ערשטע אין סעריע: ניו העמפשער בילדער צום וויינען און צום לאכן...
אנגעשיכור'ט פון ניצחון האט זיך דער סבלן ארויסגעלאזט די וואך קיין ניו העמפשער, אבער היי יאר זענען עפעס די שרי הבילדער פון זיין קאמפאני נישט מיטגעפארן, ווי עס שיינט זענען זיי אלע פארנומען ברענגן בילדער און באריכטן פון די גראבונגען ביי די רעבעצין'ס שול. פון דעם עורך פון די ניקס היראים און רעביאנקל אויף די מתיבתא פארום, ביז די ווייס צווילינגס וועלכע זענען אין קאנטאקט מיט יעדן בילדער מאכער און בילדער מאגאזין אויף די וועלט להגדיל שמו.
דעריבער האט אנגעהויבן ארויסרינען בילדער פון דעם בעבישן ר' אהרן, וואו ער קלאצט אויף ביימער, מאכט אלע מיני פאקסן ווען ער שפאצירט אויף די גאס, שפילט זיך אינמיטן דאווענען מיט פנחס אלימלך ווייס'נס וויינען, חלומ'דיג דערביי כאילו ער געפינט זיך אין ראדני און פנחס מיילעך איז נאך בעל הבית...
האלט אייך געשפאנט!
תוקן על ידי המהדרין ב- 08/02/2011 00:16:25
נשלח ב-2/7/2010 19:24
דער סבלן ווערט א שיכור!
אז גבאי פישער איז נישט דארט צו בעבי סיטן דעם גרויסן צדיק, ווערט ער צולאזט ווי א הונט ווען מ'בינדט אויף אביסל דעם בענדעלע ארום זיין האלז. און אזא פנים טראגט עס, אנשטאט דאווענען ווי עס פאסט פאר א רשכבה"ג איז ער ביזי קויפן וויינען לרגל דעם געוואונס פון די גראבונגען ביי די רעבעצין... נעבעך!
נשלח ב-2/7/2010 20:01
השקדן ר' אהרון מסאטמר
דער הייליגער סבלן שטארק פאר'מוח'ט ביים עולה זיין לתורה (מערקט אן די שטארקע מידעקייט וואס ליגט אים אויפן פנים, מ'שטיינס געזאגט ער האט דאך שוין געוויינט ביי אהבה רבה 5 פארטאגס און דעם סידור וואס ווערט געשאנקן פאר די נדיבי המוסדות...)
וויאזוי האט דער הייליגער קדושת לוי געזיכט ממליץ טוב זיין אויפן בעל העגלה. רבש"ע קוק אויף דיין פאלק אז אפילו ביים שמירן די רעדער האט ער אנגעטוהן די תפילין.
מי כעמך ישראל. מיר קענען זיך אפלערנען פון די היינטיגע רעבעס פון כלל ישראל. אז אפילו ביים אויס קלויבן א גוט פלעשל וויין האלט מען אויפן קאפ די תפילין ווייל מ'טאר נישט מסיח דעת זיין פון רבש"ע קיין איין רגע.
יעצט איז פארענטפערט געווארן א שווערע סוגיא. אז דער רעבע טרינקט זיך אן מיט א געשמאקן וויין, קען מען שוין זעהן ביים פענסטער ווי ס'רעגענט מיט שעפער אין די ווייץ פעלדער אין לאנג איילאנד..
נשלח ב-5/7/2010 20:01
נשלח ב-5/7/2010 20:02
נשלח ב-5/7/2010 20:14
רא"ט דער רבי איבער אלע חסידי סאטמאר בכל מקומות מושבותיהם דו בכל אתר ואתר, קוקענדיג אויף טשיפס אינמיטן דאווענען