית יואל'ער רב און אלס שטעקן און שמוציגע מויל קעגן אלע "מחוצפים" (פאלטישאנער רב, גאב"ד קאשוי, אדמו"ר מוויזינץ, גאב"ד קאלסבורג וכו') ווען עס פעלט אויס איינעם אריינצופליקן "אין זיבעטן ריפ" איז ר' אהרן דער וואס טוט דאס, עס זעט נישט בכלל נישט אויס אז ער טוט דאס כאילו כפאו שד, נאר אדרבה מיט א פרייליך געמיט און מיטן פולסטן אימפעט. אויפן גאס הייסט דאס אז ר' אהרן איז לוחם פארן טאטע'נס כבוד (ער מאכט דאס אזוי גוט, אזאש בעסער ווי דער טאטע אליינס). ער צורייסט זיך יעדן טאג מיט פרישע מענטשן און יעדע שטיק צייט מיט גאנצעטע קהילות, איין טאג איז דאס וויזינץ מאנסי און א צווייטע טאג איז דאס א בי"ד וואס האט גע'פסק'נט א דין תורה שלא לרוחו.

 

רוב סאטמאר'ער ציבור גייט מיט מיט ר' אהרן'ס אנשיקענישן, די וואס פרעגן קשיות ווערן באטיטלט מתנגדים פון... "רבי'ן". און הייבן אן ווערן גע'רודפ'ט, יעדער וואס ווערט גע'רודפ'ט באקומט א שווער הארץ אויף ר' אהרן, ר' אהרן איז א געוואלדיגער מתמיד במשך אסאך יארן אין בויען פרישע שונאים. עס איז שווער געווען פאר אונז חסידים צו שלינגען אט דעם ביטערן פיל פון זיך צורייסן יעדן טאג מיט א צווייטע פערזענליכקייט. אסאך סאטמארע חסידים דרייען זיך ביי די אויבן דערמאנט רבנים וכדו' און יעצט לכבוד ר' אהרן'ס אנשיקענישן דארפן זיי מחליט זיין "מיט אים אדער מיט מיר". די מצב איז נישט בא'טעמ'ט, ווער רעדט נאך אויב האסטו מחליט געווען אז די ווילסט נאך אלס גיין הערן מאנטיווידעא רב'ס שלוש סעודה תורה און דערנאך קומען קיין ראדני? זיי גרייט צו "פארלירן" דיין טלית ותפילין אדער וועש אין מקוה. רוב ציבור הערט זיך צו צום רבי'נס דעה און שאקלן זיך בלית ברירה אפ פון מאנטיווידעא (מיר שרייבן מאנטיווידעא נאר אלס דוגמא, די זעלבע איז געווען מיט סאלקא און מיט קאלוסבורג וכו').

 

פארן ציבור בלייבט איין ברירה, שלינגן און שווייגן. דערווייל בויט זיך ר' אהרן זיין צוקנפטיגע מליחה (הכוונה למלוכה...) דער עולם פארשטייט אז קיין ברירה איז נישט דא, אויב וויל מען זיך אנגעהערן צו די סאטמארע קהלה דארף מען זיך מכניע זיין פאר ר' אהרן'ס אנשיקענישן. די בילד ווערט קלארער ווען הייסע חסידים פון רבי'ן ווערן גע'רודפ'ט פארן חוצפה פון רעדן קעגן ר' אהרן אדער שמייכלען ווען א צווייטער רעדט פון אים, ... איי איך וואוין אין וו"ב איך בין נישט אינטער די שליטה פון ר' אהרן'ס מאנרא קהלה?! איי ווען איך רעדט קעגן בעריש מייזליש לאכט דער גאנצער עולם מיט מיט מיר?! און ווען איך רעדט קעגן ר' דוד מייזליש אדער ר' חיים יושע איז קיינער נישט גרייט מיר צו בייסן... אבער קעגן ר' אהרן?! דאס זאלסטו נישט וואגן! לאמיר דאס מאכן בקיצור, אויב האט מען געמאכט א וויץ אויף חשבון פון סיי וועם נישט קיין נפק"מ וועלכע – פון די קינדער פון ברך משה'ס האט יעדער געשוויגן (אדער געלאכט) אויב האט מען געמאכט א וויץ אויפן חשבון פון ר' אהרן האסטו געדארפט זיין גרייט אריינצוהייבן מכות רצח. דאס האט אזוי אנגעהאלטן פון די מיטעלע נ' יארן ביז פסח תשנ"ט.

 




תוקן על ידי המהדרין ב- 04/07/2010 19:58:55




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/7/2010 23:37 לינק ישיר 

 

איחוד ווארט אויפן ווינק אנצוהייבן די אינוואזיע

ר' אהרן מיט זיינע יוצעים הייבן אן א מאסיווער אינוואזיע אינערהאלב די קהלה און א פוטש קעגן דעם רבי'ן. די אינוואזיע איז געווען געפלאנט דורך דעם כבוד הינגעריגער ר' אהרן - מיט א ענגע צאל יועצים און ארקעסטרירט דורך א ארגאניזאציע וואס האט זיך גערופן "איחוד התלמידים". פארמעגליך האט שוין באשריבן דעם "איחוד" דעריבער וועלן מיר דאס נישט איבער'חזר'ן דא, מיר וועלן נאר צולייגן די נקודות וואס ער האט נישט באשריבן. איחוד התלמידים, כשמו כן הוא איז געווען א ארגאניזאציע וואס האט אריינגענומען רוב מנין ורוב בנין פון די יוצאי תלמידי המתיבתא בקרית יואל, עס איז אליינס פארשטענדליך אז עס איז געווען איינגעטיילט אין חבורות לויט די יארגענג, אויך איז פארשטענדליך אז רוב מנין ובנין האבן בימים ההם געלערענט אין מתיבתא, (אין די גוטע יארן האט זיך די מתיבתא געציילט קרוב צו 800 בחורים הפנים אזוי פיל זענען געווען רעגיסטרירט דארט), ווער עס האט זיך נישט צוגעשטעלט צו איחוד איז אוטאמאטיש געבליבן אן חברים. איחוד איז געווען גענצליך אינטערגעווארפן אינטער ר' אהרן לכבוד דעם וואס איחוד איז א ארגאניזאציע פאר די יוצאי ישיבה און ר' אהרן איז דארט געווען ראש ישיבה. עס איז אויך פארשטענדליך אז איחוד איז באשטאנען פון לויטער "אינגעלייט" און געפירט דורך "אינגעלייט" ווייל איחוד האט אריינגענועמן אין זיך נאר אינגעלייט יוצאים פון ישיבה פון די פארגאנגענע פאר יאר. מיר זענען מדגיש "אינגעלייט" ארויסצורברענגען די נקודה אז עס איז נישט געווען אינם גאנצן איחוד אפילו נאר איין עלטערער באזעסענר מענטש, אדער אפילו נאר א מיטליעריגער בעל הבית איז אויך נישט געווען צו טרעפן דארט, אלס נאר לויטער אינגעלייט.

 

אין דעם טאג וואס איחוד האט זיך דערזען אלס א ארגאניזאציע וואס נעמט אריין כמעט אלע אינגעלייט פון די 18 יאר ביז צו די 30 וואס דאס האט געמיינט בערך 35-40% פון סאטמארע מעמבער'ס. האבן די ארגאניזיער געשפירט אז זיי האבן דעם כוח צו מאכן אייגענע החלטות אין קהלות סאטמאר אן די טובות און הסכמות פון די הנהלת הקהלה, ואדרבה, קהל דארף גאר אנקומען צו זיי! עס איז אבסורד ווען מען טראכט אריין אז קהל יטב לב אין וו"ב זאל זיך נישט קענען רירן און די גוטהייסונג פון ר' אהרן ווייל קהל איז מאכטלאז קעגן איחוד. אמת אז ר' אהרן איז רב אין קרית יואל און נישט אין וו"ב אבער רוב וויליאמסבורגע אינגעלייט – אפגעזען וואס זייער פערזענליכע מיינונג איבער ר' אהרן איז - זענען פארבינדן מיטן איחוד.

 

איחוד האט געהאט נאר איין פראבלעם, זיי זענען טאקע געווען א מאכטפולע ארגאניזאציע אבער אן קיין ברעקל אמת'ע כוח, בסך הכל איז דאס באשטאנען פון אינגעלייט וואס האבן נישט געהאט קיין באזונדערע פארטרעטער אין קהל, פארט אזוי ווי עס איז געווארן קלאר אז איחוד שטייט אויף פעסטע יסודות האבן די פירער מחליט געווען אז עס איז צייט פאראויס צו ריקן אירע צילן. איחוד האט געהאט צוויי צילן.

 

איחוד שטעלט אוועק אירע צילן

איינס, איבערצונעמען סאטמאר און פארמאגן דעם אמת'ן כח אויף קהל יטב לב ד'סאטמאר. צוויי, קרוינען דעם ראש ישיבה און קרית יואל'ער רב אלס "רב הצעיר" איבער אלע חסידי סאטמאר בכל מקומות מושבותיהם די בכל אתר ואתר. ביידע צילן זענען געווען שווער דורכצוברעכן. איבערנעמען די מאכט אין סאטמאר האט געהאט א פראבלעם אז אין גאנץ איחוד איז נישט דא קיין איין אינגערמאן וואס געפינט זיך אין די בעל בית'ישע יארן צו קענען אריינגיין אין קהל.

 

און די צווייטע ציל פון קרוינען ר' אהרן אלס רב הצעיר. האט געהאט צוויי פראבלעמען. איינס, דער רבי איז נישט מסכים (אזוי ווי איר וועט שפעטער זען די עדות פון בערל פריעדמאן) און די צווייטע פראבלעם דער ר' אהרן האט "טויזענטער" שונאים. (פרעגט היינט א אהרויני: אויב איז אזוי ווי איר פארקויפט אז ר' זלמן לייב האט נישט קיין מענטשן, ווער זענען די טויזענטער וואס קלעבן צו אים? ווער זענען די עלטערן פון די 700 בחורים אין זיין ישיבה גדולה? וועט דער חלה דעקל ענטפערן... עה, זיי זענען נישט קיין חסידים זיי זענען נאר שונאים פון רבי'ן... דער חכם וועט בלייבן מיטן צינג אינדרויסן ווען איר וועט אים פרעגן: ווי אזוי איז איין מענטש אליינס "מצליח" צו האבן אזוי פיל טויזענטער שונאים??? א קליגער אהרויני וועט ענטפערן: דאס איז אלעס שנאת עם הארץ לת"ח... די טויזענטער קענען פשוט נישט דערליידן דעם רבי'נס מוסר און ערליכקייט... און זיי פארנעמען נישט זיין מוסר און זיין פאדערן שיעורים ערב ובוקר... אויב וועט איר פרעגן דעם קליגן וואס איז פשט פון די אלע "תלמידי חכמים" וואס שניידן די בערד, סרוכען פון פערפיום, בחורים וואס האבן אינטערנעט אין ישיבה וכו' (אזוי ווי איר וועט זיך שפעטער אינם ארטיקל אליינס איבערצייגן מפיו פון ר' אהרן בכבודו ובעצמו). און זענען די גרעסטע שלעגער פאר ר' אהרן'ס כבוד... ווי איז זייער שנאת ע"ה נעלם געווארן? צו אזא "קאמפליצירטע שאלה דארף מען שוין האבן א מוח וואשער ווי שמואל ווידער אדער א בעל מנסך... (הכוונה לנוסח) ווי לישע הארעוויץ צו פארענטפערן.

 

איחוד האט זיך נישט דערשראקן פון די פראבלעמען, זיי האבן איינגעשפאנט דעם אלטן בערל פריעדמאן און געהאפט אז ער וועט זיי ברענגען די געוואונטשענע רעזולטאטן די איחוד חיות האבן איינגעשפאנט בערל פריעדמאן מיטן אים איבערשרעקן אז ר' אהרן גייט סיי ווי ווערן רבי איבער גאנץ סאטמאר (עס איז נישט געווען שווער איינצורעדן אזא זאך ווייל דעמאלט'ס האט דאס ביי יעדעם טאקע אזוי אויסגעזען. ר' אהרן איז דאן געווען ברומו של עולם). אויב וועסטו זיך צושטעלן – האבן זיי געווארנט פאר בערעלען – בלייבסטו ראש הקהל די בלייבסט ביים רעדל און ביים שיסל, אויב וועסטו זיך נישט צושטעלן וועלן מיר טרעפן א צווייטן אויף דיין פאלץ.

 

די צילן זענען אוועק געשטעלט געווארן זייער קלאר. א) זיך אריינריקן און איבערנעמען קהל, דאס וועט זיי געבן די אפיציעלע כח אינערהאלב די קהלה און פון דארט ביזן איבערגעבן די קהלה פאר ר' אהרן איז א קאצן שפרינג. ב) ארויסריקן פון רבי'נס שטוב די אלטע גבאים, און שטעלן "אייגענע", דאס וועט זיי העלפן באקומען א הסכמה פון רבי'ן אויף ר' אהרן'ס רב הצעיר'שאפט.

 

 

עס איז זעלבסט פארשטענדליך אז אנצוקועמן צו די צילן איז נישט געווען מעגליך "בדרכי נועם", עס איז געועון א כורך המציאות  צוצוקומען צו אלימות. עס האט זיך אנגעהויבן מיט א קול דממה דקה און איז כסדר געווארן העכער. אנגעהויבן האט זיך דאס מיט פארשפרייטן פון מויל צו אויער שרעקליכע מעשיות ווי דער הויפט גבאי – משה גבאי רודפ'ט נעבעך דעם "רב" (אין איחוד האט יעדער גערופן ר' אהרן – רב, אפילו אינגעלייט וואס האבן געוואוינט אין וו"ב אדער ב"פ, לדוגמא בעריש מייזיליש איז אפיציעל באטיטלט געווארן ביים זיך אין ביהמ"ד אלס "בעריש מייזליש", רב האט געמיינט ר' אהרן).

 

עס איז אבער געווען א פלא, דער עולם האט נישט געוואלט גלייבן די שמועות ווייל יעדער זעט אין ביהמ"ד ווי משה גבאי מיט ר' אהרן פארברענגען כסדר שעות ארוכות מיט פריינטליכע שמועס'ן. פארט האבן די שמועות באקומען פליגלען און די אפיציעלע ווערסיע איז געווען אז משה "טענה'ט" זיך מיטן רב וועגן איחוד לאומי געלט (איחוד לאומי איז א באזונדערע פרשה פאר זיך, מיר וועלן דאס באשרייבן אין א צווייטע געלעגענהייט). בקיצור משה איז א מחוצף פארן רב וכו'. ווען די שמועות זענען שוין געווען שטארק האבן די איחוד חברה זיך גענועמן ריקן א טריט ווייטער און מסביר געווען פאר ר' אהרן אז לטובתו איז גוט ער זאל נישט שמועסן מיט משה ברבים. ר' אהרן האט טאקע אויפגעהערט די שמועס'ן מיטן גבאי און ווען דער גבאי איז צוגעקומען צו אים האט ער זיך ארויסגעדרייט אז ער קען נישט יעצט רעדן, אבער בעיקר האבן זיי משכנע געווען דעם ציבור אז ר' אהרן איז נישט אויף איין זייט מיט משה גבאי, ווייל דער איד האט געדעקט די בר מצוה אין ירושלים שבט תשנ"ט וואס דאס איז א סימן אז ר' אהרן איז נישט דער מושל במליכה אויף די גאנצע וועלט, און דער צווייטער איז געווען די פראטעסט אדר תשנ"ט ווי סאיז שוין געווען באריכטעט ביידע באריכות און אונזער פארמעגליך ארטיקל חלק א'.

 

נאך די פראטעסט סוף אדר תשנ"ט, ווי מען האט אריינגעלייגט אין איד א קול קורא מיט חתימות פון קאשויער רב און מאנטיווידעא רב, וואס די איחוד פירערס מיט דעם יועץ פרטי בראש האבן אפיציעל ערקלערט קריג אויף דער איד און אויף משה גבאי, זיי האבן שוין געוויזן אז משה גבאי איז א שונא פאר'ן רב, האבן די איחוד פירערס באשלאסן איבערצונעמען די מאכט פון סאטמאר, דורך פארלנאגן וואלן אין קהל יטב לב אין וויליאמסבורג, און די איחוד וועט ארויסשטעלן א ליסטע וואס זיי קאנטראלירן און אזויווי זיי האבן דאך א שטארקע מערהייט פון די אינגעלייט, און די אלע זענען די היציגע וואס וועלן קומען אין די מאסן צו די וואלן וועלן זיי איבערנעמן די לייצעס פון קהל, און אזוי וועלן זיי שוין זיין אין קאנטראל פון גאנץ סאטמאר,

זיי האבן פארפירט ביז סאיז געלונגען צו ברענגן א באשלוס אין קהל צו מאכן וואלן חול המועד פסח, און פארשטייט זיך איחוד האט אנגהויבן מיט זייער ליסטע, זיי האבן אויפגעזוכט די מערסטע מוחות קטנים וואס סאטמאר האט פארמאגט, און אלע שווענץ פון ר' אהרן, און זיי ארויפגעלייגט אויף זייער ליסט, זיי האבן געהאט א פראבלעם אז די שטאטוטן זאגט אז מען דארף זיין איבער די פערציג צו דינען אין פארשטאנד, האבן זיי אפירגעזיכט אפאר עלטערע שווענצלעך און ארויפגעלייגט אויפן פארשטאנד ליסט, און גענומען צו די מערכה פון די בחירות, מען האט קאמפיינט אפען אז דער ליסטע פון קהל וועט אויסרייסן אלע מחוצפים, די אלע וואס שמייכלן פון דעם רב'ס דרשות, אלע וואס זעען נישט דעם רב'ס פקחות און שארפקייט, אלע איינגעשטעלטע וואס קומען נישט צו די איחוד שבתים און מוצאי שבת, די זענען דאך אלע מתנגדים שונאים ווערמיג וכדו', אגב די צוואנציג יאר פון ל"ט ביז נ"ט האט מען קיינמאל נישט גהאלטן חשבון ווער פון די איינגעשטעלטע מלמדים מגידי שיעור וכדו' וואס קומען צום טיש, אדער דאווענען אמאל בכלל אין גרויסן בית מדרש, סאטמאר אין וויליאמסבורג איז באמת געווען דעמקראטיש אויפן ליבערלסטן פארנעם וואס שייך, אבער מיט די נייע ווערשאפט פון איחוד וועט דאס אלעס קומען צו אן ענדע, סאטמאר וועט נישט בלייבן אינטערשטעליג פון סקווירא אדער בעלזא דעם רב'ס שוואגערס, ווער עס וועט פוגם זיין במלכות אפי' במחשבה, וועט נענש ווערן אויפן פלאץ, סוועט ווערן סדר אלע איינגעשטעלטע וועלן קומען אין די רייע צו תפלות טישן דרשות הקפות באגלייטן און וואס נישט,

 

ערב בדיקת חמץ ערשיינט א צעטל אויף די ווענט פון ראדני בית המדרש אז די בחירות איז אפגעלייגט, און וועט נישט פארקומען דעם חול המועד פסח, דאס איז שוין געווען דער לעצטע טראפן אויל אויף די פייער פון די אינגלעך, עס האט בלויז געפעלט א מעטש וואס זאל אנצינדן דעם פאלווער, און עס זאל אויפרייסן ווי א וואלקענע,

 

שבת חול המועד פסח אינדערפרי אין שטובל פון רבי'ן ביים בית מדרש, גייט צו ר' יעקב שמשון גאלד פון די מקורבים פון רבי'ן צו ר' אהרן און פרעגט אים היתכן זיינע מענטשן רודפ'ן שמשון'ס זון ר' חיים יושע גלאד וואס לערנט מיט בחורים אין די מתיבתא, און מען רודפ'ט אים שרעקליך, דא האט ר' אהרן זיך ארויסגוויזן זיין סבלנות אין האט אנגעהויבן גיסן פעך אין שוועבל אויף ר' יעקב שמשון, די ביזט א צווייטער יענקל ברוך, און איך וויל מיט דיר נישט רעדן, ער האט זיך ארויפגעלייגט ביידע הענט אויף די אויערן און געמאכט קולי קולות, די ביזט א שיגץ א מנובל וכו' ר' יעקב שמשון האט אוועקגוואקט אין אים געלאזט מיטן אפען מויל שרייען, אבער דא האט יעדער געזען אז דער ר' אהרן איז שוין גרייט מיט די מלחמה אין גייט עמטליך ערקלערן קריג אויף משה גבאי אין אלע שטוב מענטשן פון טאטן,


נעקסט,
די אינוואזיע הייב זיך אן




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/7/2010 22:38 לינק ישיר 

טייערע חברים, איך האב פון אייך נישט פארגעסן, די מאורע'ס די לעצטע פאר טאג - אנגעהויבן פון די רבצי'נס פטירה און גענדיגט ביים געלונגענעם עצרת מוחאה אין וואשינגטאן האט מיר אפגעשהאלטן פון שרייבן, ואתכם הסליחה.

-------------

 

די נעקסטע טריט איז געווען אום שבת חוה"מ דעם דריטן טאג יו"ט האט ר' חיים הערש ליימזידער געקויפט א עליה פאר ר' יעקב שמשון גאלד. בשעת ר' יעקב שמשון איז ארויף אויפן באלעמער האט ר' אהרן געווינקן מיט די אויגן אז דאס מיינט מען מיך צו טשעפן, קיין סאך האט נישט געפלעט, און ווען ר' שמשון האט ארפגעוואקט פון באלעמער האט מאטעס דייטש דער יועץ פרטי אנגעדרייט א שוואכלינג און יענער האט אנגעהויבן ציצקענען, און פון די ציצקענען איז געווארן שישקענען און פון די שישקענען איז געווארן קולות וברקים, ביז מען האט אים אראפגעשלעפט דעם טלית אויף דער ערד, און מען האט זיך גענומען צו די מלאכה מען האט הייבט אן טיילן מכות, אבער דא האט ר' ליפא דעם רבי'ן זון זיך אויפגעשטעלט ויהס און האט שטול געמאכט דאס בית מדרש, און געזאגט אז דא ווערט אנגעפירט א פוטש פון מתתי' דייטש און סזאל שוין זיין שטול. דאס האט בשעתו אפגעשטעלט די רידערייען פאר א אפענע ספר תורה בשעת די רבי געפינט זיך דארט. דער רבי האט זיך אויסגעדרייט אין געפרעגט דעם דעמאלסדיגער אנטווערפענער רב ר' מענדל וואס האט עולה געווען רביעי און געפרעגט וואס גייט פאר האט ער געזאגט אז איינער האט עפעס טענות אויף יעקב שמשון, האט דער רבי געפרעגט און ווער איז מתתי דייטש זאגט ער דאס ווייס איך נישט. די אפיציעלע תירוץ פאר די רידעריי איז געווען א פרשה פון עפל סדר א מעשה וואס איז נישט געשטויגן און נישט געפלויגן, בקיצור איז די מעשה אז פסח ביינאכט ביים סדר האט ר' אהרן זיך אנגערופן נאך קידוש אז דער מאסט איז נישט פריש און האט א טעם פון עפל סיידער. די איחוד חברה האבן דאס גוט אויסגעניצט פאר זייערע צוועקן (עד היום הזה זענען דא וואס זאגן אז די אנשטעל כאילו איינער האט אים אפגעטון און געלייגט עפל סדר איז נישט מער ווי די שטיקל וואס די דייטשן ימ"ש האבן געטון ביי די פוילישע גרעניץ אנצוהייבן די אינוואזיע קעגן פוילן וד"ל. עכ"פ מיר קענען נישט באשטעטיגן די ווארהייט פון די מעשה ווייל "קיינער" האט נישט פארזיכט די מאסט נאכדעם וואס ער האט דערקלערט אז ס'איז עפל סדר און לויט די הויז בחורים האט די מאסט ר' אהרן'ס חברה אליין גענומען פון פריזידער) דאס האט געדארפט זיין די אפיציעלע אנהייב פון די אינוואזיע אויפן רבי'נס הויז, דורכן פראבירן ארויס צו רודפ'ן די "אלטע" בני בית.

 

שבת נאכמיטאג האט ר' אהרן געשפירט אז ער האט איבערגעצויגן דעם שטריקל האט ער געשיקט זיין זון ר' מענדל זאל גיין רעדן צו משה גבאי אז ער האט נישט געהאט דערמיט גארנישט און ער וויל נישט קיין איבערקערנישן, האט אים משה געהייסן איבערגעבן פאר'ן טאטען אז ער זאל זיך אויפשטעלן ברבים און זאגן אז מען זאל נישט מאכן איבערקערנישן, ר' אהרן האט טאקע אויסגעפאלגט און האט שבת נאך שלש סעודות פאר'ן בענטשן זיך אויפגעשטעלט און געזאגט דברי מחאה אז מען האט מבזה געווען א חשובער איד א בנן של קדושים פאר די ספר תורה און האט שטארק פארדאמט די מעשים, אבער תיכף נאך מעריב האט ער גרופן עמערזשענסי מיטינג וואס מען טוט ווייטער, ווייל ער האט געשפירט אז משה גייט נישט זיצן מיט פארלייגטע הענט און וועט נעמען שריט אין די נעקסטע פאר טעג צו מאכן סדר אויף זיין וועג, לויט געוויסע קוועלער האט יענער מוצ"ש ר' אליעזר קעסטנבוים געזאגט פאר ר' מענדל אז ביז 24 שעה וועט זיין א רב אין וויליאמסבורג, וואס דאס האט געברענגט דערצו אז ר' אהרן מיט רביצין סאשע זענען אריינגעלאפן פארטאגס אפווארטן דעם רבי'ן און פארלאנגן דאס ירושה בחייו,

 

יעצט נאכדעם וואס איחוד האט זיך איבערצייגט אז זיי האבן א כח און זענען מסוגל איבערצוקערן דאס ביהמ"ד אן קיין אפהאלט איז געווען צייט זיך צו ריקן פאראויס צום ציל, דהיינו איבערנעמען די לייצעס אין קהל. ובין כך ובין כך וועט מען זיך שוין מסדר זיין מיט די "אלטע" שטוב מענטשן.


המשך יבאו



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-7/7/2010 23:31 לינק ישיר 

 

דעם זעלב זונטאג חול המועד האט בערל פריעדמאן - וועלכער דינט אלס איינער פון די צוויי ראשי קהלה – גערופן א אסיפה פון די קהלה ווי ער האט כלומר'שט געוואלט אפשטעלן די רידערייען אין ביהמ"ד, דער בערל וואס איז געווען פיין באקאנט מיט אט דעם "איחוד" האט במשך דעם גאנצן אסיפה געדרייט א קאפ און פארוואסערט אלעס כאילו די רידערייען זענען נישט מער ווי עטליכע יחידים,

 

ר' בנימין הירש פראבירט צו שטעלן דעם אלטן בערעלען אין פאלץ און פארציילט אים די "סוד" אז עס איז דא א ארגאניזאציע וואס שטייט אינטער דעם, און אז געוויסע קהל'ס לייט וואס געפינען זיך יעצט דא ביי דעם איספה זענען געווען פארמישט אין פלאנען פון פאראויס דעם איבערקערעניש... (ר' בנימין האט נאך דאן נישט געוויסט אז די קהל'ס לייט וואס שטייען אינטערן איחוד איז טאקע דער בערל בכבודו ובעצמו. דערמאנט אייך דאס נישט די מעשה ווי מען זיכט דעם שפיאן און ס'שטעלט זיך ארויס אז דער גרעסטער מיניסטער איז דער פאלנער שפיאן?). אבער אונזער חכם בערל פארלירט זיך נישט און ער פארדרייט א קאפ מיט עליות געלט...

 


אברהם ווידער (דער מעיאר פון קרית יואל) קומט צוהילף פאר בערעלען און פארדרייט א קאפ אז קיינער איז נישט געשטאנען אינטער דעם און קיינער האט דאס נישט אנגעדרייט... און פירט אוועק די שמועס פון איחוד התלמידים. דערנאך נעמט דאס ווארט דער נידערטרעכטיגער דוד עקשטיין פון קרית יואל (היינט באקאנט אלס מסור דמתא) ער שעמט זיך נישט צו פארשלאגן אז דער גבאי זאל נישט צולאזן א עליה פאר סיי וועם עס איז דא א פאליטיק ארום אים. ביי אונז אין אידיש רופט זיך דאס ווי די פאלגאנד: נישט געבן א עליה פאר סיי וועם איחוד איז נישט מסכים! פארשטייט זיך אז ער רופט דאס נישט אן ביים נאמען, ער פראבירט דאס צו מאכן דיפלאמטיש. דא האט איר א קאפי פון די מיניטס פון יענע אסיפה (א אויסצוג פון יענע אסיפה ווארט-ביי-ווארט וועט איר געפינען אין די פארמעגליך ארטיקעל).

 

 

 לאמיר איבערגיין זיינע ווערטער, "מ'רופט אויף פונקט איינמאל דעם און איינמאל דעם, דאס קען פונקט ארויסנעמען מענטשן פון דעם גלייכגעוויכט, און נאכדעם פארלירט מען זיך, נאך דעם קען מען שוין נישט קאנטראלירן"... אויב ליגט עפעס פאליטיק אז מ'זאל נישט לאזן אין ביהמ"ד איז אים דעם גבאי'ן דאס נישט איינגעפאלן"... עכ"ל. איר הערט ווערטער?! אויב האט איחוד מחליט געווען ארויסצוגיין אין א מלחמה קעגן די גבאים, זאל מען די גבאים נישט געבן קיין עליות, ווייל... איחוד וויל אזוי!...

 

יעצט לאמיר אריינגיין אביסל טיפער, מיר געדענקן אלע די דרשות ווי ר' אהרן האט גערעדט צו די בחורים, און במקום זיין שארף און שטרענג זאגט ער "מען קען נישט דן זיין א בחור ווייל ער האט זיך אנגענועמן פאר קהל"... "ווען א בחור נעמט שריט אויף די אייגענע האנט פארשטיי איך אים" (טעוועלע דרשה ועוד). דער דוד רעדט יעצט מיטן זעלבן שפראך.. "ס'מאכט זיך פונקט, און ס'מאכט זיך... און ס'קען זיך מאכן.. און מ'קען נישט קאנטראלירן... און דערנאך, נאכן "נישט דן זיין" האט ער נאך די חוצפה פון פאדערן אז למשל די גבאים פון רבין זאלן מער נישט באקומען עליות ווייל איחוד האט אזוי באשלאסן...

 

ר' יעקב הערש שענוואלד איז דער ערשטער וואס נעמט די גאטס און כאפט אן דאס קינד ביים נאמען "איחוד התלמידים" ער פינטעלט אויף איחוד אז זיי האבן ארקעסטרירט די רידערייען.

 

ר' יעקב כהנא דעקט שוין אינגאנצן אויף די קארופציע וואס דא קומט פאר, ער פארציילט אז ער האט שוין עטליכע מאל גערעדט צו ר' שלמה זלמן סאנדער וועגן אריינעמען איחוד פירער אין קהל, ווייל אזוי וועט זיין גרינגער צו האנדלען מיט זיי, ער דריקט זיך אויס אויף איחוד דעם באקאנטן מאמר חז"ל "בנין נערים סתירה".

 

בקיצור ר' בנימין הירש האט שוין געהערט אז עס איז געווארן געפירט און געפלאנט דורך איחוד, ר' יעקב הערש שענוואלד ווייסט אויך דערפון, ר' יעקב כהנא אויך און ר' שלמה זלמן סאנדער אויך... נאר בערל פריעדמאן "ווייסט נישט"... און אברהם ווידער וויל דאס "בכלל נישט גלייבן"...



המשך יבאו




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/7/2010 18:20 לינק ישיר 

 

ביי דעם שלב האבן די פארעטער אנגעהויבן איינזען אז ס'איז צרות, מען האנדלט נישט מיט קיין טיפשים דא, דער עולם ווייסט פיין אז איחוד פירט אן די רידעריי, דער עולם ווייסט זייער גוט וואס עס שטעקט אינטער די רידעריי, באהלאטן די פאקטן וועלן מער נישט ארבטען. הייבן די קרית יואל'ע חברה ווייטער אן דרייען א קאפ, און יעצט "נעמען זיי ארויס די קאץ פון זאק" מאיר הירש נעמט דאס ווארט און איז מודה אז קהל האט נישט קיין שום וועג אפצושטעלן די רידעריי פון איחוד נאר דורך איין וועג... יעדער שפיצט די אויערן צו הערן... דא זיצט מען און מען גיבט זיך נישט אן עצה, און פלוצלינג האט שוין דער זעלבער מאיר הירש וואס האט פריער כלומר'שט נישט געוויסט פון איחוד'ס רידערייען... פלוצלינג האט ער אן עצה "מען דארף אריינברענגען דעם קרית יואל'ער רב אינם פיקטשער... יא איר הערט גוט! "נאר קרית יואל'ער רב האט א שליטה אויף איחוד". און אויך פלוצלינג ווייסט שוין מאיר הירש אז איחוד "נעמט זיך אן פארן כבוד פון רב".. (ביי אים מיינט רב, אהרן) און ברענגט ארויף אויפן טיש א פארשלאג אריינצוברענגען דעם "רב"... "ס'קען גארנישט ארבעטן אן דעם רב"... ווי סשיינט האט ר' מאיר הירש געהאלטן אז פאר זיין פריוואטע חשבונות לוינט בעסער אז ר' אהרן זאל זיך געפינען אפטער אין די שטאט אוועק פון קרית יואל, און אויך אזוי וועט ער פטור ווערן אין קרית יואל פון די שבת אחים גרופע וואס האט געיאמערט אז ר' מאיר איז נישט גענוג חסיד פון רב.






 

די צילן פון איחוד הייבן אן קומען נענטער צום ריאלעטי, די חברה מאכן שוין נישט קיין חשבונות צו דער עולם כאפט וואס דא גייט פאר צו נישט. אין זייערע אויגן איז ר' אהרן יעצט שוין אויפן וועג צו ווערן "רב די בכל אתר ואתר" און עס איז שוין נישט דא קיין וועג דאס אפצושטעלן. דער בערל טוט צו דערזאך, ער נעמט אן דעם פארשלאג פון מאיר הירש צו בעטן הילף ביי ר' אהרן ער זאל אפשטעלן די "רידערייען" און לייגט ארויף אויפן טיש דאס "רבנות" פון ר' אהרן אין וו"ב. אבער כדי צו מאכן זיכער אז ער קומט טאקע צוריק צו די איחוד פירער מיט א פערטיג געשעפט און אויך זיך צו פארזיכערן אז יעצט אין די לעצטע מינוט וועלן זיך נישט מאכן קעגנער. קלעבט ער אן דעם רבנות אויפן רבי'ן און ער פארקויפט אז די רבי האט אים "היינט צופרי" גערופן און געהייסן נעמען ר' אהרן פאר רב אין וו"ב... דער שוטה האט נישט געכאפט אז שפעטער וועט אים ר' אהרן אריינלייגן אין פעקל. ר' אהרן האט געזאגט ביים מיטינג (ער איז אנגעקומען אינמיטן די מיטינג), אז דער בערל פריעדמאן – וועם די רבי האט כלומר'שט היינט צופרי גערופן – האט שוין גערעדט מיט ר' אהרן דערוועגן אין א פריערדיגן זמן... די פלאן פון ניצן דער רבי'נס נאמען האט געארבעט, קיינער וויל דאך נישט זאגן אנדערש פון רבין... בקיצור דער אומשולידער גארנישט ווייסער, ווייסט נישט ווער די רידערער זענען אומשולדיגערהייט קומט אריין א "תמימות'דיגע" פארשלאג אז מען זאל אריינברענגען ר' אהרן ער זאל אפשטעלן די רידעריי פון זיינע אינגעלייט, פון דעם ווערט שוין כמעט געקרוינט אלס רב (ווייל ס'איז דא ריעדריי אין ביהמ"ד, און נאר ר' אהרן קען דאס אפשטעל... איר כאפט וואס דא גייט פאר?! אויב מאכט מען אים נישט פאר רב וועט ער דאס נישט אפשטעלן...) און "צופעליג" האט די רבי היינט צופרי גערופן בערעלען... אבער די קליגער ר' אהרן לייגט אריין בערעלען אין פעקל און זאגט אז בערל האט שוין געהאט גערעדט מיט אים דערוועגן "אין א פריערדיגע זמן"...

 

דער פלאן ארבעט זיך אויס ווי "א זייגער", קיינער שטעלט זיך נישט קעגן "דעם רבי'נס רצון", עס בלייבט נאר איבער אריבערצוגיין צום רבי'ן פארציילן די פרייליכע נייעס אז מען האט אים געפאלגט און גענומען ר' אהרן אלס "רב די בכל אתר ואתר". דער בערל זאגט פארן עולם ביים אסיפה אז משה גבאי איז מסכים אז דער גאנצער עולם זאל יעצט צוזאמען אריבערקומען צום רבי'ן... איר הערט ווערטער?! אויב האט משה געפלאנט צו לייגן פיסלעך, פארוואס האט ער נישט געזאגט אז "די רבי האט זיך אנגעלאנט"?.. די אמת איז אז משה האט פיין געוויסט אז די רבי איז בשום אופן נישט מסכים איבערצוגעבן דאס גאנצע בחייו... (דא איז ברייט באריכטעט אין די פארמעגליך ארטיקעלן אז די רבי האט נישט געוויסט פון קיין טעל קאל וואס ער האט כלומר'שט געמאכט צו בערל פריעדמאן אויפצונמען אהרן). ביים רבי'ן האט ר' אהרן פארגעסן אז "די רבי האט היינט צופרי געהייסן אויפנעמען ר' אהרן אלס רב" און האט געזאגט פארן רבי'ן אז "קהל" וויל אים אויפנעמען אז ער זאל אריינקומען אפאר מאל א וואך "ארויסהעלפן". נישט ר' אהרן און נישט בערל האבן דערמאנט דאס אין וו"ב און אוודאי נישט רב הצעיר'שאפט, און פארשטייט זיך אז קיין איינער פון זיי האבן נישט דערמאנט אז "די רבי האט דאס געבעטן"... און דאס איז שוין נאכדעם וואס בערל האט געזאגט פארן רבי'ן אז "ער וועט בלייבן קרית יואל'ער רב, נאר ער וועט אריינקומען הלעפן אויך". פון רבי'נס ענטפער איז געווען קלאר ווי די טאג אז די רבי האט נישט גערופן בערעלען. און די רבי האלט נישט אז ר' אהרן זאל אריינקומען. די רבי פרעגט פון ר' אהרן "ווי אזוי פלאנסטו צו פירן די ישיבה אויב קומסטו קיין וו"ב?" בקיצור מ'רעדט וועגן קומען עטליכע טעג א וואך העלפן פאר קהל און פאר איחוד אבער קיין ווארט וועגן "רבנות". בערל האט געזאגט פארן רבי'ן אז מיטן באשעפער'ס הילף וועט די רבי אונז פירן קעגן משיח צדקינו, די רבי וועט דערלעבן משיח'ן... נאר מיר ברויכן ר' אהרן זאל קומען "ארויסהעלפן". דערנאך בעט ר' אהרן א ברכה אויף זיין התמנות... און דער רבי וואונטש "משיח זאל שוין קומען"... דער עולם וואס איז געווען דארט האט געפלאצט אין געלעכטער! (מ'הערט דאס אלעס אויפן טעיפ). און ר' אהרן זאגט "אויכעט דאס אויכעט" און ביי דעם שליסט זיך די זאך אן דעם וואס דער רבי זאל צושטימען אז ר' אהרן זאל ווערן "רב הצעיר" און אפילו נישט סתם רב אין וו"ב. אבער פאר איחוד איז דאס פונקט גענוג.

 

תיכף נאכן וואונטש פון רבין אז משיח זאל שוין קומען, איז ר' אהרן אריין צו די מאמע ווי ער האט איר געזאגט אז עס קומט זיך אים א מזל טוב פארן ווערן אויפגענומען אלס "סאטמארער רב". די מאמע האט צום וואונדער פון ר' אהרן גארנישט גענטפערט און זיכער נישט די ערווארטעטע מזל טוב. ר' אהרן האט זיך גאנץ ווייניג דערשראקן ער האט אפגעשמועסט מיט זיין מענדל צו מאכן זיכער אז די מאמע שטייט נישט אין וועג. ווי איר וועט שפעטער זען.

איחוד שפאצירט אוועק א זיגרייכע!

המשך יבאו...




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-11/7/2010 21:14 לינק ישיר 

 

אינדרויסן אויפן גאס האט דער עולם נישט געהאט קיין אהנונג וואס דא איז יעצט באמת פארגעקומען ביים רבי'ן אין שטוב, די קלאנגען האבן אנגעהויבן ארויספארן אז די רבי האט אויפגענומען ר' אהרן אלס "רב הצעיר", די אלס ווייסער האבן אפילו געוויסט צו זאגן אז די רבי וויל נישט מען זאל רופן ר' אהרן רב הצעיר נאר סתם "רב דקהלותינו הקדושות". חסידי סאטמאר האבן זיך געדרייט מיט די נאז אראפ, עס האט יעדעם באהערשט א פחד. סך הכל האט יעדער געוויסט אז די רבי האט אנגערופן בערל פריעדמאן און געהייסן אויפנעמען ר' אהרן, דערנאך איז געווען א קהל'ס מיטינג ווי מען האט אויפגענומען ר' אהרן, דערנאך איז קהל געווען ביים רבי'ן ווי די רבי האט באשטעטיגט דאס התמנות. קיינער האט נישט געוויסט דעם אמת אז די רבי האט בכלל נישט באשטעטיגט ר' אהרן'ן בכלל, קיינער האט נישט געוויסט אז די רבי האט געפרעגט ר' אהרן "דארפסט דאך זיין אין ישיבה?". ביז עס האבן אנגעהויבן ארויסרינען פון קהל'ס לייט וואס האבן זיך געפינען דערביי, אז די רבי האט בכלל נישט געוויסן פון בערל'ס שקר אז די רבי האט אים "היינט צופרי" געהייסן אריינברענגען ר' אהרן! זיי האבן מורא געהאט צו פארציילן דעם אמת אז בערל און אהרן האבן געזאגט פארן רבי'ן אז היות די רבי געפינט זיך כמעט נישט אין שטאט ווילן זיי פשוט צושטעלן פאר ציבור דאס וואס "די ציבור" בעט... פארט איז די רוח געווען אז די באן איז שוין ארויסגעפארן און עס איז א געשלאסענעם פאקט אז ר' אהרן "איז שוין" רב הצעיר... איך מיין צו זאגן "רב דקהלתינו הקדושות"...

 

יעצט נאך דעם מיטיג האט איחוד שוין געהאט א נצחון אין ביידע פראנטן, קודם האט קהל מסכים געווען אז מען קען זיך מיט איחוד נישט קירגען, די אלע וואס האבן געפאדערט שריט קעגן איחוד זענען פארשוויגן געווארן דורך בערעלען, און ר' אהרן איז "אויפן וועג" צו ווערן "רב הצעיר"!!!  די רבי איז נאך נישט מסכים אבער קהל יא. איי וואס וועט מען טון מיטן רבי'ן? נישט געזארגט מ'וועט ארויסריקן די גבאים און מאכן סדר. פון די פאר קהל'ס לייט וואס שטייען נישט מיט איז נישט דא וואס מורא צו האבן ווייל זיי אליינס האבן מורא צו פארציילן דעם אמת. אפילו אויב וועט יא א קהל'ס מאן אדער צוויי נעמען די העזה צו פארציילן די אמת האבן זיי דאך נישט קיין טעיפ פון די כלומר'שטע הכתרה, נאר בערל האט דאס, מען וועט די פאר טראבל מעיקערס שטיל מאכן, מ'וועט זיי פארזיגעלען אלס פאלנע שקרנים און שונאים. דערווייל וועט מען נישט זאגן רב הצעיר נאר סתם רב, נישט אויפצורעגן דעם רבי'ן און די זאך איז געשלאסן... די רבי האט דאך געוואונטשן ער זאל מצליח זיין (מיט די ישיבה), נישט אזוי?

 

 

ווי מען קוקט זיך איבער אויף יענע טעג ווערן נולד גאר וואונדערליכע קשיות. קהל שטעלט א מיטינג וועגן רידערן אין ביהמ"ד, נארמאלערהייט וואלט'ן די רעזעלוציעס ביי אזא אסיפה געברויכט צו זיין אז די וואס האבן גערידערט דארפן באצאלן א קנס און זיך מתחייב זיין מער נישט צו רידערן וכדו'. רבנות וואלט בכלל נישט געדארפט זיין א נושא ביי אזא אסיפה. דערווייל אבער פאר'ן ר' אהרן'ס פלענער ווייטער אין א שנעל-צוג און עס בלייבט א החלטה אז מען דארף בעטן ר' אהרן'ס הילף אפצושטעלן זיינע בארדאקעס, פון דעם גייט מען א טריט ווייטער און עס וווערט אז מען דארף אריינרופן ר' אהרן "ארויסהעלפן אין קהל" און אויף עפעס א אומפארשטענדליכן אופן ריקט דער בערל פריעדמאן אריין אז באמת איז ר' אהרן'ס טיטל גאר רב הצעיר, נאר היות די רבי האט געזאגט בדרך צחות אז ער וויל נישט זיין דער "רב הזקן" ממילא וועט מען א צווייט מאל דן זיין וועגן די אפיציעלע טיטל, קודם פאר יעצט דארף מען אריינברענגען ר' אהרן. ר' אהרן זעלבסט קומט צו די מיטינג ווי ער נעמט אן דעם כבוד פון ווערן רב אויך אין וו"ב, און קהל מיט אהרן גייען אריבער צום רבי'ן אנעמען זיין "ברכה"... למעשה האט טאקע די רבי נישט מסכים געווען מיט ר' אהרן'ס וויליאמסבורגע רבנות סך הכל האט די רבי מסכים געווען איז אז ר' אהרן זאל ווייטער פירן די ישיבה, און ער זאל ווייטער בלייבן אין קרית יואל. די רבי האט אויף אלע וועגן זיך ארויסגעדרייט פון באטיטלען ר' אהרן אלס רב אין וו"ב, און אויך מאכן זיכער אז ער בלייבט אין קרית יואל. ועלתה בידו ב"ה. דערנאך קלאר מאכן אז ער גיבט נישט זיין הסכמה פאר ר' אהרן'ס רבנות אין וו"ב האט די רבי געוואנטשן פאר קהל און פאר ר' אהרן זיי זאלן מצליח זיין...

 

בשעתו האט קיינער נישט געפרעגט די פשוט'ע קשיא וואס היינט פרעגט יעדעס קינד. לאמיר שוין זאגן אז די רבי האט יא געוואלט ר' אהרן זאל אריינקומען אין וו"ב "העלפן" האט דאס געמיינט ווערן "רב" אין וו"ב? (מאכט נישט קיין טעות: אין ר' אהרן'ס קרית יואל'ע קאנסוס שטייט אז ער וועט "העלפן" דעם טאטן, פשוט פשט איז 'סגן רב'. דא רעדט זיך פון "העלפן" קהל, לכאורה וואלט מען דאס געדארפט באטיטלען אלס 'סגן ראש הקהל'). לאמיר שוין זאגן אז די רבי האט מסכים געווען, אדער אפילו נאך מער, לאמיר זאגן אז די רבי זאל טאקע האבן געבעטן ר' אהרן זאל ווערן רב אין וו"ב, ערלעדיגט, מסכים, אבער פון דא ביז "רב הצעיר" אדער "רב דקהלותינו הקדושות" איז דאך א ווייטער גאנג?! ווי קומט רב הצעיר אריין אינם בילד?! מיינט דאס ווערן רב אויך אין וו"ב אז די אנדערע סאטמארע רבנים - ווי לדוגמא די קהלה אין לאנדאן - זענען אוטאמטיש מחויב זיך אינטערצואווארפן אינטער ר' אהרן?... עם.. ר' חיים יושע למשל אין מאנסי דארף זיך אינטערווארפן אינטער ר' אהרן ווייל ר' אהרן איז געווארן רב אין וו"ב אויך?!

 

נאך מער פון אלעם, ברענגט ארויס א מאסיווער וואונדער. פארוואס האט ר' אהרן אדער בערל נישט געזאגט פארן רבי'ן "מיר זענען ממלא דעם רבי'נס רצון און מיר ברענגען אריין ר' אהרן אלס רב אין וויליאמסבורג"?!... אויב האט די רבי "היינט צופרי" געהייסן פאר בערל פריעדמאן אז ער זאל אריינברענגען ר' אהרן, פארוואס פרעגט די רבי פון ר' אהרן "די ביסט דאך אין ישיבה?"...

 

דאס איז אמאל זיכער לכ"ע אפילו לויט די דעמאלטסדיגע שיטה פון די אהרוינים. אז דער רבי האט קלאר "נישט" געוואלט ר' אהרן זאל ווערן "רב הצעיר"! בערל פריעדמאן זאגט דאס בכבודו ובעצמו "די רבי האט מיר געזאגט אז ער וויל נישט זיין דער "רב הזקן", ער האט דאס נאך דעם חול המועד מיטינג איבערגע'חזר'ט ביי אלע קהל מיטינגס ווי מען האט גערעדט וועגן די רבנות! ער האט צענדליגע מאל אליינס געזאגט אז דער רבי וויל "נישט" ר' אהרן זאל ווערן רב הצעיר! פאר די חסידים פון רבי'ן איז געווען קלאר אז די רבי איז נישט מסכים מיט ר' אהרנ'ס רבנות כאפעריי. פאר ר' אהרן מיט זיין קליקע האט דאס געמיינט אז די רבי וויל יא (אדער אפילו נאר מסכים) ר' אהרן זאל אלעס איבערנעמען בחייו. איי בערל זאגט אז די רבי האט אים געזאגט אז ער וויל נישט ר' אהרן זאל ווערן רב הצעיר?! נע... די רבי וויל "באמת" יא... נאר ער איז נישט מסכים מיטן "טיטל"... למעשה האט יעדער זיך מורא געהאט ארויסצושטעלן אפען קעגן ר' אהרן מיט זיין איחוד וועלכע זענען געפארן זייער שנעל פאראויס מיט זייערע פלענער אפגעזען די אפענע התנגדות פון רבי'ן וואס דאס האבן זיי פראבירט צו פארשטעקן דורכן בטיטלען ר' אהרן אלס "רב דקהלותינו הקדושות" און נישט "רב הצעיר"...


המשך יבאו



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-12/7/2010 22:51 לינק ישיר 

 

די "איחוד התלמידים" באנדע וואס האט פראבירט מיט אלע כוחות און פאר אלע געלטער אז ר' אהרן זאל ווערן רב הצעיר, זענען געווען אויפגעפריסטעט און קאמפ'ס גרייט. אפגעזען די פאקט אז דער רבי זאגט אפען און קלאר אז ער איז נישט מסכים, אפגעזען וויפיל בליט דאס וועט קאסטן, אפגעזען וויפיל בזיונות דאס שאפט און וועט שאפן פארן רבי'ן און אפילו די שוועריגקייטן וואס ר' אהרן זעלבסט וועט דארפן אריבערגיין, זיי האבן געמאכט דעם חשבון אז דער עולם האט א קורצע זכרון און סוף כל סוף וועט ר' אהרן זיין רשכבה"ג און פון די בזיונות אינטערוועגענס וועט מען פארגעסן.

 

סך הכל האט אויסגעזען אז ר' אהרן גייט דאס סוף כל סוף סיי ווי באקומען, נאר היות "איחוד" איז באשטאנען פון אינגע אינגעלייט מיט היציגע בליט (א פלא אז די ארגאניזאציע לעבט שוין נישט?! חוץ ריעל עסטעיט אין מאנטיסעלאו און אויך עטליכע וועב זייטלעך) האבן זיי נישט געהאט קיין געדולד צו ווארטן, זיי האבן דאס געוואלט שוין, יעצט, די מינוט. בערל וועלכער האט אויך פארשטאנען אז ס'איז נישט א שאלה פון "אויב" נאר א שאלה פון "ווען", איז גערן מיטגעשטאנען אין פראבירט צו העלפן פון אינערהאלב די הנהלת הקהלה.

 

ביים אסיפה ווי ער האט געשטיפט קהל אויפצונעמען ר' אהרן האט ער זיך מיט די זעלבע פעסטקייט געשטעלט באשיצן "איחוד" וועלכע זענען געווארן אינטערגעריסן דורך עטליכע קהל'ס לייט. ער האט פראבריט מיט אלע כוחות מלמד זכות צו זיין אויפן איחוד אדער סתם פארדרייען די שמועס אוועק פון איחוד. איחוד איז געווען די ארגאניזאציע וואס איז געשטאנען אינטער אלע טעראר אקטן, די רידערייען אין ביהמ"ד איז געקועמן פון איחוד, פאשקעווילן זענען געדריקט געווארן דורך איחוד וכו'. פארמעגליך האט שוין ברייט באשריבן דעם גאנצן איחוד סמאכעטע, דעריבער וועל איך נישט יעצט מער מאריך זיין דערוועגן. עכ"פ צוריק צום "רב הצעיר", עס בלייבט א אומפארענטפערטע קשיא, ווי דרייט זיך איבער פון "רב אין וו"ב און אין ק"י" צו "רב הצעיר" אדער צו אב"ד קהילותינו הקדושות די בכל אתר ואתר?!... דאס איז שוין אויך נאר נאכדעם וואס מיר נעמען אן בערל פריעדמאן'ס לאקשן אז די רבי האט אים גערופן און געהייסן אויפנעמען ר' אהרן – א זאך וואס קיינער האט עד היום הזה נישט באשטעטיגט.

 

ווען-וואלט איחוד נישט געשטיפט דעם וואגן צו שנעל, וואלט ר' אהרן געהאט א שטארקע מעגליכקייט סוף כל סוף צו ווערן דער איינציגסטער סאטמאר רבי. ווי מען האלט יעצט האט שוין איחוד געהאט געטון אפאר צודרייטע שריט אין די פארגאנגענע יארן אזוי ווי פארמעגליך האט דאס ברייט באשריבן ווי די נסיעה אויף לאנדאן ועוד. די אלע זאכן האבן זייער וויי געטון פארן רבי'ן, עס איז זייער שווער אראפצושלינגען די פאקט אז א זין פראבירט איבערצונעמען בחיים. די אלע צודרייטע זאכן פין איחוד האט שוין שטארק אויפגעברויזט דעם רבין. ביים רבי'ן אין אינדערהיים איז שוין גארנישט אזוי זיכער געווען אז די רבי איז גרייט זיך צו לאזן פון ר' אהרן'ס כבוד רייץ.

 

עכ"פ די איחוד פירער האבן נישט געוואלט פארלירן אפילו נישט איין מינוט, דעם נעקסטן טאג האט געהאנגן צעטלעך אין אלע סאטמארע בתי מדרשים וועגן א אסיפה כללית ווי "הגה"צ אב"ד ור"מ ק"י ורב דקהלתינו הקדושות" (מיר האבן שוין ערווענט דעם "רב דקהלתינו הקדושות", קיינער האט זיך נישט מטריח געווען צו פרעגן וואס מיינט דאס "רב דקהלתינו הקדושות", אפילו לשיטת האהרונים (דעמאלס איחוד) איז ער רב נאר און קרית יואל און אויך א הלעפער [אפילו לאמיר זאגן רב] אין וו"ב, אבער ווי אזוי ווערט ער פלוצלינג רב אויך אין אנדערע סאטמארע מקומות?)





די ראשי קהלה האבן נישט איינגעמאלדן פארן רבי'ן וועגן די אומדערהערטע חוצפה'דיגע הכתרה אלס "רב דקהלתינו הקדושות" טראץ וואס די רבי האט קלאר געזאגט אז ער וויל אליינס בלייבן רב איבער גאנץ סאטמאר ביז משיח'ס טאג. און במקום די רבי זאל וואונטשן הצלחה פאר ר' אהרן'ס פרישע רבנות האט דער רבי גאר געוואונטשן אז משיח זאל שוין קומען. דעם זעלבן טאג איז ר' אהרן'ס שנור, די רביצין פון ר' מענדל אנגעקומען צום זיידן אין שטוב און האט אנגעזאגט פאר די פרויען וואס געבן זיך אפ מיט די רבצין אז זיי זאלן איר היינט נישט אריינפירן צום רבין אזוי ווי עס האט זיך געפירט יעדן טאג. די רבצין איז דאן געווען אין א מצב ווי זי האט זיך נישט געקענט באגיין פיזיש אן הילף, די אפיציעלע תירוץ וואס ער האט אנגעגעבן פאר די גבאי'טעס איז אז די רבי איז זייער אויסגעמוטשעט (?!)... די פלענער פונם גרויסן הכתרה אלס רב דקהלותינו הקדושות איז אנגעגאנגען מיטן פולן פארע טראץ די קעגנערשאפט פונם רבין. ביז... ס'האט פאסירט צוויי זאכן וואס האבן אפגעשטעלט דעם וואגן.


המשך יבאו...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-15/7/2010 23:43 לינק ישיר 

 

די רבצין האט באמערקט אז היינט לאזט מען איר נישט אריין צום רבי'ן אזוי ווי געווענליך. זי האט געבעטן די נשי הבית מ'זאל איר ארייטראגן צום רבי'ן, אבער זיי האבן אויסגעפאלגט ערליך דעם ארדער פון ר' אהרן'ס שנור און זיך ארויסגעדרייט. ווען די רבצין האט ענדליך פארשטאנען אז מען גייט איר נישט אריינלאזן צום רבי'ן האט זיך בכוחות עצמה זיך אריינגעשלעפט ביזן טיר פון רבי'נס צימער גאר אויפגעברויזט און געוויינט מיט ביטערע טרערן אונז זעמיר אלטע מענטשען און מען וויל דא מאכן פון אונז א מושב זקנים, וואס עפעס געט מען אלעס שוין אוועק פאר ר' אהרן? אונז האמיר נאך אריכות ימים ביז משיח וועט קומען.

 

ווי נאר דער רבי  האט דאס געהערט האט ער פארשטאנען אז עס וועבט זיך א פוטש אינטער די קוליסן. האט ער אריינגערופן ר' ליפא'ן און אים באפוילן בגזירת כיבוד אב ער זאל שוין פארציילן אלעס וואס גייט פאר און אים פארגעהאלטן אז ער האלט מיט מיטן "פוטש" קעגן אים. אבער דער זענטער רב שליט"א האט זיך גענומען וויינען אז דאס האט גארנישט מיט אים, אדרבה עס טוט אים זייער וויי, אבער ער האט נישט געוואלט מצער זיין דעם טאטן האט ער נישט געוואלט רעדן דערפון. אזוי ווי ר' ליפא האט געוואלט פארציילן פאר'ן רבי'ן אלעס וואס איז באמת פארגעקומען די לעצטע 2 טעג, בפרט אז אין קהל האט מען פארקויפט אז די רבי האט געהייסן אויפנעמען ר' אהרן און פארן רבין פארציילט ר' אהרן אז קהל וויל... און דא פלוצלינג איז אנגעקומען א פעקס צום רבי'ן אין שטוב פון די מודעה וואס "קהל" מעלדעט אז "רב הצעיר דקהילותינו הק' די בכל אתר ואתר" וועט האלטן זיין דרשה ביינאכט אין גרויסן ביהמ"ד, און אויך א פעקס פון לאנדאן ווי קהל שיקט א מז"ט פארק רבי'ן איבער דאס התמנות פונעם "רב הצעיר דקהילותינו הק' די בכל אתר ואתר". דאס איז שוין געווען דער מכה בפטיש. די רבי האט שוין נישט געוואלט הערן און רעדן ביז ער האט אנגערופן ר' אהרן אלייןס וואס איז געווען אינמיטן וועג אריין צום איינצוגס דרשה, און האט געבעטן ער זאל תיכף ווען ער קומט אן אין וו"ב אריבערקומען צו אים, דער רבי האט אים שטארק אויסגערעדט פון הארץ וויאזוי טוט מען אזוינס מיט א טאטן, ר' אהרן האט געכאפט כי כלתה אליו הרעה, האט ער באפוילן אלע קינדער מיט די רביצין זאלן שוין אריינקומען צו פארן, און זיי זאלן אלע אריבערקומען מיט אים אינאיינעם בעטן רחמנות אז דער זיידע זאל זייער טאטן נישט מבזה זיין, ווייל ער האט שוין אפיציעל אנגענומען דאס רבנות.

 

אונצווישן האט ר' אהרן אריינגעשיקט זיין נעפיו פון וויליאמסבורג דער זון פון ר' שלום אליעזר, סיני וואס האט געזאגט פארן זיידן אז משה גבאי דרייט אן דעם זיידן קעגן פעטער אהרן און ער רודפט אים שוין יארן לאנג, און יעצט וויל ער אים מבזה זיין, דער זיידע האט אים ארויסגעווארפן פון שטוב בבזיונות, דא האט שוין ר' אהרן געזעהן אז דער טאטע איז זייער בייז אויף דעם איחוד פוטש, און ער האט זיך אנגעגרייט מיט אלע געווער וואס נאר שייך, ער האט מיטגערופן ר' שלום אליעזר זאל קומען צו פארן, און אלע אינאיינעם בעטן רחמים ביים טאטן אולי יחוס.

 

ר' אהרן איז אנגעקומען צום רבי'ן און דער רבי זאגט אים אז ער בשום אופן נישט מסכים צו אזא התמנות פון א רב אין סאטמאר, און ער זאל ווייטער גיין אין בית המדרש זאגן זיין דרשה אזויווי אנדערע יארן חול המועד אבער נישט קיין שום איינצוגס דרשה אדער אפילו דערמאנען א ווארט פון התמנות, די רביצין פון ר' אהרן וואס איז געשטאנען דערביי האט געזאגט אז אויב נישט קיין רבנות וועט ער בכלל נישט רעדן,

דער רבי האט אריינגערופן די ראשי הקהלה ר' יענקל כהנא מיט בערל פרידמאן און אויך ר' עזריאל וואס איז שוין געקומען פון קרית יואל צו די הכתרה, און ער האט זיי געזאגט אז ער וויל בשום אופן נישט אויפנעמען אזא זאך ווי א רב הצעיר, און אויב עס פעלט אויס א רב אין וויליאמסבורג, וויל ער דאס געבן פאר זיין אנדערן זוהן וואס איז ראוי לאותו איצטלא ר' זלמן לייב וואס איז רב אין ירושלים, דער רבי האט אריינגערופן זיינע פיר זוהן, און זיי געזאגט איך האב פיר זוהן, און צוויי דערפון זענען ראוי צו זיין רבנים מנהיגים, וויל איך דעריבער אז ביידע זאלן זיין מנהיגים, און אויב ר' אהרן וויל קען ער זיך וועלן וועלכעס ער וויל, צו ער וויל בלייבן קרית יואל'ער רב אדער ווערן וויליאמסבורגער רב, ר' אהרן מיט זיין רביצין און די קינדער האבן נאך פרובירט צו וויינען אז משה גבאי רודפ'ט ר' אהרן אבער דער רבי האט עס נישט געקויפט נאר ער האט זיך געהאלטן ביי זיין באשלוס, ר' אהרן דארף מחליט זיי צו ער וויל בלייבן אין קרית יואל אדער אריינקומען קיין וו"ב און איבערגעבן קרית יואל פאר ר' זלמן לייב.

אינדערצווישן האט אנגעהויבן קרוסירן שמועות אין די גאס אז דער רבי איז איינגעשפארט מיט די קינדער און ראשי הקהלה, דאס ביהמ"ד איז געווען פיל מקצה אל קצה, די ווייבער שול פול מיט בחורים, און דער מצב ווערט אנגעצויגענער פון מינוט צו מינוט, דער רבי איז נאכנישט דא דער נייער רב הצעיר מיט די שיינע געמאכטע פיאות איז נישטא, די ראשי הקהלה קען מען נישט טרעפן, עפעס רידערט זיך מען ווייסט נישט וואס, נאך א לענגערע צייט ווארטן שפאצירט שלמה שמש ארויף אויפן ארון קודש און איז צוגעגאנגען צום מייק און ארויסגערופן "א גוטן מועד", דער עולם האט פארשטאנען אז עפעס איז נישט גלאנטיג מיט ר' אהרן'ס פרישע רבנות און די איחוד פירערס האבן אנגעהויבן זינגן והוא שעמדה וכו' שלא אחד בלבד עמד עלינו לכלותינו, ביז  די אינגווארג האבן זיך אראפגעלאזט מיט א געלויף צום רבי'ן הויז,

עס האט גענומען מינוטן און טויזענעטער זענען פארזאמעלט געווארן און מען האט אנגעהויבן שרייען, ביז דער רבי איז צוגעגאנגען צום פענסטער און געפרעגט ר' עזריאל צו ר' אהרןס עזי פנים זענען געקומען דא זיך אנעמען אויף זיין כבוד, די יוגנווארג האבן מיט כעס זיך גענומען צו די קאר פון משה גבאי און איבערגעדרייט מיט די רעדער אויף ארויף, ביז מינוטן זענען די ראיאטן פאליס אנגעקומען מיט נאגייקעס און מיט ארי' לייבן בראש האבן זיי פארטריבן די המון, זיי האבן זיך פלאצירט ביים הויז פון משה גבאי, און געמאכט דארט א פראטעסט ביז די פאליציי האט זיי פארטריבן,

דעם נעקסטן אינדערפרי איז ר' מענדל געקומען פארטאגס צום רבי'ן בעת דער רבי האט געלערנט מיט נפתלי צוויבל, און האט געוויינט מיט ביטערע טרערן אז מען האט מבזה געווען זיין טאטן פאר די גאנצע וועלט. ער האט געהאפט צו כאפן א ווארט פון זיידן וואס זאל קענען זאגן אז ער איז מסכים אז ר' אהרן זאל אריינקומען אויף וו"ב אלס הילף, און מען דארף נישט אויפנעמען א רב בכלל. האט אים דער רבי געזאגט ער (ר' אהרן) האט זיך אליין מבזה געווען,

דער רבי האט געדאווענט שחרית אין בית המדרש הגדול און ר' אהרן האט אויך געדאווענט מיט יענעם מנין, דער רבי האט נאכן ליינען זיך ארויפגעשטעלט אויפן ארון הקודש און שטוהל געמאכט דעם גאנצן עולם, ער האט געזאגט אז עס טוט אים זייער וויי אז מען פירט אן א מערכה קעגן משה דעם גבאי, און ער האט זייער שארף געווארענט אז ער וועט נישט מוחל זיין בזה ובבא ווער עס וועט אים וויי טוהן אויף סיי וועלכער אופן.

נאכ'ן דאווענען מוסף ווען דער רבי איז שוין ארויס פון בית המדרש, האט זיך דער רב הצעיר'ל אויפגעשטעלט באותו מקום, און געזאגט אז ער בעט יעדן איינעם מען זאל זיין שטול און גארנישט טוהן אויף די אייגענע האנט, ער האט שוין געזעהן אז דאס ברענגט אים נישט קיין גוטס, ער האט געזאגט אז קהל וועט טוהן וואס מען דארף צו טוהן.

 

די צווייטע טעג יום טוב איז דורכגעגאנגן בשלום, עס האט זיך בכלל נישט דערקענט אז עפעס איז פארגעקומען דא א פייער, יעדער האט געציטערט צו מהרהר זיין קעגן משה גבאי נאך די שארפע ווערטער פון רבי'ן, ביידע קינדער פון רבי'ן דער קרית יואל'ער רב מיטן ירושלימ'ער רב זענען געווען אין וויליאמסבורג, און זיי האבן שיין געשמיסט און פארברענגט (לכאורה דאס לעצטע מאהל) איאיינעם גאנץ יום טוב, זיי האבן ביידע אנגעכאפט דעם רבי'ן ביי די שירת הים כנהוג, און ביידע האבן באקומען עליות, אחרון של פסח האט ר' אליעזר קעסטנבוים וואס האט געהייסן ר' אהרן'ס גרעסטער שונא בימים ההם, געלאדענט ביידע רבנים צו קומען קידוש מאכן צו אים אין שטוב, און זיי האבן ביידע טאקע אהיים שפאצירט מיט ר' אליעזר אהיים, א זאך וואס האט בשעתו געברענגט אסאך בייז בלוט ביי די יונגע איחודלעך, אבער מען האט נאך געציטערט צו רעדן א ווארט.

 המשך יבאו, איך פאר ארויס אין קאנטרי, האטס מיר א גוט שבת




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-22/7/2010 22:46 לינק ישיר 

 

אב"ד סאטמאר – ירושלים, פארט צוריק אהיים

נאך פסח איז ר' זלמן לייב צוריק געפארן קיין ירושלים כאילו לא היה, איחוד האט אביסל אפגעאטעמט, אבער זענען געבליבן אויף היי עלערט און פראבירט מיט אלע כוחות צו ריקן פאראויס זייער פוטש פאר ס'ווערט צו שפעט... ווייל טראץ וואס ר' זלמן לייב איז שוין צוריק אויף ירושלים איז יעצט שוין גארנישט אזוי זיכער געווען אז די רבי וועט זיך לאזן פון זיי. נאך צו אלע צרות האבן די איחוד חברה געהערט פון ר' אהרן אז די טאטע האט אים געגעבן א ברירה ער זאל זיך וועלען צו ער וויל קרית יואל אדער וו"ב ווייל איינס וויל ער געבן פאר ר' זלמן לייב! די איחוד פירער האבן געהאלטן דעם רבי'נס פארשאלאג פאר ר' אהרן בסוד, זיי האבן זיך באווארענט אויף עטליכע וועגן אז דאס זאל נישט ארויסרינען, און זענען אנגעגאנגען מיט זייערע פלענער טראץ וואס דער עולם אויפן גאס האט זיך צוביסלעך אנגעהויבן דערוויסן אז די רבי האט אנטשלאסן צו געבן פאר ר' אהרן א אויסוואהל צווישן קרית יואל און וו"ב. ווען א אניגערמאן האט גערעדט דערוועגן איז ער תיכף פארשריגן געווארן אלס א "מתנגד"... און יודל ווערצבערגער האט פארפירט וועלטן אז מען דארף די אינגעלייט ארויסווארפן פון ביהמ"ד פארן עבירה פון "מהרר" זיין...

 

די "איחוד התלמידים" ארגאניזאציע. שפירן זיך באקוועם מיטן ביהמ"ד הגדול, די טעיפ'ס פון קהל'ס מיטינגס ווי בערל פריעדמאן שטעלט זיך אינגאנצן אויף זייער זייט. און ווי די קרית יואל'ע ראשי קהלה זענען מלמד זכות אז מ'קען זיי נישט דן זיין... דאס אלעס האט זיי געמאכט שפירן אינדערהיים און ממשיך זיין די חוצפה און עזות און איבערדרייען דאס ביהמ"ד. פרישע פאשקעווילן יעדן טאג קעגן די בני בית ביים ברך משה וכו' אזוי אויך די רדיפות קעגן סיי וועם עס האט זיי געדאכט אז יענער פארגינט נישט "דאס גאנצע פאר ר' אהרן" אמת אז זיי האבן נישט קיין מנוחת הנפש דארט, זיי קענען נישט טון וואס דאס הארץ באגערט, זיי קענען נישט טיילן עליות, זיי קענען נישט צושיקן צום עמוד. דאס פארענטפערן זיי צווישן זיך אז זיי האבן נאך פשוט נישט "איינגעקעשט" זייער געווינסן ביים מיטינג פון קהל, (א תירץ וואס זיי האבן אויך גענציט שפעטער נאכן "בראש פסק", מיר וועלן נאך אי"ה אנקומען דערצו). אבער נאך אביסל וועלן די גבאים אין ביהמ"ד טון אקוראט דאס וואס איחוד באפעלט. זיי שפירן זיך זייער באקוועם מיטן פאקט אז דאס ביהמ"ד פארט אויף רעדער. יעדעס מאל מען רופט אויס צו א עליה איינע פון די וואס געפעלט זיי נישט דרייען זיי איבער דאס בהימ"ד וכו'. און זיי האבן געניצט די איבערקערענישן אלס א סטראשע אז נאר ווען ר' אהרן וועט זיין בעל הבית וועט זיין רוהיג אין ביהמ"ד... און די מחלוקה וועט זיך איינשטילן... (אקוראט ווי דאס משל וואס רביה"ק זי"ע האט געניצט קעגן די ציונום, ווי זיי צינדן אן די שנאה קעגן די אידן און דערנאך זענען זיי די וואוילע וואס קומען דאס אויסלעשן... עס קאסט א לאך זיך צו דערמאנען ווי זיי פלעגן מאכן א איבערקערעניש, און דערנאך צולויפן צו די עלטערע אידן און וויינען מיט "קראקידייל טרערן" אז נאר ר' אהרן קען ברענגען שלום).

 

צום באמערקן אז קיין איינע פון די קעגן וועם איחוד האט געפירט א מערכה, האבן נישט געהערט צו בני יואל אדער צו די מתנגדים פון ברך משה! במשך דעם יו"ט פסח האבן זיך אין ביהמ"ד געפינען "נאר" הייסע חסידים פון ברך משה! די אלע פלוידעריי פון "שונאים" פון ברך משה איז געווען אויסגעזויגן פון פינגער, ווייל די אזוי גערופענען שונאים\מתנגדים האבן אנגעהויבן צוריק קומען קיין סאטמאר הערשט נאך ח"י סיון! די רגע וואס דער רב פון ירושלים איז אפיציעל געקרוינט געווארן אלס אב"ד ור"מ סאטמאר וו"ב און עס האט זיך שוין אנגעהויבן חלומ'ען אז סוף כל סוף וועט ר' אהרן נישט איבערנעמען סאטמאר. דאן האט זיך ארויסגעשטעלט דעם אמת'ע בילד לגבי וויפיל שנאה די שונאים\מתנגדים האבן צו "סאטמאר", איינס נאכן צווייטן זענען צענדליגע אינגעלייט און בעלי בתים אריינגעקומען צום ברך משה אפיציעל איבערבעטן. און אנגעהויבן ווייטער צאלן מעמבערשיפ פאר קהל. די פאקט אז עס שטעלט זיך ארויס בפני כל הציבור אז די אזוי גערופענען שונאים פון רבי'ן זענען גארנישט קיין שונאים צום רבי'ן נאר ליבערשט צו ר' אהרן פערזענליך, נעמט ארויס ר' אהרן פון די גלייזן אזוי ווי קיינמאל בעפאר. אבער דערווייל איז די ביהמ"ד געפארן אויף רעדער טראץ דעם וואס קיין איין בני יואל'ער האט זיך נישט געפינען אין ביהמ"ד... די אלע כלומר'שטע שונאים פון רבי'ן קעגען וועם זיי האבן לוחם זענען געווען הייסע חסידים פון רבי'ן. דאס איז אלעס געווען נאך ח"י סיון. דערווייל ווי מיר האלטן יעצט, איז געווען קלאר אז ר' אהרן וועט צום סוף מצליח זיין.

 

חתונה

די רידערייען און פאשקעווילן האבן אנגעהאלטן די גאנצע צייט, עס האט נישט נאכגעלאזט קיין רגע. עס האט דערגרייכט א קלימאקס אנפאנג פרשת נשא. יענע וואך מיטוואך איז געווען די חתונה פון בן אב"ד סאטמאר ירושלים. די קלאנגען אז די רבי האט געגעבן פאר ר' אהרן א ברירה ער זאל זיך אויסוועלן אדער קרית יואל אדער וו"ב האבן שוין דערגרייכט יעדעמ'ס אויער, ר' אהרן האט נאך נישט געגעבן קיין תשובה פארן רבי'ן. עס האט קיינער נישט געקענט חלומ'ען אז דאס זאל זיך טאקע פארווירקליכן, יעדער בר דעת האט געוויסט אז סוף כל סוף וועט ר' אהרן זיין רב אין ביידע שטעט. אויפן מענטשליכן שכל האט זיך נישט געגלייבט אז ר' זלמן לייב זאל ווערן רב אין איינע פון די שטעט טראץ דעם וואס דער ברך משה האט אפען ארויסגעזאגט זיין מיינונג פארן יעדן וואס האט געפרעגט. נאך די חתונה איז די רב פון ירושלים אהיים מיט צובליטיגטע פיס. אויך שבועות פון די העכסטע זמנים אין סאטמאר האבן די איחוד פירער נישט געהאט קיין בעסערע דאגות ווי אנזייען דעם ביהמ"ד מיט פאשקעוויל און איבערקערענישן, אלס מבזה צו זיין די בני בית ביים רבי'ן און יעצט אויך דירעקט געצילט קעגן הגה"צ רב ור"מ סאטמאר ירושלים. ווי זיי סטראשען מיט רציחה ממש רח"ל. (ווי איר וועט שפעטער זען). די ציל האט זיך יעצט געטוישט. די ביז יעצטיגע ציל - פון ארויסווארפן די אלטע גבאים ביים רבי'ן און שטעלען אייגענע, און דערמיט פארזיכערן אז ר' אהרן וועט איבערנעמען דאס גאנצע פון טאטן – איז געשטעלט געווארן אין א זייט. די פרישע הויפט ציל איז געווארן "פארזיכערן אז ר' זלמן לייב פארט צוריק קיין ירושלים". (זיי שטייען נאך נעבעך היינט אינם זעלבן מערכה... צוריק שיקן...)

 

 

זענדיג אז זיי האבן פארלוירן זייער מאכט איבער די קהלה, קהל שטעל זיך נישט צו צו זייערע אנשיקענישן, קהל איז נישט איבערצייגט אז די טובה פון די קהלה איז "הוא ולא אחר" קהל איז נכנע אינטערן רבין, אפגעזען וואס ר' אהרן'ס שיטה אין טובת סאטמאר איז. איז פאר זיי געבליבן נישט מער ווי רידערן און איבערדרייען דאס ביהמ"ד, די אנגעווייטאגטע פון קהל האבן פרובירט מאכן אסיפות, זיי האבן גענומען דעם יודעלע ווערצבערגער וואס האט אראפגעלייגט א מייסטער האפטיגע דרשה אויף א ניגון מיט די תנועה "כאילו כאילו" דעם רבי'ןס רצון איז שוין אנדערש ווי אמאל, די אסיפות האבן זיך אויסגעלאזט מיט גארנישט, נאר מיט איין החלטה אז סאטמאר וועט זיך האלטן צוזאמען אינטערן רבין, דערנאך האבן די איחוד פירערס פרובירט צו מאכן אסיפות אין אברכים, יעדן שני וחמשי האבן זיי אויפגעהאנגען צעטלעך אז עס קומט פאר אסיפה אין אברכים, ווי סהאבן זיך צוזאמגעזאמעלט אפאר אלטע בחורים מיט גרושים, ובראשם זייער שפעטערדיגער דיין שלום לאנדא, וואס ביי די אסיפה האט מען מחליט געווען אז מען זאל דעם רבי'ן אריינשטעלן אין א הואם, דער יושב ראש פון יענע אסיפה איז געווען א נייטרא'ר אינגערמאן א בדחן שמואל ווידער, ער האט פארגעשלאגן ביי די אסיפה אז מען זאל ר' זלמן לייב בעטן ברחמים ווער עס טרפעט אים אז ער זאל צוריק פארן אויף ירושלים, און ער האט דאמאלס מחדש געווען אז ער ווייסט קראנט אז דער ירושלים'ער רב הגרי"מ דושינסקי האט נארוואס אריבער גערופן ר' זלמן לייב און געווארענט אז ער זאל נישט בלייבן אין וויליאמסבורג און זאל צוריק קומען קיין ירושלים, ווייל עס קען אנזייען א מחלוקת, די קינדער האבן זיך געשפירט גוט, דערנאך האט דער חכם שלום לעיזער פרענקל פארגעלייגט אז יעדער איינער אן אויסנאם זאל געבן א שיינעם טשעק פאר ר' זלמן לייב ביי די חתונה אז ער זאל זעהן אז עס לוינט זיך צו לעבן גוט מיט זיי, און אלע אנוועזענדע גרושים האבן טאקע פה אחד איינשטימיג אנגענומען די החלטות,

אין בית המדרש גופא האבן די איחוד ארגענעזירט כאאס, און זיי האבן דאס געטון מיט מאכן קולות און שישקען צונעמען טלית ותפילין, וועש אין די מקוה וכדו'. אנערקענעדיג די פאקט אז זיי האבן נישט קיין שום כח אין קהל האבן זיי נישט געטראפן א בעסערע וועג ווי אזוי צו ווייזן בעלות נאר דורך ממשיך זיין מיט זייער פאשקעווילן ווארפעריי אין ביהמ"ד (נישט יעדן מאנטאג און דאנערשטאג, נאר) יעדן טאג ממש און צומאל 3-4 פרישע פאשקעווילן יעדן טאג. די פאשקעווילן האבן זיך נישט גענדיגט מיט אויסגעבן זייער ווייטאג נאר זיי זענען געגאנגען אזוי ווייט ווי סטראשען מיט רציחה רח"ל... יא איר ליינט גוט, יעלה ויבוא יא ווייל "מיר וועלן מאכן יו"ט" און ברכת כהנים נישט "ווייל די טויזענטער חברים פון איחוד התלמידים" (אזוי האבן זיי אליינס געשריבן) וועלן מקיים זיין דעם פסק וואס זיי האבן נאר-וואס פאר עטליכע יאר צוריק אין מתיבתא געלערענט ביי ר' אהרן, און מען וועט דארפן שרייען כהנים ארויס" רח"ל. פארן ציבור אין בית המדרש שרייבן זיי אז וועלן מאכן "ימים טובים" און פארן רב (דעמאלסדיגער ירושלימ'ער רב) וועלן זיי מאכן "ימים נוראים". מיט דעם האבן זיי געהאפט אנצוקומען צו זייער ציל פון מאכן ר' אהרן פאר רב אין וו"ב און פארשיקן דעם "גאסט" צוריק קיין ירושלים...



(איינס פון איבער 400 פאשקעווילן און בלעטער וואס איחוד האט געווארפן אין די בתי מדרשים און אויף די גאסן אין א משך פון א האלבע יאר)



ס'איז איבריג צו זאגן אז מיט אזעלכע פאשקעווילן איז די לופט אין ביהמ"ד געווען גענצליך לטובת ר' אהרן, נישט ווייל דער ציבור האט אים געוואלט נאר ווייל יעדער האט געציטערט צו רעדן... עס איז נישט מעגליך אראפצושרייבן אויפן פאפיר די פחד מוות וואס האט געהערט אין ביהמ"ד, יעדער האט געצירטער צו עפענען א מויל, קיינער איז נישט גרייט צו זיין די קרבן, קיינער האט נישט געוואלט זיין דער וואס אויף זיין גוף שרייט מען "כהנים ארויס". די איינציגסט וואס האבן זיך געדרייט מיט א שמייכל און די נאז ארויף זענען געווען די אנפירער פונם איחוד און זייערע "טויזענטער" מעמבערס.

 

אין הארצן האבן זיי שוין אויך באמערקט אז אז דער "גאסט" איז גארנישט אזא מפיל קינד, זיי האבן שוין אויך אנגעהויבן מערקן אז דער ציבור איז נישט גענצליך אויף זייער זייט, עס מאכן זיך יא דא דארט אידן וואס זענען מוחה קעגן זייערע מעשים, אבער די לופט איז נאך אלס געשטימט צו זייער זייט, די פחד פון איחוד חברה באהערשט דעם ביהמ"ד. זייערע וויינזיניגע סטראשעריי האט טאקע נישט מצליח געווען אפצושרעגן די שטוב מעטשן פון ברך משה אז זיי זאלן זיך צושטעלן צו ר' אהרן און די גבאים האבן זיך ווייניג צוקראצט... (היינט זיצן די "חכמים מיט אויגן אין קאפ" (החכם עיניו בראשו) אין הופער...)



המשך יבאו



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/8/2010 00:55 לינק ישיר 

 

איחוד'ס פאשקעווילן זענען באשטאנען פון 2 סארטן. איינס, פשוטע שמוציגע פאשקעווילן מיט הוצאות שם רע אקוראט אזוי ווי זיי טוען היינט אויף הייד פארק, אויך רוב מאל מיט טעל. נומער'ן, ווי זיי בעטן דעם עולם זאל רופן צו יענעם אינדערהיים אין אפיס און אויפן סעל זיך בעטן "איידעלערהייט" וד"ל. אדער סתם נארישע סטראשע בריוון. די צווייטע סארט פאשקעוויל איז געווען "תורות" פון ר' אהרן...

קהל האט פראבירט צו טון אלעס אין די וועלט אפצושטעלן די פאשקעווילן ווארפעריי אריינגערעכנט די תורה'דיגע פאשקעווילן. עס איז קיין ספק נישט געווען פאר קיינעם אז די ביידע סארט פאשקעווילן זענען געווען געצילט מכתיר צו זיין ר' אהרן אלס אב"ד סאטמאר די בכל אתר ואתר... קהל וועלכע האט אפען דערקלערט אז זיי שטעלן זיך לימין פונם נייעם רב, האב אויך געלאזט וויסן לכל מן דבעי למידי אז זיי זענען ח"ו נישט קעגן ר' אהרן (דעמאלטס האט נאך ר' אהרן געהלאטן פאר זיינע שענדליכע ערכאות קעגן קהל און קעגן רביה"ק זעלבסט), קהל האט געלאזט וויסן פאר די אלע "תורה דריקער" אז מען וועט זייערע בלעטער נישט לאזן אין ביהמ"ד ווי לאנג זייער ציל איז מכתיר זיין ר' אהרן אלס רשכבה"ג ביים לעבן פון טאטן. קהל האט זיי געלאזט וויסן אז זיי וועלן ערלויבן די "תורות"  אין ביהמ"ד מיט 2 תנאים. איינס, עס זאל דארט נישט געדריקט ווערן זייערע פאליטישע שמועסן ווי לדוגמא די שימפעריי פון עמרם כהן (דאס איז געווען נאך פארן טאנצן חסדי השם מיט א בלויזן קאפ). די צווייטע תנאי איז געווען אז אין די בלעטער דארפן געדריקט ווערן אויף א אופן וואס רעפלעקטירט דעם רבי'ן אלס מנהיג און נישט ר' אהרן... דאס קען נאר געטון ווערן אויב זיי לייגן אריין אויך די דברי תורה פון אנדערע קינדער פון ברך משה וועלכע דינען אלס סאטמארע רבנים. עס איז געווען פארשטענדליך אז קהל וועט נישט צולאזן טעגליכע פראפעגאנדע בלעטער פאר ר' אהרן אין די צייט וואס ר' אהרן'ס נאכפאלגער טון אלעס אין די וועלט אינטערצוברעכן די כח פון רבי'ן און פון קהל און דערמיט קרוינען ר' אהרן אלס עווענטואלע אדמו"ר מ'סאטמאר בחייו פון רבי'ן. אבער די אהרוינים האבן זיך געהאלטן ביי זייער'ס און ממשיך געווען אויסלייגן אין בית המדרש בלעטער פון "דברי תורה" פון "אב"ד ור"מ דקהילותינו הקדושות".

אין ביהמ"ד זעלבסט האט געהערשט א תוהו ובוהו, קיינער האט נישט געוויסן וועמען מען קען געטרויען, יעדער האט געציטרט צו רעדן, אלס פחד פון די פאשקעווילן. יעדער וואס האט זיך אויסגעדריקט קעגנערשאפט צו ר' אהרנ'ס רבינו בחיי שנעל-צוג און האט דאס בטעות געטון צו א חבר א אהרויני (דעמאלטס א "איחוד מעמבער") נישט וויסענדיג נאך אז יענער איז א אהרויני, האט זיך דעם נעקסטן טאג געטראפן מיט א טוץ פאשקעווילן מיט זיין טעל נומער אין אלע גאסן. אן וועש אין מקוה און אן זיין טלית ותפילין.

בקיצור די אהרוינים האבן מצליח געווען אפצושרעקן דעם עולם קיינער זאל ח"ו נישט ארויסדריקן קיין שום התנגדות צו זייער "רב הצעיר" פלענער. דעריבער האט זיך אין ביהמ"ד נאר געהערט שבחים אויף ר' אהרן און קללות קעגן די "גבאים"... אנצוקומען צו זייער מטרה האבן זיי מיט אלע כוחות פראבירט צו הלאטן זייערע באליבטע "מיליטער" די בחורים... אויף היי עלערט. זיי האבן זיך גענומען איבער די ביינער פון די בחורים.

 

בימים ההם איז געווען איינגעפירט אז ווען רבינו בעל ברך משה איז נישט אין שטאט אויף שבת ויו"ט, לדוגמא שבועות, האבן די בחורים געדאווענט צווישן זיך אין בנין עסטרייכער. איחוד האט געמאכט א מצב אז יעדער בחור דארף מאכן א "מי שברך" פארן אב"ד קר"י און רב ד'קהלתינו הקדושות... אך און וויי פאר א בחור וואס וועט זיך ווייגן נישט צו מאכן א מי שברך און ווער רעדט נאך אויב וועט זיך מאכן א מחוצף וואס וועט מאכן א מי שברך פאר איינע פונם רבי'נס אנדערע קינדער... די חשבון איז געווען פשוט אז אויב האבן זיי די בחורים איז ר' אהרן אין קאנטראל. די כלי קודש די מחנכים האבן זיך געביסן די ליפן צוקוקענדיג צום נייען אומפארשטענדליכן מי שברך מנהג... אבער האבן גארנישט געטון דערוועגן מורא האבנדיג פאר זייער אייגענע הויט. אדער האבן זיי גארנישט געוואלט טון דערוועגן ווייל זיי זענען אליינס אהרוינים, קיינער האט נישט געוויסט דעם אמת. (למעשה האט זיך מיט די צייט ארויסגעשטעלט אז די מגידי שיעורים זענען איינס ביי איינס געווען שטייף אויסגעשפראכן קעגן ר' אהרן'ס שיטה פון ניצן די בחורים, אבער דעמאלט'ס האט מען דאס נאך די גאס נישט געוויסט דערפון). די אהרוינים האבן פארט נישט מצליח געווען אנצודרייען די בחורים אין די וויליאמסבורגע ישיבות צוליב דעם פשוט'ן פאקט אז די אהרוינים האבן פארמאגט א מינערהייט ווארום רוב עלטערן זענען נישט געווען גרייט מיטצוגיין מיט די שיטה אז בחורים זענען א מיליטער און אז ר' אהרן איז א אויטאמאטישער בעל הבית אין סאטמאר און אפילו די רבי קען זיך נישט קעגן שטעלן. די געציילטע בחורים וואס האבן אנגעהויבן דעם מנהג זענען תיכף אפגעלאכט געווארן, אבער נישט ברבים, ברבים האט יעדער געציטערט פון זיין אייגענע שאטן נישט וויסענדיג אז יענער פון וועם זיי ציטערן זענען גאר אליינס אויסגעשפראכענע קעגנער פון ר' אהרן. צו דעם איז נאך צוגעקומען א פראבלעם פון וואס די עטלערן האבן געציטער פחד מוות. דהיינו היות די אהרוינים פארקויפן דאך אז די וואס שטייען אין וועג פאר'ן רב הצעיר זענען נאר די בני יואל, און משה גבאי ארבעט מיט מיט בני יואל, האבן זיי פארשפרייט פאשקעווילן ווי זיי רופן דעם עולם ארויסצו'זרק'ן יעדען בני יואל וועס וועט זיך געפינען אין ביהמ"ד בשעת די חתונה (זע פריער). פאר די עלטערן האט זייער וויי געטון דאס אז ר' אהרן ברענגעט אריין אין וו"ב זיינע פארדארבענע מהלכים פון ניצן בחורים פאר מיליטער. גאר אסאך עלטערן האבן זיך אפגערעדט פאר די מנהלים פון ישיבה אז זיי ציטערן פון די חברה וואס העצן די בחורים צו שלעגעריי, און זיי ווילן נישט זייערע זינען זאלן ווערן פאלנע שלעגער פארן כבוד פון אהרן, די מנהלים האבן אבער נישט גלייגט קיין פינגער אין קאלט וואסער, ציעטערנדיג פאר זייער אייגענע הויט... ביז...

 

 

ר' יצחק שטערן – דער מתחיל במצוה און דער ערטשער אייז ברעכער.

ביז יעצט איז נישט געווען איינער וואס זאל מאכן א סטאפ צו די צודרייטע ווילדערייען. דא האט זיך דא ערשטע מאל גענועמן א געוואגטע אקט פון א איינגעשטעלטער אין די מוסדות.

 

אין איין חלק פון די ישיבה האבן די מי שברך'ס יא אנגעהויבן אריינדרינגען דאס איז געווען אין די ברענטש פון ר' יצחק שטערן. די ברענטש פון ר' יצחק איז געווען סניף לצעירים ח"ג, די איינע יארגאנג פון סניף לעצירים האט געהאט 3 באזונדערע ישיבות מיט באזונדערע מנהלים. צו ר' יצחק'ס מזל איז אין זיין ברענטש געווען די גרעסטע קבוצה פון אהרוינישע בחורים (איך בין מדגיש בחורים ווייל זייערע עלטערען זענען בכלל נישט געווען קיין אהרוינישע איחוד חיות און א גרויסע חלק פון די דערמאנטע בחורים האבן זיך טאקע שפעטער געסעטלט און אפגעלאזט די אהרוינים), דשיהאדיסטן וואס זענען געווען גרייט צו טון כל דבר אסור פאר לטובת די איחוד פלענער, רוב פון די גרופע בחורים האבן אויך געהאט ברודער אין מתיבתא אין מאנרא, די קבוצה זענען באשטאנען פון גברי אלים. ר' יצחק וועלכער איז געווען צומישט פונקט ווי יעדעם און נישט געוויסט וואס די סוף גייט זיין, האט זיך געמאכט א חשבון אז ער וועט טון דאס מינימום און לייגן א סטאפ ארדער צו די משוגע'ס און מאדנעם מישערבייראך מנהג מיט די ביטול תורה נאכווייען און שפיכת דמים פאר איידעלע בחורים וואס קומט פון דעם. אזוי אויך האט ער יעצט געהאט א פאסיגע געלגענהייט איינמאל פאר אלעמאל אפצושטעלן די קארופציע פון ניצן בחורים פאר פאליטישע אינטריגעס.


 

ער האט אין א דרשה געזאגט פאר די בחורים אז ער וויל פון די מישעבייראכס נישט הערן, דאס ברענגט אריין די פאליטיק פון גאס בין כותלי הישיבה און א ישיבה איז געשטעלט אויף צום לערנען וכו'. ער האט מאריך געווען וועגן די מיעסקייט פון בחורים וואס ווערן געניצט אלס טראר שטעקענעס. אין דעם דרשה האט ער געזאגט אז די הוראה וואס די רבי האט געגעבן ווען ער האט געהייסן שרייען "שגץ ארויס" איז בכלל נישט געווען דירעקטירט צו בחורים, ערגעץ אין דעם זאץ האט ר' יצחק געניצט די ווערטער "הוראות שעה" מיר האבן איבערגעפרעגט צענדליגע בחורים וואס זענען געווען בשעת די דרשה און דאס מאקסימום צו וואס מיר זענען אנגעקומען איז לויט רוב דיעות האט ר' יצחק געזאגט "די הוראות שעה וואס די רבי האט געגעבן ווען ער האט געהייסן שרייען שגץ ארויס, איז זיכער נישט געווען פאר בחורים". מיר זענען עד היום הזה נישט איבערצייגט אז ר' יצחק האט גענוצט די ווערטער "הוראת שעה" צו זאגן אז עס גייט שוין בכלל נישט אן היינט אדער ער האט געמיינט צו זאגן דערמיט אז דאס וואס די רבי האט בשעתו געהייסן וכו'. בסך הכל האט ער געדריקט אויף די נקודה אז בחורים זענען נישט קיין מיליטער און ער האט קיינעם נישט פערזענליך געטשעפעט און זיך נישט געשטעלט אויף קיים שום צד אין די מחלוקה. מען קען זאגן אז דאס איז געווען א דרשה געצילט קעגן ר' אהרן נאר אויב מען וועט זאגן אז ר' אהרן איז בעד ניצן בחורים פאר טעראר און ר' יצחק איז דערקעגן... ווייל סך הכל האט ער געפאדערט פון די בחורים נישט צו זיין פארמישט אין טעראר און אויך געפאדערט אויפצוהערן מיטן נייעם ווילד פרעמדן מנהג בין כותלי הישיבה. פארט איז דאס פאר די אהרוינים געווען "איבער גענוג" זיי האבן נישט געקענט אראפשלינגען די פאקט אז א איינגעשטעלטער זאל זאגן פאר די בחורים עפעס וואס איז נישט 100% אויף ר' אהרן'ס זייט, אויף דעם זענען זיי נישט געווען געראכטן, און נאך דערצו אז יענער זאל נאך ארויסגיין אומבאשעדיגט! עס איז טאקע דאס ערשטע מאל וואס א איינגעשטעלטער זאגט זיך ארויס קעגן ר' אהרן, די תוצאות איז מובן מאליו, די פסק גייט ארויס... א קאפ קערצער פאר דעם שגץ מחוצף און עזות פנים יצחק שטערן!!! די אהרוינים האבן נישט געקענט ארויסקומען אין גאס זאגן אז ס'קומט זיך פאר ר' יצחק טויט שטראף ווייל ער האט געסטאפט די וויינזיציגע מישעבייראכס, עס איז געווען פארשטענדליך אפילו פאר די פארשטאפטע אהרויניש ווייצל מוח אז די עלטערן זענען גאר מכיר טובה פארן מנהל, האבן זיי זיך טאקע ארויפגעזעצט אויף די צוויי ווערטער "הוראות שעה" כאילו דאס איז געווען די ציל פון זיין דרשה און נאך אין זעלבן טאג באוואשן גאנץ וו"ב מיט פאשקעווילן קען ר' יצחק. צום אלם ערשט איז ער באשולדיגט געווארן מיטן "כשר'ן בני יואל"... און "חוזק מאכן פונם רבי'נס פסקים"... "זאגן אז די רבי האט ח"ו געטוישט זיין דעה קעגן בני יואל" (כלשון יודל ווערצבערגער)...

ר' יצחק האט זיך נישט וויסענדיג געמאכט פון די פאשקעווילן און האט זיך געהאלטן ביי דאס זייניגע, פאליטיק נישט צווישן בחורים, בחורים זענען נישט קיין "מיליטער"! אפגעזען וואס דער טעמבעל יודל ווערצבערגער האט צו זאגן דערויף.

דא האט פאר די אהרוינים געכאפט דאס קאדאכעס, זיי האבן אנגעהויבן לייגן אומגעהויערע דריק אויף 82 אז ר' יצחק דארף "פליען"... זיי האבן זיך נישט באגעניגט מיטן לייגן דריק אויף 82 נאר האבן באווארפען אלע גאסן מיט פאשקעווילן אז די עלטערן זאלן נישט שיקן די בחורים אין ישיבה ביז דער "שגץ שטערן" פליט ארויס פון ישיבה און בין כך ובין כך האבן זיי ממשיך געווען פירן א פאבליק קאמפיין קעגן ר' יצחק פערזענליך, זיי האבן חוץ ווארפן פאשקעווילן במחשקים אים אויך נאכגעשריגן אין ביהמ"ד, געמאכט פאני קאלס וכו'.

 

 

דאס שטייפקייט פון ר' יצחק האט אבער געכאפט די אהרוינים אין א דעמאראליזאציע, עס האט זיך דאס ערשטע מאל ארויסגעשטעלט אפען אז "נישט יעדער" ציטערט פונם איחוד, דאס איז טייטש אין זייערע אויגן אז נישט יעדער איז א "חסיד פון ר' אהרן"... דאס האבן זיי אבער נישט געקענט מודה זיין נישט פאר זיך און נישט פאר די גאס ווייל אזוי ווי שוין ערווענט איז זייער גאנצע פראפעגאנדע געגאנגען אז משה גבאי איז א יחיד המשתלט... און דא שמייסט זיי אין פנים אז אין די איינציגסטע ברענטש ווי זיי האבן שוין געמיינט אז זיי האבן א מערהייט און א אויבערהאנט האבן זיי אויך געכאפט אזא פראסק. (אויב האט איר נישט באמערקט אינם יעלה ויבוא פאשקעוויל ווי די אהרוינים באדאנקן זיך פאר "זייער עולם" וועלן מיר אייך יעצט פארציילן פשט דערפון. די אהרוינים האבן דא פשוט געכאפט נאך א פראסק, איחוד האט אנגעדרייט דעם עולם אז מען זאלן זיך נישט משתתף זיין ביי די חתונה פון בן הרה"צ ר' זלמן לייב (צוקומפטיגער רב) אדער קומען מיט בגדי חול און דערמיט שיקן א מעסעדש פאר די וועלט אז ר' אהרן דאמינירט סאטמאר. למעשה האבן זיי געכאפט א מעכטיגע בראך ווען דאס ביהמ"ד איז געווען געפאקט מקצה אל הקצה אויף א אופן וואס האט נאך קיינמאל פארדעם נישט פאסירט ביי א חתונה פון רבי'נס א אייניקל. איחוד'ס מפלה איז געווען אפען קענטליך, די ציבור האט זיך משתתף געווען מיט א פעסטקייט און מיט בגדי חול זענען אנגעקומען בלויז געציילטע טאטערלעך וואס האבן זיך נישט געפינען באקוועם אריינצוגיין אינם פול געפאקטן ביהמ"ד. דעריבער האבן זיי אנגעהויבן פאמפן – אזוי ווי איר געדענקט אודאי – "די עולם איז אונזערע מענטשן"...).

 

מיט יעדן טאג וואס איז פארביי האט זיי די הויט געברענט מער און מער וואס זאגט מען פאר די גאס? דא זיצט א מנהל וואס האט געטרעטן אויף ר' אהרן'ס האקעלסטע הינער-אויג און 82 פייפט זיך אריין קעגן גאנץ "איחוד" מיט זייערע טויזענטער פאשקעווילן און ווארפן נישט ארויס דעם חצוף?! עס האט געפאדערט א תשובה תיכף ומיד כדי זייער בנין פון "יעדער איז מיט ר' אהרן" זאל נישט איינפאלן אינמיטן העלן טאג. האבן די איחוד פירער שנעל געכאפט דעם דאטשיק און געגעבן א דריי אויס... אזאש "נעבעך" אויף ר' יצחק... נעבעך אויף 82... זיי זענען נעבעך געפאנגען אין די הענט פון משה גבאי... באמת איז ר' יצחק שטערן און 82 פירער אויך מיט'ן קרית יואל'ער רב...  נאר משה האט ברוב רשעות זיך משתלט געווען אויך אויף 82 און ר' יצחק ציטערט פון משה. ער ציטערט פשוט פאר זיין פרנסה...  

 

המשך יבאו בקרוב ממש




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-5/8/2010 22:44 לינק ישיר 

 

אביסל בעסער צו פארשטיין די לופט וואס האט דעמאלט'ס געהערשט אין גאס קען מען ניצן די איצטיגע סידור קידושין פרשה. ווען עס שטעלט זיך ארויס אז ר' אהרן האט נישט מצליח געווען צו פארשפארן די נייע זאל, די מפלה פראסקעט אין פנים דארף מען דאך אבער פיטערן די שעפסן הייבט מען "טיילן רשות"... פלוצלינג האט דער גאנצער עולם אנערקענט אז ר' אהרן איז "באמת" יא בעל הבית אין שטעטל" און יעדער קומט טאקע בעטן רשות... בקיצור פונם פאקט אז משה גבאי איז נישט א נער אליינס אין מארק נאר ער האט גאר (אפילו נאר איין) א מנהל אין ישיבה האבן זיי מחליט געווען אז פאר זייערע פאליטישע אינטריגעס איז יעצט בעסער צו מאלן א בילד כאילו משה גבאי האט טאקע גארנישט, ער איז "באמת" יא אליינס אויפן מארק. איי ר' יצחק שטערן? איי 82 ווארפט אים נישט ארויס אזוי ווי זיי פלעגן טון אין די יארן אין וועלכע יעדער האט געציטערט פון ר' אהרן'ס ווארט און געפאלגט זיינע באפעלן?! נא, משה איז א יחיד המשטלת... זיי ציטערן אלע פון משה... זיי ציטערערן פאר זייער פרנסה. אזוי האבן די אהרוינים ווייטער ארומגעחושט דעם עולם אז ר' אהרן האט "באמת" יא אלעס און נאר איין משה גבאי שטיין אליינס אויפן מארק קעגן... דעם גאנצן ציבור... 

 

די אהרוינים האבן זיך א לאז געטון אויף זייערע קאמפיוטער'ס און פרינטער'ס אין א העפטיגע מערכה קעגן 82 האט זיך איז ארויס אין גאנג. פאשקעווילן זענען געפלויגן אז מען זאל ח"ו נישט געבן קיין געלט פאר 82 און נישט באצאלן שכר לימוד! וואראום 82 איז פארכאפט ביי די קליקע און זיי פילן אן זייערע טאשן... די פאשקעווילן זענען גוט געווען פאר חיי שעה ווייל די בילד האט שוין סיי ווי אויסגעזען אז אין וו"ב זעלבסט האבן די אהרוינים א שווערע פעלד, פון איין זייט שטייט קהל און זענען זיך גענצליך מכניע פארן ברך משה און זענען נישט גרייט נאכצולויפן די קאפריזן פון בערל פריעדמאן מיט הירש און ווידער, און דא שטעלט זיך ארויס אז ר' אהרן מיט זיין איחוד האבן אין די מוסדות אויך נישט קיין ווארט. נאכן איינזען אז קהל וועט זיך נישט ברעכן האבן זיי איינגעזען אז די איינציגסטע וועג איינצונעמען סאטמאר איז דורכן "איחוד התלמידים" זעלבסט, זיי האבן שוין אנגעהויבן איינזען אז אינערהאלב קהל און אינערהאלב די מוסדות האבן זיי נישט קין ווארט דעריבער וועט מען ניצן איחוד און דורך איבערנעמען די מאכט אין די מוסדות. צו אלע זייערע צרות איז זייער חלום איבערצונעמען די מוסדות און אזוי איינעמען סאטמאר פארנעפלט געווארן און אנגעהויבן אויסוועפן. די מנהלים אין 82 פונקט ווי די אקור"ט אין קהל שרעקן זיך נישט פון די איחוד פאשקעווילן און טעראר. זייער פארלוירענע רוף צום עולם נישט צו צאלן שכר לימוד איז נישט מער ווי א קול קורא במדבר, ווייל ווער עס צאלט נישט קען איינשרייבן זיינע קינדער אין פאפא אדער שיקן די קינדער יעדן טאג א נסיעה קיין מאנרא ווייל דארט האבן די ראשי הקהלה זיך יא צוגעשטעלט צו ר' אהרן אפילו אויפן חשבון פון פייפן אויפן רבי'ן. די אהרוינים בלייבן צום סוף מיט זייער אייגן געגרינדעטע "איחוד התלמידים" אן קיין כלי וואס זאל זיי געבן כח און פאוע"ר חוץ ווארפן פאשקעווילן, צונעמען וועש אין מקוה, מאכן פאני קאלס וכדו' און ארום חוש'ן דעם עולם יעדן טאג מיט פרישע ספינס. קהל פייפט אויף זיי 82 פייפט אויף זיי, געבליבן זענען זיי מיט איחוד'ס פאשקעווילן.

 

ח"י סיון

די פאשקעווילן און די טעראריסטישע אקציעס (ווי אינטערצינדן 3 קאר'ס וואס דערנאך האט נאכגעפאלגט א ליצנות דרשה פון ר' אהרן) האבן ווייניג געהאלפן און נאכדעם וואס ר' אהרן נישט צוריק געברענגט קיין תשובה פארן רבי'ן צו ער וויל קרית יואל "אדער" וויליאמסבורג! האט די רבי אין די אנוועזענהייט פון די דייני הקהלה ח"י סיון געשריבן א בריוו ווי ער נעמט אויף ר' זלמן לייב אלס רב ור"מ אין וו"ב.

 

עס איז אומעגליך צו באשרייבן די שמחה וואס האט אויסגעבראכן אין די בתי מדרשים פון סאטמאר. נישט נאר די בתי מדרשים נאר אויך די גאסן פון וו"ב האבן פלוצלינג באקומען עפעס א יום טוב'דיגע שטימונג! די נייעס איז געפארן פון אויער צו מויל און פון מויל צו אויער! די צעטל פון רבי'ן איז בליץ שנעל פארשפרייט געווארן. אין יענע טעג איז דאס געווען א חידוש, ס'איז געווען נאך פאר די אינטערנעט זמנים נאך פאר וואס יעדער ראצער האט געהאט אימעיל אויפן סעל, די פאר וואס האבן יא געהאט אימעיל איז דאס נאר געווען אין אפיס, פארט האט זיך די צעטל פארשפרייט אין די מאסן בליץ שנעל. איך געדענק אז איך בין געשטאנען אויף לי עוויניו נעבן א געשעפט וואס האט געהאט א קאפי מאשין, דער בעל הבית פון געשעפט האט גענומען 5$ פאר 1 קאפי! און דער עולם האט געכאפט כאילו מען טיילט צירונג בחינם!

 

הגה"צ ר' זלמן לייב טייטלבוים אב"ד ור"מ יטב לב ירושלים איז געקרוינט געווארן אלס "אב"ד ור"מ קהל יטב לב – וויליאמסבורג" א געשלאסענעם פאקט!

 

יעצט האט זיך איחוד געטראפן אין א געפערליכע דילעמא, זייערע פלענער, טעראר אקטן און שבת התוועדות'ן זענען פלוצלינג צורינען ווי א זייפן בלאז! אבער נישט געזארגט, די חלה דעקלעך האבן אריינגעשטעקט זייער קאפ טיף אין די זאמד און ממשיך געווען די מערכה כאילו ר' אהרן איז רב הצעיר...

 

ר' אהרן און די איחוד פירער זענען נאך באמת געווען איינגערעדט אז גאנץ וו"ב איז מיט ר' אהרן און נאר משה גבאי מיט נאך בערך 10 נאשלעפער זענען מיטן נייעם רב שליט"א, אין זייער חלה דעקל מוח האט זיך נישט געזעצט די פאקט אז רוב מנין ובנין פון סאטמארע חסידים - עכ"פ אין וו"ב זיכער - זענען גרייט אנצונמען דעם רבי'נס דעה און זענען גרייט צו גיין אין פייער פארן נייעם רב. די קינדישע בליק פון אלעס איז מיינס און יעדער האט מיר ליב נישט ליינענדיג ריכטיג די מאפע און אנערקענען די אמתע פאקטן האט זיי געברענג צו א אילוזיע אז איבערצודרייען און רידערן אין ביהמ"ד וועט זיין לטובתם.

 

נאך ח"י סיון האט זיך שוין אנגעהויבן דערקענען די געוואונטשענע רעזולטאן פון פארמאכן די וועג צו ר' אהרן'ס רבינו בחיי פלענער פון שליטה איבער סאטמאר און די אלע וואס זענען באטיטל'ט געווארן אלס "מתנגדים" האבן זיך אנגעהבוין צוריק קערן צו די קהלה (מישט נישט אויס מיט בני יואל – בני יואל זענען געווען די קעגנער'ס פון רבי'ן, פארשטייט זיך אויך לכבוד ר' אהרן'ס התנהגות. די "מתנגדים" זענען געווען קעגנער פון ר' אהרן). נישט נאר דער עולם איז געווען גרייט אנצונעמן די אלטע חברים מיט פארשטענדעניש נאר רוב מנין און בנין פון די סאטמארע חסידים זענען געווען גרייט און אפילו זיך געפריידט זיך איבערצובעטן מיט זייערע אלטע חברים די אזוי גערופענע שונאים וואס זענען במשך די פארגאנגענע 20 יאר ארויסגעפאלן, זיי האבן זיך געפריידט צו יעדן סאטמאר'ער חסיד וואס קערט זיך אפיציעל צוריק צו קהל. (מיר וועלן באשרייבן ברייטערהייט די "אהבה המסותרת" אפאכע ווען מיר וועלן האלטן דארט במשך די פארמעגליך ארטיקעלן).

 

עכ"פ די פאשקעווילן וואפרעריי און צונמען בגדים אין מקוה אדער סתם לייגן א האנט אויף יענעמ'ס טלית ותפילין האט מיט קיין האר נישט נאכגעלאזט, ואדרבה, די חוצפה אקטן זענען ארויף העכער און העכטער, די טעראר אקטן זענען געווארן בייזער און בליטיגער, די אהוינים האבן שוין נישט געהאט קיין שום פראבלעם איבערדצודרייען דאס ביהמ"ד אין פנים פון רבי'ן, אויב האבן זיי דאס ביז היינט געטון אינטערן ריקן פון רבי'ן האבן זיי שוין יעצט אנגעהויבן לאכן דעם רבי'ן אין פנים אריין. די רבי אליינס איז נישט געווארן אפגעשוינט, "אויב איז ער אומשטאנד צו צוברעכן סאטמאר אין צוויי... קומט אים אויך צו כאפן"...




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/8/2010 00:54 לינק ישיר 

 

ביז אהער האבן מיר געשריבן וועגן געשענישן וואס זענען פארגעקומען צווישן פסח און ווען מען איז ארויסגעפארן אין קעמפ, מיר האבן נאר בארירט חלקים וואס זענען נאכנישט באשריבן געווארן וכדו', מער פרטים פאר דעם תקופה קענט איר טרעפן אין "חלק ב" וואס ווערט נאך געשריבן.

יעצט קומען מיר צוריק צום הויעכפונקט פון חלק ג', דהיינו "מחנה רב טוב - דערילענד" בחורים קעמפ.

----------------------------

 

מערכה איבער די קעמפס

 

עס איז געווען קלאר פארן יעדן אז דער וואס שפאצירט אוועק מיט די קעמפ'ס דער בלייבט ביים רעדל, אפגעזען וועם די רבי האט יא אדער נישט מכתיר געווען (ליידער), דער וואס וועט האבן א השפעה אויף די בחורים במשך דעם זימער וועט בלייבן מיט די תלמידי הישיבות אויף זיין זייט. פארדעם האבן די אהרוינים באשלאסן א מערכה צו געווינען די בחור'ליך אויף זייער זייט, נישט קיין נפק"מ מיט גוטן צו מיט בייזן.

 

נאכדעם וואס קהל האט אפיציעל אויפגענומען דעם נייעם רב (שפעטער האט אפילו בערל פריעדמאן אויך אינטערגעשריבן דעם קאנסוס) און עס איז געווארן קלאר אז די הנהלה פון 82 וועט זיך אויך נישט ברעכן. איז פאר די אהרוינים נישט געבליבן צופיל אפציעס נאר פראבירן אריינצולייגן א פיס אין די קעמפס. די קעמפס פאר זיך איז א ריזן אימפעריע, יעדע קעמפ פאר זיך באשטייט פון צענדליגע עיקער (אויב נישט הונדערטער). חוץ די גשמיות'דיגע נכס איז די קעמפ א וויכטיגע פרשת דרכים, אויב וועלן די אהרוינים מצליח זיין איבערנומענען די קעמפס וועלן זיי דערנאך קענען אריינלייגן אויך א פיס אין 82 און אזוי פראבירן איבערצונמען וו"ב אינם ווייטן צוקומפט, און אינם קורצן טערמין וועלן זיי מצליח זיין צו בלאקירן די פלאן פאר א ישיבה גדולה אין וו"ב. דא האבן זיי געמיינט אז זיי וועלן איינמאל פאר אלעמאל שטעלן די מגידי שיעור אויפן פלאץ, אך און וויי פאר א מגיד שיעור וואס וועט זיך נישט צושטעלן, און אך און וויי פאר א בחור וואס וועט האבן מחשבות זרות. צווישן די תלמידים פונם קעמפ האבן זיך דאן געפינען בחורים פון ביידער צדדים, די אהרוינים האבן זעלבסט פארשטענדליך נישט געהאט קיין אייגענע מוסדות, די מוסדות האבן אלע געהערט צום רבי'ן, און יעצט אינטער די רבנות פון ר' זלמן לייב. האבן די אהרוינים געניצט זייערע בחורים צו זייען חורבן און אזוי פראבירן צוריק צו דרייען דעם רעדל אז ר' אהרן זאל סוף כל סוף ווערן רב. פארשטייט זיך אז די בחורים אין קעמפ זענען נישט געווען מסוגל אליינס צו פירן אזא מערכה, דעריבער האבן זיי ערהלאטן ארדער'ס פון איחוד וואס איז געקומען דירעקט פון ר' אהרן'ס שטוב אויף סאנז קארט אין מאנרא.

 

דער פאסט טרעגער איז געווען מיילך דיישט וועלכער איז געזען געווארן במשך דעם גאנצען זימער כסדר קומען און גיין נעבן די וואלד וואס פירט צום קעמפ ער האט כסדר געברענגט די פאשקעווילן און די ארדער'ס פאר די בחורים.

 

באמת האט שוין ר' אהרן געהאט אריינגעלייגט א פיס אין קעמפ א קיילעכיג יאר פריער! דאן איז דאס נישט געווען קיין פלא ווייל עס איז געווען אנגענומען די פאקט אז ר' אהרן איז דער עווענטועלער יורש, פארט איז דאס געווען א שטיקל חידוש ווייל יעדע נייע זאך איז א חידוש. ווי מען האט געהלאטן א יאר פריער איז אז "קיינער" האט נאך נישט געהאט גע'חלומ'ט פון א מציאות אז ר' זלמן לייב זאל אמאל דערמאנט ווערן אלס א רב אין אמעריקע, אפילו ר' אהרן'ס אזוי גערופענער הויפט שונא – משה גבאי, האט נאך דאן נישט גע'חלומ'ט פון אזא זאך. עס איז געווען קלאר אז ר' אהרן איז דער נעקסטער רבי אין סאטמאר.

 

געווען איז דאס מוצאי שבת פרשת ראה, ער"ח אלול תשנ"ח, ר' אהרן איז אנגעקומען אין קעמפ געבן א שמועס פאר אלע בחורים לכבוד ר"ח אלול. ווי פארשטענדליך האט ר' אהרן לכאורה נישט געהאט קיין שום סיבה צו קומען דארט געבן א דרשה, די קעמפס זענען דאך א חלק פון די וויליאמסבורגע מוסדות ווי די רבי אליינס איז דער רב, און טאקע נאר די רבי פעלגט זאגן דרשות פארן גאנצען קעמפ (אמת אז עס פלעגן במשך דעם זימער קומען רעדער'ס דא דארט, אבער דאס איז אלעמאל געווען פאר א כיתה אדער א ברענטש. א מצב פון צוזאמען נעמען דעם גאנצען קעמפ איז געווען נאר ווען דער ברך משה איז געקומען. יעצט האט מען געלאזט וויסן פארן גאנצן קעמפ אז ר' אהרן קומט "מחזק" זיין די בחורים לכבוד ר"ח אלול, די איינגעשטעלטע זענען אנגעזאגט געווארן אז קיינער טאר נישט פעלן פונם אויבן אן! און אויך נישט איבערלאזן דעם זאל פאר ר' אהרן איז גענצליך פארטיג מיט זיין "חיזוק". די שטרענגע דיבורים איז שוין אויך נישט געווען א פלא, דער עולם האט זיך שוין אנגעהויבן צוגעוואוינען צו די נייע גייסט וואס בלאזט אינטער ר' אהרן ווי אלעס הייבט אן נאכטאנצן סקווירא און באלזא. קשיות האט קיינער נישט געפערגט ווייל פון קרית יואל איז געקומען די מעסדש כאילו "די רבי האט געהייסן", די אמת האבן נאר געציילטע געוויסט אז ר' אהרן האט זיך אליינס מכבד געווען.

 

למעשה האבן זיך אלע איינגעשטעלטע צוגעשטעלט, און אלע זענען געזעצען דארט ביז שפעט אין די נאכט אריין, ר' אהרן האט אזוי געקוואלן פון די כבוד און די געלונגענע שפיצל פון זיך אנהייבן אריינריקן אין די וויליאמסבורגע מוסדות אזאש ער האט נישט געוויסן ווען צו ענדיגן די דרשה, ער האט גערעדט און גערעדט ביז די שפייאכט'ס האט זיך אים אנגעהויבן פארטריקענען. אלע זענען אוועק פון די דרשה מיטן ביטערן טעם פון אנהייבן א לעבן אינטער א נייעם מנהיג וואס רעכענט זיך נישט מיט די מענטשהייט אןם שלום מאכן מיט די מציאות אז מיר בלייבן אינטערדריקט אינטער זיינע אנשיקעניש.

 

דאס האט פאסירט בשנת תשנ"ח, אבער יעצט בשנת תשנ"ט נאכדעם וואס דער ברך משה האט אויפגענומען ר' זלמן לייב אלס רב אין וו"ב איז געווען פארשטענדליך אז די קעמפ'ס האבן קיין שייכות מיט ר' אהרן. ר' אהרן וואלט דאס יאר נישט געקענט מאכן דעם שפיל כאילו ער קומט "מחזק" זיין די בחורים "בשליחות" פון טאטן. דאס האט ר' אהרן זעלבסט נישט געקענט און נישט געוואלט אראפשלינגען, דעריבער האט ער אנגעהויבן דעם מעכטיגן אינוואזיע. די פלאן האט געלויטעט אז היות דער נייער רב געפינט זיך סיי ווי אין ירושלים (נאך ח"י סיון איז ער צוריק געפארן) וועט נישט זיין שווער איבערצונמען קאנטראל איבער די קעמפ'ס במשך דעם זימער און ווען ר' זלמן לייב וועט צוריק קומען וועט ער זיך טרעפן מיט געשענע פאקטן. די ארדער איז ארויס, מיר האבן סיי ווי נישט וואס צו דערלייגן – די אינוואזיע הייבט זיך אן מיט פרישע כוחות - איז געווען די ארדער פון סאנז קארט צו איחוד.

 

התחלת הקיץ אין בחורים קעמפ

רוב תלמידים אן קעמפ זענען געווען זאליס, נאר די אהרוינים האבן במשך דעם גאנצן זומער געמאכט אזא איבערקערעניש און ווינט אז עס האט זיך געדאכט אז זיי זענען די רוב. יעדער האט געציטערט, די איינגעשטעלטע פאר זייער פרנסה, די גרעסערע בחורים אז זיי וועלן בלייבן אן חברים, און די קלענערע בחורים פון פעטש. למשעה ווייסן מיר שוין דעם אמת אז די אהרוינים זענען געווען א "קליינע מיעוט", בסך הכל האט זיך אויסגעפעלט איין "קליינע שריט" מצד די הנהלה און ס'איז געווארן סדר אזוי ווי איר וועט שפעטער ליינען. דערווייל וועלן מיר אייך אריינפירן צו די פאקטן גענוי ווי ס'האט זיך אפגעשפילט בשעתו. דאס וועט אפשפיגלען די גענויע געפילן וואס האבן געהערט אין די לופט, דהיינו אז די אהרוינים זענען א רוב.

 



תוקן על ידי באדאפעסט ב- 20/08/2010 01:39:28




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/8/2010 01:23 לינק ישיר 

 

 

ישיבה גדולה החדש – אויפן שפיץ גאפל

עס איז נישט די פאסיגע געלעגענהייט צו בארירן יעצט די גאנצע טעמא ארום די נייע ישיבה גדולה (לכאורה וועט דאס באשריבן ווערן אין חלק ב' אדער אין א באזונדערע ישיבה אפטיילונג) פארט קען מען נישט גיין ווייטער אן בארירן די מערכה וואס די אהרוינים האבן געפירט אין קעמפ דערקעגן. דעריבער וועלן מיר דאס טאקע בארירן אבער נאר אויפן שפיץ גאפל ועוד חזון למועד.

 

עס איז געווארן קלאר ווי די טאג אז די וואס זענען זיך מכניע פארן רבי'ן און זענען גרייט זיך אינטערצואווארפן דעם נייעם רב קענען נישט שיקן זייערע בחורים קיין קרית יואל. די ישיבה אין קרית יואל איז געווען די עיקר כח וואס ר' אהרן האט פארמאגט, די בחורים זענען געווען זיין מיליטער און זיינע פריוואטע "לייב וועכטער". די בחורים האבן אנגעפירט די טעראר קאמפיינס קעגן יעדע זאך אין קרית יואל – און יעצט אויך אין וו"ב - וואס האט נישט פולקאם זיך געשאקלט לויט ר' אהרן'ס ווינק. די בחורים האבן געווארפן די שטיינער אויף הרה"צ ר' יחזקאל ראטה, די בחורים האבן באזינגן אדער אנגעהאקט די ביינער פאר יעדן בני יואל'ער וואס איז געקומען צום ציון. די בחורים האבן אינטערגעצינדען קאר'ן און געשאסן פענסטער, אנגעהאקט די ביינער פאר וועם עס האט נאר געפאדערט, געווארפן פאשקעוויל, געמאכט פאני קאלס 24 שעה במשך דעם טאג וכו'. די בקשות פון רבי'ן אז בחורים זענען נישט קהל'ס פאליציי האט ווייניג געהאלפן, ר' אהרן האט געמאכט זיכער אז די בחורים פארשטיין "אויפן ווינק" בבחינת "די אייער ליגט דארט, קיינער זאל נישט ווארפן". פאר די חסידים פון רבי'ן האט דאס זייער וויי געטון, די עלטערן זענען געווען אנגעווייטאגט און האבן זיך אנגעהויבן לאזן הערן אפען "אמת אז די בני יואל זענען מחוצפים קעגן רבי'ן אבער די בחורים זענען נישט די וואס דארפן טון די שמוציגע ארבעט", רוב עלטערן וואס האבן געהאט קינדער אין די וויליאמסבורגע מוסדות זענען געווען אין די דעה אז מען דארף פאלגן דעם רבי'ן בתמימות ופשטות אן די "אויפקלערונג'ס" פון ר' אהרן בנוגע דעם רבי'נס "אמת'ע" מחשבות...עפ"ל. קען זיין אז אין "סיגעט איז געווען פעטש" קען זין אז "אין ארשעווע איז געווען פעטש", קען זיין אז "אין סאטמאר איז געווען פעטש" אבער קהל דארף דאס טון אן די הילף פון בחורים. בפרט יעצט איז די פראבלעם נאכמאמל אויפגעשווימען אויפן אויבערפלאך ווען ר' אהרן האט אנגעהויבן ניצן די בחורים קעגן... דעם רבי'ן זעלבסט רח"ל. דעריבער איז געווען פארשטענדליך אז אויב וויל מען מגדל זיין די בחורים מיט א אמונת חכמים אן קיין חכמות, פשטים און פשרות, אויב וויל מען מגדל זיין ערליכע בחורים, קען מען די בחורים נישט שיקן לערנען אין די ישיבה גדולה פון קרית יואל.

 

די פראבלעם פון ניצן די בחורים אלס סאלדאטן איז נישט געווען די איינציגסטע פראבלעם פון די ישיבה. די ישיבה איז אין די סוף נ' יארן געווען אנגעפיקעוועט מיט אלעמען ארגסטן, סעלפאונ'ס, פערפיום, געשטיצטע בערד זענען נאך געווען פון די קליינע פראבלעמען. עס האט שוין ליידער געהאלטן ביי א מצב אז בחורים פלעגן פארן אין א האטעל אין מאנטריאל אויף שבתים וד"ל רח"ל. די ישיבה איז געווען א שם דבר אין די וועלט אויף שקאצעריי. ווער פון אונז געדענקט נישט די הכנות אויף שבועות ווי די "בחורים" פון ישיבה האבן געדרייווט די טראק'ס? כהיום איז שוין דא אויך אינטערנעט סעלפאונס פון ווי די בחורים פירן אן כל מיני אינטערנעט סייטס. עס איז צו אינזערע הענט אנגעקומען א קליפ ווי דער בנו הגדול רעדט צו די בחורים וועגן זיך ארומדרייען מיט די כלי "אין ישיבה"... די דרשה האט געדארפט זיין א מעכטיגער סוד פארט איז דאס אנגעקומען צו אונז.

 

תיכף נאך די התמנות פון רב איז שוין געווען פארשטענדליך אז די ישיבה גדולה אין מאנרא איז נישט א פלאץ מער פאר א סאטמארער בחור. האבן זיך עסקנים אריינגעלייגט צו שאפן א גוט פלאץ פאר ישיבה וואס דעמאלס איז דאס געווען דער גרעסטער פראבלעם פון סאטמאר, ווען די מיליטער איז געפאלן מאראליש שרעקליך, אז רוב נארמאלע משפחות האבן זיך ארויסגעדרייט פון שיקן זייערע קינדער און דעם מיליטער פון דעם אני אמלוך, יעדער ארענטליכער סאטמארער איד האט געזוכט א פטור פון שירות לאומי מען האט געשיקט איבעראל, און ווער סהאט ליידער נישט געזעהן דעם חורבן אדער האט נישט געהאלט די פארמעגליכקייט האט נעבעך געדאפט באוויינען דעם חורבן ווען מען האט געזהען בחורים אין די העדלייןס פון די צייטונג, אדער מען האט געהערט אז בחורים זענען געגאנגען פראטעסטירן אדער שטעכן רעדער אדער שלאגן אזויווי אין קראלי, און אויסער דעם פארלוירן יעדן געפיל צו דבר שבקדושה, יעדן בין המזנים איז דער בארד געווען באשערט בנינו כנטיעים ווי שמעקעדיגע גראזן מיט ביפערס אויפן פאסיק, מהאט געזעהן סאטמאר בתפארת"ו שיינ"ע פירות, דעריבער איז גווען פארשטענדליך אז להחזיר עטרה ליושן וועט דער ערשטער זיין די ישיבה, אלע חברי הנהלה האבן זיך אריינגלייגט, און בעסער געזאגט אלע חברי הקהלה, יעדער סאטמאר יוד ווען ער האט געזעהן א בנין וואס האט געהאט א הוא אמינא אז מען קען אפשר דארט מאכן א ישיבה האבן זיי אנגעקלינגען אינעם אפיס אדער צו חברי הנהלה, די ליפט און די גאס איז געווען א געוויסער חרות'דיגער לופט דער הויפט דאגה ואת עמלינו אלו הבנים אז זיי זאלן אויפוואקסן ערליכע אידן ירא שמים און בעלי מדות דער שטיין פון הארץ האט אנגעהויבן צוביסלעך אראפגיין ר' אליעזר קעסטנבווים איז געווען מורא'ידיג אקטיוו מיט זוכן מקומות ער האט זיך פארבינדען מיט אלע ריעל איסטעיט בראוקערס אין ניוא יארק דער רב האט זיך געשטעלט אז ער וויל נישט קיין ישיבה ווייט פון שטאט אבער אויך נישט אין שטאט, ענליך צו סענס סטריט וואס מען קען נישט וואקן דאס מיינט דער בחור מוז אויפשטיין און זיין באס סטאפ אויפן באשטימטן זייגער אז נישט וועט ער אנקומען שפעט, אבער נישט צו וייט כדי רוב בחורים זאלן שלאפן אינדערהיים און זאלן זיין אינטער די אויפזוכט פון די עלטערן, און שבתים זאלן די בחורים וויילן מיט די משפחה, דער מקום וואס די ישיבה האט געקויפט פון רב געלדצעהלער האט געברענגט הרה"ח דוד ארי' יאקאב און האט דאס אנגעטראגן זיין ידיד ר' אליעזר קעסטנבוים, וואס נאכן שוקל זיין אלע אנדערע פלעצער אין לאנגאיילענד און קווינס און קאנארסי האט די הנהלה מחליט געווען צו באזוכן דעם פלאץ אינאיינעם מיטן רבי'ן , און מיטן רב, די הנהלה האט בוחר געווען אין דעם פלאץ ווייל ר' ארי' לייב האט דעמאלס געזאגט אז ביזר ראש חודש חשון וועט דא זיין געבויט א נייעם דמיטארי מיקוה חדרים פיקס פערטיג מיט א פערטל מיליאן דאלאר קען דאס זיין פערטיג אריינצומאפן ר' בערל אייזדארפער פון די הנהלה האט אראפגעלייגט 250 טויזענט פאר דיפאזיט פאר רב געלדצעהלער, און ר' אברהם לעפקאוויטש האט צוגעזאגט צו ברענגן דאס איבעריגע געלט צום גומר זיין דעם מקח,  ר' אברהם האט צוגעשעטלעט א מיליאן דאלאר צו אהאבן דעם נאמען אויף איין בנין, דער חשבון איז געווען אז עס וועט קאסטן קרוב צו דרי מיליאן קיינער האט נישט גחלומ'ט דער ארי' לייב ווייסט וייאזיו צו בויען בערך אזוייווי ער פארשטייט צו חינוך און צו בוקקיפינג, עס האט געקאסט בערך 1.7 אין נאך א מיליאן פארן איבערבויען און מוסיף זיין נאך א שטאק פאר דארמיטארי, בחודש תמוז האט דער רב הצעיר אנגעכאפט א פחד אז די הנהלה 82 גייט נעמען די שטחים ארומם די ישיבה און פארקויפן און בויען הייזער, האט ער אפגעשריבן א שארפן בריוו פאר ר' שלמה זלמן סאנדער אז ער לייגט אן עיקול אז מען טאר נישט בויען קיין בנינים, נישט ווייל ער האלט אז נכסי המתיבתא און דערפאר איז ער בעלהבית,נאר אלס מראד אתרא און אלס ראשי הישיבה האלט ער אז עס נישט לתועלת המתיבתא אז בעלי הבתים זאלן וואוינען דערנעבען עכל כן איז ער מעקל און בחתימת ידו הקדושה האט ער נישט געשוינט דעם טינט פון פעדער נאר אינטערגשערבין דעם עיקול וואס קאי וקיימי עד היום הזה, הגם כהיום יום ליידער באו פריצים ויחללוה זיי האבן אויפגעשעלט א מיידל שולע פון יושנה אויף דעם שטח ואס דער רבי האט מעקל געווען אבער קיין דירות האט מען נאכנישט געוביעט דארט.

 

דער בריוו לייענט זיך אזוי,

 

לכבוד חברי הנהלת הישיבה הק' העוסקים במלאכת ה' באמונה בהאפיס של82 LEE AVE

כ"א בשמו יבורך

 

אחדשה"ט באה"ר

הגיע לאזני שהנכם מתוננים למכור הקרקעות שנרשמו ע"ש

 UTA 82 LEE AVE, סביביות המתיבתא פה ק"י, הנני להודיעכם שאחרי העיון והתבוננות בתור ריש מתיבתא ואחרי דיון עם כל העוסקים בניני חינוך ובענינו צניעות פה קריתינו הק' באת לידי החלטה שאין לבנות שום בתים באותן הקרקעות שסביביות הישיבה ואך למטרה זו שלא יוכלו לבנות שם שום בתים קנתה הנהלת הישיבה קרקעות האלו, ואקוה שתשימו לב לדברי לב לדברי ותבינו שמחובתי לעמוד על המשמר שלא להניח מקום לגרום היזק לחינוך תלמידי ישיבתינו הק'.

באעה"ח יום א' לסדר זאת חקת התורה תשנ"ט לפ"ק

 

כמה גדולים דברי חכמים עס איז שוין צען יאר פון דעם בריוו און קיינער וואגט זיך נישט צו בויען דירות, נישט נאר דאס נאר אפילו די פאר שכנים פון רעיוואד וואס האבן נאך דארט געוואוניט הייבן פיס און טראגן זיך אפ, רצון יראיו יעשה,  ,דערנאך האט דער רב הצעיר זיך מיישב געווען צו פארן אויפן ישמח משה' יארצייט און דערנאך פאברענגן חודש אב אין שווייצער בערג אינאיינעם מיט אנטעעוארפענער רב היינטיגער אב"ד ור"ם ווילימסבורג.

 

 בשעת ר' אהרן איז געווען אין שווייץ האט די הנהלת המוסדות פון קרית יואל מאיר הירש שמעון משה קעפעטש, יחזקאל כהנא מיטן ראש הקהל אברהם ווידער, האבן זיך אוועקגעזעצט מיט די הנהלת המוסדות פון וויליאמסבורג, ר' שלמה זלמן סאנדער אברהם לעפקאוויטש שאול פערלשטיין און פארגעשלאגן פאר די וויליאמסבורגע הנהלה אז היות וויליאמסבורג עפענט א נייע ישיבה גדולה און קרית יואל גייט אויך האבן א מתיבתא, וואס דערווייל וועלן דאס הייסן איין קאלעדש צוליב די פראגראמען, אבער זיי ווילן זיך אפטיילן פון וויליאמסבורג און אפקויפן די בנינים און די שטחים ארום ארום די מתיבתא, די צוויי הנהלות זענען זיך דורכגעקומען אויף א דיעל, דער דיעל איז געווען א סוד פאר די גאס וויפיל געלט אבער סהאט זיך גערעדט פון עטליכע מיליאן דאלאר, און די הנהלות זענען אריבער צום רבי'ן דער ברך משה אין קרית יואל בשעת ווען ביידע רבנים געפינען און אנדערע עקן וועלט, און מען האט געמאכט א לחיים אינטערגעשריבן א הסכם צו פארקויפן די נכסי המוסדות פאר די קרית יואלער מוסדות, ר' אהרן איז אהיימגעקומען אויף דעם רבי'ןס יארצייט וואס איך אויך געווען דער דינער פאר די מתיבתא ר' אהרן האט דערמאנט בשעת זיין דרשה, אז די מתיבתא דארף

זייער א סאך געלט ווייל זיי מוזן אפקויפן די שטחים פון די וויליאמסבורגע מוסדות, און דעריבער באשטימט אויף פרשת כי תצא א עקסטערן מגבית וואס האט זיך גערופן יסוד איתן, דער עולם האט צום ערשטן מאל געהערט עפעס אן אומפארטירטע ארץ ישראל'דיגער סטייל נאמען פאר א מגבית מיוחד צו שאפן מיליאנען דאלאר אפצוקויפן די מתיבתא פון וויליאמסבורגע מוסדות, ר' אהרן האט שוין דעמאלס פארגעסן אז ר' לייביש לעפקאוויטש האט שוין פארקויפט מיט אפאר יאר פריער די בנינים אומזיסט אינאיינעם מיט ר' ארי' לייב גלאנץ, דער יסוד איתן איז פארגעקומען אין קרית יואל'ער בית המדרש האט זיך שוואך אויסגעארבייט עס איז געווען א שרעקליכער שטורעם יענע נאכט עס איז געקומען א קליינער עולם און האט געגעבן א געלעגענהייט צו מאכן נאך אפאר צענדליגער יסוד איתן.

 

אבער צום סוף האט ער צוריסן דעם צעטל און מבטל געווען דער הסכם, ער האט געמאלדן פאר מאיר הירש אז ער פארטרעט נישט די מתיבתא, ער מיט די אנדערע חברי הנהלה

זענען נאר אויף די מוסדות, ער האט אויפגענומען א נייע הנהלה פון אלישע האראוויץ אליעזר ווייס (עקיבא הערש קליין בערל מיטלמאן יעקב סופר – בין איך נישט זיכער אויב זיי זענען געווען שוין בשנת תשנ"ט) ער האט געדינגען א נייעם מתיבתא אפיס אין וויליאמסבורג אין דעם בעיסמענט פון ר' סענדר דייטש – כדי צו שרייבן אז דער משרד המרכזי בבית הרה"ח ר' סענדר דייטש ע"ה, ער האט אויפגענומען אליעזר היילברוין אלס אדמיניסטראטער ער איז ביז דעמאלס געווען אין אפיס פון ישיבת בית בנימין סטעמפארד, מען האט גלייך אנגעהויבן מאכן פלענער אויף נאך יסוד איתן מסיבות אפילו דער עיקר היסוד איז געווען צו קענען אפקויפן די בנינים איז שוין לאנג בטל געווען ווייל ער האט דאך צוריסן דעם הסכם, אבער וועם ארט דען צו טאנצען אביסל מיט מוזיק און עסן פיינע סעודות, מחזק צו זיין דעם רב הצעיר, עס איז גרינגער ווי באצאלן פאר פיסכיאטעראן, און זיך מיטשען מיט דעם דעפרעסטן נשמה'לע, דעמאלס ווען ר' אהרן איז אהיימגעקומען פון שווייץ האט ער גערינדעט צוויי נייע זאכן פאר פי אר, ערשטנעס האט מען געמאכט א האט ליין ווי ער האט געפיטערט שטרוי פאר זיינע קיען, דער האטליין האט נאך גענוצט פאלשע קולות נישט צו דערקענען ווער עס רעדט די נייעס, צווייטענס האט ער אנגעהויבן דריקן דאהי א נייער אויסגאבע קול התאחדתינו וואס איז ארגינעל געווען געדריקט אין בני ברק שוין אפאר יאר, האט ער עס איבערגעפלאנצט און ארויסגעגעבן אונטערן נאמען פון התאחדות אברכים סאטמאר בכל אתר ואתר, דער ערשטער אויסגאבע פון קול התאחדתינו איז געווען שבת מברכים אלול,

איז געמאלדן געווארן אז לכו ונשובה אל ה', דער גאב"ד מקרית יואל וועט האלטן ראש חודש אלול א דרשה אויף עניני תשובה בקרית יואל, ער האט זיך מאפיל געווען בטליתו אין זיך אויפגעשטעלט אויפן ארון הקודש אין בית המדרש בקר"י, און געדענט נישט קיין קרישקעלעך פון יענע דרשה אבער איך שטעל אים אויף די חזקה אז דער כסיל האט מוציא דיבה געווען, כ"ו אב אויפן ציון, האבן זיינע בחורים געהאקט שטיקער, מען האט אנגעהאקט יעקב שמעון כהן די ביינער, ווייל ער האט געארבעט אין אפיס פון מתיבתא, אויך משה אהרן שטויבער האבן זיי צובראכן הענט אין פיס, ער האט זיך ארומגעדרייט מיט קראטשעס אפאר וואכן נאכדעם, ר' שלמה זלמן סאנדער האט מען נאכגעשריגן און מיאוס מבזה געווען, און אזויווי די לעצטע פאר יאר אנגעגאנגען מיט מנהג רבותם בידם.

 



תוקן על ידי באדאפעסט ב- 20/08/2010 01:41:51




תוקן על ידי באדאפעסט ב- 20/08/2010 02:04:09




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/8/2010 01:43 לינק ישיר 

 

מיר גייען צוריק צום אנפאנג זומער ווען עס האבן אנגעהויבן קרוסירן קלאנגען אז עס גייט זיך עפענען א ישיבה גדולה וועלכע וועט שטיין אינטערן הדרכה פונם נייעם רב אן די השפעה פון ר' אהרן און זיינע גענגסטער'ס. א ישיבה ווי די בחורים זענען נישט שטאטס שלעגער, א ישיבה ווי די תלמידים זענען נישט קיין פראסטע סאלדאטן נאר מען וועט פארברענגען די צייט איבערן גמרא און נישט "אויפן ציון" וד"ל. פארשטייט זיך אז דאס איז געווען פאר ר' אהרן א שרעקליכע שווערע פיל – צו שלינגען. אויב עפענט מען א ישיבה גדולה אין וו"ב וועט זיין טרוים און לעבנס חלום פון א 1000 בחורים ישיבה קיינמאל נישט פאווירקליכט ווערן. ועל כולם וועט ר' אהרן נישט האבן קיין כח איבער דעם ברידער'ס מענטשן ווייל זיי וועלן בכלל נישט זיין אנגעוויזן אין זיין ישיבה. דעריבער האבן די "איחוד" אינגעלייט געגרינדעט א באזונדערע אפטיילונג וואס זאל זיך אפגעבן מיט א מערכה קעגן די שרעקליכע מחשבות פון א באזונדערע ישיבה גדולה.

צו אלע פאשקעווילן וואס זענען געדריקט געווארן און פארשפרייט אין די מאסן האבן זיי צוגעלייגט א פרישע טוץ פאשקעווילן קעגן די ישיבה גדולה וואס די קלימאקס פון די פאשקעווילן איז געווען ווען אן "אלטער בלעם" האט אן בושה אויסגעטיילט אין גאנצן ביהמ"ד קאפי'ס פון א מאפע און צוגעצייכענט עטליכע מקומות וואס געפינען זיך עטליכע גאס אוועק פון ישיבה און זיי זענען בדרך כלל נישט פארצייכענט אין די היימישע טעל ביכער וד"ל... דערמיט האט ער געוואלט איבערצייגן די עלטערן צו שיקן זייערע זינען אין מיליטער.

 

די סוף ווייסן מיר אלע... די "נייע" ישיבה איז איבערגעוואקסן דעם "אלטן" מיט גרויסע נומערן כהיום געפינען זיך אין די אלטע ישיבה אינטער 500 בחורים אין די צייט וואס אין די נייע געפינען זיך אריבער 700 כ"י. חוץ מזה ווען מ'קוקט אויף די איכות שטעלט זיך אויך ארויס א הערליכע בילד ווי פון איין זייט טאנצן די מאנרא בחורים אויף "נישט פאסיגע ניגונים" בשעת א קידוש ביה"ח ווי עס זענען אנוועזענד הונדערטער אידן מיט גדולי הרבנים עטליכע שעה נאך א טראגעדיע ווי א אינגער טאטע ווערט אוועק געריסן אינגערהייט איבערלאזענדיג א שטוב מיט יתומים, נאך פארן פירן אפילו איין קינד אינטערן חופה רח"ל... און פון די צווייטע זייט ווען מען גיבט א קוק אויף די ישיבה גדולה פון וו"ב, שטייט דער בלאט מיט הונדערטער בילדער פונם פראטעסט קעגן ר' אהרן אין וו"ב ווי אפילו מיט א פארגרעסערן גלאז קענען זיי נישט טרעפן גאנצע 2 בחורים פון די וויליאמבסורגע ישיבה גדולה! אשרינו שזכינו. און דאס איז שוין נאכן זיך בעטן אויפן אינטערנעט צאלויזע מאלן אז ווער עס האט נאך בילדער זאל שיקן און ווער עס אידענטעפיצירט א "קווינס בחור" זאל שנעל איינמעלדן...

 

מיר גייען ווי אויבן דערמאנט נישט אריינגיין יעצט אין די פרטים ביים גרינדונג פונם ישיבה גדולה און די טעראר וואס די אהרוינישע "איחוד התלמידים" האט אהערגעשטעלט. נאר אויף וויפיל עס האט יעצט אויסגעפעלט. ועוד חזון למועד, אי"ה.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/11/2010 18:16 לינק ישיר 

 

איחוד גיבט ארויס דעם ערשטן ארדער:

די אהרונים האבן געוויסט אז זיי זענען געבינדן די הענט צוליב דעם וואס די הנהלה האט זיך נישט צוגעשטעלט צו זייער אינוואזיע, די הנהלה איז געשטאנען פעסט און זיך נישט געבראכן טראץ טויזענטער פאשקעווילן וואס זענען געווארפן געווארן השכם והערב קעגן די הנהלה בכלל און די איינגעשטעלטע בפרט. די אהרוינים האבן שוין געהאט געבעטן אז קיינער זאל נישט צאלן שכר לימוד און מיט דעם געהאפט אז די הנהלה גשמי וועט זיך ברעכן און ארויפקומען אויפן "רב הצעיר שנעל צוג" זיי האבן שוין געווארפן פאשקעווילן קעגן יעדע מגי"ש אדער מנהל וואס איז נישט נאכגעקומען זייערע קאפריזן, ס'איז געווען קלאר אז אויב ווילן זיי אריבערשלעפן די צאן קדשים אויף זייער זייט דארפן זיי ברעכן די דיסיפלין וואס די הנהלה האט אויף די בחורים. זיי האבן אריינגעברענגט א שרעקליכע חוצפה קעגן די מנהלים מיטן אויסרייד אז זיי מיינען די כבוד פון רבי'ן וועלכער וויל באמת אז אהרן זאל ווערן רב הצעיר און די הנהלה אליינס איז מסכים נאר זיי ציטערן פון משה גבאי... די מנהלים האבן אנגעזאגט פאר די גבאים אז ביי די מי שברך'ס זאלן זיי מאכן א מי שברך פאר אהרן און פארן רב (איר געדענקט אוודאי די אהרוינישע מי שברך סינדראם) נאך מער האבן די מנהלים אנגעזאגט, אז זיי זאלן מאן דעם מי שברך פאר ר' אהרן ערשט און הערשט דערנאך פארן רב. די אהרונים האבן זיך נישט באגעניגט מיט דעם און האבן אנגעהויבן טרייבן ליצנות מיטן זאגן פארן גבאי זאל מאכן א מי שברך פאר שלום אליעזר אויך און דערנאך פאר די איידעמער... איינע פון די גבאים האט געגעבן א פרעג איינע פון די אויבער חכמים וואס האט געהייסן מאכן א מי שברך פאר איינע פון די איידעמער, גיבט אים דער גבאי א פרעג הויך "ווי אזוי הייסט זיין טאטע?" פארשטייט זיך אז דער אויבער חכם האט נישט געוויסט. האבן די אויבער חכמים געטוישט סטראטעגיע און אנגעהויבן קויפן עליות און נישט באצאלן. אזוי איז דאס געגאנגען אויף טריט און שריט, וויפיל די הנהלה האט פראבירט צו האלטן די געמיטער רוהיג האבן די אהרונים נישט איינגערוהט און כסדר געמאכט איבערקערענישט אלעס אז "נאר דער קרית יואל'ער רב"... 

 

אין די פארגאנגענע יארן האבן די בחורים געציטערט ממש פחד מוות פון די מנהלים, לאמיר אנכאפן לדוגא ר' נחמן שטויבער. ווען עס איז ארויס אפילו נאר א "שמועה" אז ר' נחמן קומט, זענען די בחורים אין א אויגן בליק געווען אין די בעטן, דאס יאר תשנ"ט האט זיך דער דיסיפלין געבראכן, ר' נחמן האט זיך געדרייט צווישן די באנקס און די בחורים האבן אים

ממש געלאכט אין פנים.

 

  טעראריסטישע אקציעס קעגן בחורי חמד לאזן זיך אין גאנג

הערט גוט וואס איך גיי אייך יעצט זאגן. יעדער וואס האט נאר דאס מינדערסטע אינפארמאציע אין די היסטאריע פון די חלוקה ווייסט אז "די ערגסטע" איז געווען די איבערפאלן אין ראדני צוויי יאר במשך די צווייטע טעג סוכות אין די יארן פון תשס"ה און תשס"ו. מיר גייען אייך יעצט אראפלייגן א הנחה: זומער תשנ"ט אין בחורים קעמפ איז פארגעקומען 30 שמיני עצרת'ן און 30 שמחת תורה'ס. מיר רעדן נישט פון אמת'ע שמחת התורה, בכלל נישט. מיר רעדן פון די איבערקערענישן וואס איז פארגעקומען במשך דעם גאנצן זומער, נישט קיין נפק"מ פון וועלכע פרט מען רעדט, צו דאס איז רידערייען, מזיק זיין נכסי הקהלה והמוסדות, מכות, איבערקערענישט אויפן ארגסטן אופן וכו'. איז זומער נ"ט געווען א בחינה פון יעדן טאג שמחת תורה. עס איז נישט אריבער אפילו נאר איין איינציג טאג אין וועלכע די אהרונים האבן זיך נישט אפגערעכענט מיט נאך א קרבן, איינאמאל איז דאס א מגיד שיעור איינמאל א מנהל און דעס נעקסטע מאל א בחור. יעדן טאג איז געווען איבערקערענישן, צענדליגע בחורים האבן זיך געטראפן מיט צוטראסקעטע ביינער אדער מיט פארברענעט חפצים. יעדן טאג ממש, און אלעס ארקעסטרירט דורך איחוד אינגעלייט און מאנרא בחורים. די ערשטע וואך נאכדעם וואס דער עולם איז אוועק געפארן פון שטאט, איז געווארן אדווערטייזט אין דער איד איבער די גרינדונג פון די נייע ישיבה גדולה, בחורים האבן אנגעהויבן צו דערשמעקן און זיך ארגעניזירן צווישן זיך, צו מ'זאל דארט אריינגיין לערנען, די אהרונים האבן אנגעהויבן זיי דערשטיקן, ,מ'האט אנגעהויבן צו רודפ'ן יעדן איינעם וואס האט געזאגט אויף ר' זלמן לייב "די רב", מ'האט געמוזט אזוי זאגן אויף אהרן מ'האט אים נישט געטארט אנרופן ביים נאמען אפי' מיט א ר' מ'האט באגאסן אין לאנטש-רום די "מתנגדים" מיט באטלעך מילך אויף די היטן, מ'האט נישט געלאזט דעם מנהל הקעמפ ר' אברהם ישעי' ווייס קומען צום ווארט ביי זיינע דרשות אין עס זאל, יעדע מינדעסטע ווארט וואס האט געקענט מיינען א שמעק נגיעה וואס איז בעד דעם נייעם רב אדער וואס איז נישט איינשטימיג מיט איחוד'ס מערכה, האט דאן אויסגעבראכן קולות קעגן אברהם ישעי' ווייס, יעדע צוויי מינוט האט מען זיך גענומען שרייען א צווייט'ןס נאמען אין לאנטש רום און זיך גענומען זינגען סלאגאן'ס. דאס האט נאכגעפאלגט ארויסגייענדיג פון עס זאל ארויף צום פרייען פעלד צווישן די באנקס, און אז מ'האט שוין געדארפט צוריקגיין לערנען אין די בתי מדרשים איז קיינער נישט אנגעקומען צייטליך, ווייל די גאנצע פרייע פעלד איז פארוואנדעלט געווארן אין א שלאכט פעלד. דאס האט ארויסגעברענגט די מנהלים פון די כלים און האבן דאס געוואלט אפשטעלן, דעריבער האבן זיי באשלאסן ארויסצוקומען יעדער אויפאיינמאל מיט א דרשה ביי זיך אין ביהמ"ד, אולי ואולי דאס וועט העלפן דערשטיקן די געוואלטאטן. אזוי ווי מיר וועלן באלד באשרייבן. עכ"פ פאר די אהרוינים איז געווען זייער וויכטיג שולט צו זיין אויף די בחורים אין די קעמפ'ס און אזוי ארום וועלן זיי קענען אפהאלטן ווי מער בחורים פון זיך איינשרייבן אין די נייע ישיבה... במשך דעם גאנצן זימער האבן די אהרונים געפירט א שרעקליכע העץ קאמפיין צווישן די בחורים, א בחור וואס איז נחשד געווארן מיט מחשבות זרות פון זיך איינשרייבן אין די נייע ישיבה איז תיכף פאר'משפט געווארן, און די אהרונישע בחורים האבן תיכף מקיים פסק געווען. א בחור אויף וועם עס איז נולד געווארן א חשד אז ער גייט נישט אין שפאן מיטן "קרית יואל'ער רב" איז געווארן גע'רודפ'ט און דערקיטשעט. די "הייליגע" אהרונים האבן געהאט אזא שפיל אז ווען זיי האבן בטעות אנגערירט א בחור וואס איז נחשד אין נישט זיין פולקאם פארן קר"י רב איז דער "הייליגער" אהרוני שנעל געלאפן "וואשן די הענט".. טאקע א קינדישע שכל אבער פאר א בחור טרינקט דאס די בלוט, בפרט ווען די חברים זענען אנוועזענד. יעדע פרישטאג, לאנטש און סאפער האט זיך איבערגעקערט די עס זאל איבער א געשישקעכטס יעדעס מאל אויף א צווייטן בחור וואס גייט נישט אין זייער שפאן. צומאל האט זיך דאס געשישקאכטס גענדיגט מיט קללות ווי ימ"ש און ניגונים ווי וכל קרני רשעים.  חוץ מענטאלע פרעשאר האבן די אהרונים אויך געטיילט פעטש, א בחור האט גערעדט וועגן דעם "רב הצעיר" און האט געזאגט ר' אהרן, האט יואל'י וויינבערגער איינע פון די דעמאלטסדיגע גרויסע שלעגער איבערגעהאקט דעם בחור אינמיטן רעדן און אים געזאגט "נא, די רב". האט יענער בחור גענטפערט "די רב קען איך אויף אים נישט זאגן ווייל אונז האבן א צווייטע רב, קרית יואלע רב איז צו לאנג צו זאגן, אויב ביסטו נישט צופרידן פון ר' אהרן וועל איך זאגן אהרן"... דער בחור האט געכאפט א הילכיגער מתנת יד פונם שלעגער.



תוקן על ידי מנהל_ניק ב- 17/11/2010 19:12:50




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > די חלוקה אין סאטמאר חלק ג
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 לדף הבא סך הכל 2 דפים.

bholext