בית פורומים אידישע געדאנק

זייטיגע באמערקונגען פון ביידע לויות

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-6/7/2010 06:11 לינק ישיר 
זייטיגע באמערקונגען פון ביידע לויות

איך האב מיטגעהאלטן ביידע לוויות, און עס זענען ב"ה ביידע דורך אויף א בכבוד'יגן אופן. עס האט ב"ה נישט געהערט קיין אנגעצויגנקייט און א פחד איבער איבערקערענישן.


אין וויליאמסבורג האט זיך אנגעזען א קאלירפולער ציבור, ווי איינער האט זיך אויסגעדריקט, אז לכאורה איז עס דאס לעצטע מאל וואס מען האט אין סאטמאר געזען "אלע" סארט מענטשן, פון אלע סארט שטרעמונגען אין סאטמאר.

מען האט געזען ווי פילע אהרונים האבן זיך אפילו נישט גענומען די מיה צו פארן קיין קרית יואל טראצדעם וואס זייער מנהיג האט דארט מספיד געווען. ווידעראום האט מען אין קרית יואל געזען פילע חסידים פון כ"ק אדמו"ר מהרי"י שליט"א וועלכע זענען לכתחילה געקומען פון די מאונטעינס קיין קרית יואל.

אנדערש ווי מיט 4 יאר צוריק ביי די לוי' פון כ"ק אדמו"ר הגה"ק בעל ברך משה זצ"ל, האט יעצט קיינעם נישט אינטערעסירט צו מענדל ט"ב וועט רעדן צו נישט.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/7/2010 06:12 לינק ישיר 

עס איז שוין נישט געווען קיין איבערראשונג די ביבערישע געוויינערייען פונעם סבלן הדור, ווי אויך נישט די דברי הספד אויף זיך אליינס.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/7/2010 06:15 לינק ישיר 

און עס איז לכאורה דאס ערשטע מאל וואס דער סבלן הדור האט געהערט ווי מען רופט אויס דעם יונגערן ברודער אלס "כ"ק אדמו"ר שליט"א" נאך דערצו אין פראָנט פון "זיין" בית המדרש.


און ווי א ציניקער האט זיך אויסגעדריקט נאך די לוי' אין וויליאמסבורג אז יעצט האטער דאך שוין מודה געווען אז זיין יוגערער ברידער איז רבי, ווייל נאכן הערן ווי מען רופט "כ"ק אדמו"ר שליט"א" איז ער נישט געגאנגען, איז דאס די גרעסטע הודאה...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/7/2010 08:35 לינק ישיר 

איך בין געשטאנען נעבן א גרופע ארונישע יונגעלייט ביי די לויה אין וויליאמסבורג, במשך די הספדים זענען זיי א גאנצן צייט געווען פארנימען ארויסנעמען זייערע סעלפאנס צו ליינען טעקסט מעסעדשעס updates יעדער מינוט, זייער נישט מענטשליך.

נאכדעם ווען מען האט אנגעהויבן בייגלייטן האבן אלע ארוינים זיך אפגעשטעלט אויף בעדפארד ביי די באס ענטרענס צו ויואל משה, ווי דער עס. יו. וי. פונעם רא"ט איז געווען געפארקט. און נישט געגאנגען ווייטער ביז איבערן הייווע מיטן עולם מלווים. עס איז געווען זייער קלאר אז זיי זענען געקומען בייגלייטן זייער פוהרער און נישט די נפטרת ע"ה




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/7/2010 16:27 לינק ישיר 

אויב שאצט מען דעם מהות פון די מענטשן לויט זייערע תגובות זענען די אהרונים אסאך מער נארמאל ווי די זאליס. א חרפה און א בושה פאר אזעלעכע תגובות, פוי פוי .



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/7/2010 17:29 לינק ישיר 

נאכן מיטהאלטען די לוי אין ראדני איז בכלל נישט קיין ווינדער אזאלעכע ברעטשערייען פון ראט'ן, און אויך איז נישט קיין ווינדער משהלעס תגובה.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/7/2010 17:39 לינק ישיר 

משה'לע

אויב מען שאצט דעם מהות פון די מספידים האבן אלע גערעדט נארמאל חוץ ר' אהרן.

א חרפה און א בושה פאר אזא הספד.
עס שטעלט זיך אויף א 62 ערוואקסענער מענטש און נעמט זיך משוגע מאכן ווי א נאריש קינד.

מען האט געזען פונעם הספד אז ער איז געטריבן פון א "גילטי קאנטשעס" אז ער האט גערופן זיינע עלטערן אין קאורט! און אז ער איז די מאמע קיינמאל נישט געקומען באזוכן, (סאשע איז יא א יובל געקומען) און ער זוכט זיך צו פארענטפערן.

ובכלל וואס א מין איבערגעבעטכס איז דאס?

אזא ליצנות האב איך נאך אין מיין לעבן נישט געהערט, "מאמי! איך בין געווען דאס בעסטע וואס איך האב געקענט זיין, איך האב יוצא געווען ווייל איך האב געטאן עד מקום שידי מגעת, נאר מען האט צוגעשפארט די טיר!"

דאס איז זייער שיין (אויך נישט שיין) פאר א שמועס מיט די מאמע אין קאך, ווען מען וויל זיך פארענטפערן ווי א קינד און ווארפן די שולד אויף א צווייטן.

די מאנסיער רביצין, די איבערגעגעבענע טאכטער, וואס איז די לעצטע 30-40 יאר געווען פארנומען מיט די מאמע 24 אין טאג, האט איר מאן איבערגעבעטן, אז זי האט נישט גענוג יוצא געווען.

דער זענטער רב, וואס ער מיט זיין בני בית און קינדער, האבן זיך מטפל געווען מיט'ן טאטן און די מאמע צענדליגער יארן, ער שפירט אז ער האט נישט גענוג יוצא געווען.

אבער ר' אהרן וואס אפילו אין זיינע גוטע יארן איז ער נאר געווען ביזי צו "נעמען" אטענשאן פון זיין טאטע מאמע, און קיינמאל קיינמאל נישט נושא בעול געווען, ער קען זיך אויפשטעלן זאגן אז ער האט יוצא געווען, ער האט מקיים געווען כיבוד אב ואם! און כדי די "כבוד פון די מאמע זאל זיין בשלימות" שטעלט ער זיך אויף באשמוצן זיינע געשוויסטער, מיט א מייק אין די האנט, ביי איר לוויה!

פוי פוי, א חרפה און א בושה!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/7/2010 18:18 לינק ישיר 

אויב האט איר געליינט אמאל "פארמעגליך'ס" ארטיקלען געדענקט איר אז רא"ט איז שטענדיג פארנומען מיט "איך, מיך, און זיך". ביים הערן דעם קינדערישן הספד פון ר' אהרן, רעדט ער טאקע נאר פון זיך!

פון די 9 מספידים, האבן 8 גערעדט פון די נפטרת, יעדער האט געהאט עפעס צו פארציילן פון איר מעשה צדקה וחסד, צניעות, באשיידנקייט, נאר איינער האט גערעדט פון "זיך".

פון יעדן מספיד האט מען ארויסגעהאט עפעס ספעציעלע שבחים פון די נפטרת, למשל ר' שלום אליעזר וואס האט יא דערמאנט זיך, האט ארויסגעברענגט דעם חלק אז זי האט פארטיילט הונדערטער טויזנטער דאלארן פאר מלמדים וכלי קודש, בהצנע לכת דורך קרן נפש חיה.

אה, אנטשולדיגט איין שבח האט ר' אהרן זיך דערמאנט פון די מאמע, "זי האט געוויינט ביי די ליכט ערב יום כיפור".





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/7/2010 18:24 לינק ישיר 

פוי פוי און נאכאמאל פוי, אויב דאס איז א ברך משה חסיד, איז נאכאמאל פוי פוי, מען באגלייט למנוחת עולמים די מאמע פון ענקער רבי און וואס האט איר אינזין? חוזק צו מאכן פונעם ברודער, שעמט ענק, איך בין נישט קיין אהרוני און איך בין נישט אנטי זאלונים, איך קיק נאר צו פון דער זייט און איר זענט א עקל, די אהרונים האבן נישט פון וואס חוזק צו מאכן פון רבי זלמן לייב'ס הספד? איך האב זיך צו געהערט אויפן טעלעפון צו די הספדים און עפעס האט מיר אויסגעזען אז רבי זלמן לייב איז מספיד עפעס א חשובע אידענע, ס'האט נישט אויסגעזען אז מען איז מספיד א מאמע, ער האט אביסל מספיד געווען זיין רעבעצין אויך, אבער קיין טרער קיין בכי' אויף זיין מאמע האב איך נישט געהערט, אבער קיינער מאכט נישט קיין חוזק, ס'איז א ערענסטע צייט א פארלוסט פאר גאנץ סאטמאר, פאר זאלונים פונקט ווי אהרונים, און אז רבי אהרן האט געפילט אז ער דארף זיך ארויס געבן מיט זיינע בכיות זאל עם וואויל באקומען, אבער חוזק מאכן איז נישט רעכט, ס'איז א עקל.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/7/2010 18:35 לינק ישיר 

משהלע ווי עס שיינט- גלייכט קראקעדיל טרערן, וואויל איז זיין חלק,    אגב דערמאן איך זיך אז ביי די ברך משהס לוי איז ראט אויך געווען ביזי צו רעדן פון זעך, ארויסברענגענדיג ווי שטארק ער איז געווען נאנט מיטן טאטן, פוי פוי א חרפה!!!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/7/2010 18:51 לינק ישיר 

משה'לע כתב:
[quote]<div>אז רבי אהרן האט געפילט אז ער דארף זיך ארויס געבן מיט זיינע בכיות זאל עם וואויל באקומען,
אבער חוזק מאכן איז נישט רעכט, ס'איז א עקל.</div>[/quote]


קיינער מאכט נישט חוזק פון ר' אהרן, ער אליין מאכט חוזק פון זיך!

קיינער האט גארנישט דערקעגן ער זאל זיך ארויסגעבן די געפילן, אפילו ס'איז בעביש, און ביזט הונדערט פראצענט גערעכט אז א לויה ל"ע איז נישט קיין מקום חוזק צו מאכן.

ר' שלום אליעזר, און ר' מענדל האבן אויך ארויסגעגעבן זייערע געפילן, און ס'איז העכסט נארמאל, אפילו זיי זענען אהרונים.

אבער אז רא"ט שטעלט זיך אויף און הייבט אן באשמוצן זיינע געשוויסטער, און דערצו נאך פון א "צעטל", 
ער נוצט אויס די געלעגנהייט פון זיין מאמע'ס לויה אפצוצאלן פאליטישע חובות, דאס איז אן עקל און א שאנדע.
און די קשיא איז נישט אויף היידפארק שרייבערס, נאר אויף איינעם וואס דארף מכלומר'שט זיין א וועג ווייזער פאר אידישע קינדער.

דאס איז נישט געווען קיין כבוד פאר זיין מאמע! און נישט קיין כבוד פאר זיין טאטע!

ר' ליפא מיט די אנדערע קינדער האבן אויך געפילט אז זיי דארפן זיך אויסגעבן, קעגן דעם מענטש וואס האט גערופן דעם טאטן אין קאורט, און האט זיך נישט אומגעקוקט אויף די מאמע, אבער זיי האבן אויך געפילט אז ס'איז נישט קיין כבוד פאר די מאמע זיך צו נעמען רעדן פאליטיק ביי די לויה.

אבער ר' אהרן ואוס איז פארנומען נאר מיט "איך מיך און זיך" האט זיין רצון זיך "אויסצוגעבן די געפילן" גובר געווען אויפ'ן כבוד פון די מאמע ע"ה.

ס'איז ליידער נישט די ערשטע לויה וואס די משפחה זענען נישט שוה בשוה, און מען לופטערט נישט קיין מחלוקת און פאליטיק ביי לויות, יעדער נארמאלער מענטש מיט אביסל זעלבסט רעספעקט, טוט דאס נישט פאר זיין טאטע מאמע.

ס'איז באמת א שאנדע אויף די אויפפירונג, פוי פוי!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/7/2010 20:18 לינק ישיר 

יעצט וועל איך זאגן מיין באמערקונג, פארשטייט זיך פון אן ארונישן שטאנדפונקט, אזוי זאל געהערט ווערן ביידע זייטן פונעם אבזערוואציע, און האבן א תוכנ'פולע דיבאטע בדרכי נועם.

במאמר המוסגר, וויל איך בעטן מ'זאל פרובירן ווי ווייט מעגליך נישט צו פארקיכן צו ווייט פונעם נושא ווייל עס איז זייער עלול אז מ'זאל מיר אנקומען ביז ר' אהרן'ס געבורטס, ווייל איין אבזערוואציע קען גרינג פירן צו א צווייטע.

יעצט אזוי, איך האלט אז דאס קענען ביידע צדדים עגריען אז ס'נישט קיין יושר צו דן זיין א פרעמדע משפחה אין זאגן אז ווען א קינד איז מספיד זיין אייגענע עלטערן פון איבער 80 יאר, איז עס "קראקעדיל טרערן" אין ער מאכט זיך, נישט קיין נפק"מ וויפיל נגיעות עס קען זיין ארום, פארגעסט נישט אז זי איז נישט געווארן זיין מאמע ווען די סאטמארע חאזעריי האט זיך אנגעהויבן, זי איז געווען זיין מאמע ווען רוב פון אונז האט מיטאמאל געוויסט ווער ר' אהרן אדער ר' זלמן לייב איז, ווען די מאמע האט זיי געפעמפערט, געטראגן אין חדר, געבאדן, געמאכט זייערע פיאות, געקישט, געהאדעוועט און געפלעקט, ביז די חתונה, און אזוי ווייטער די אלע יונגע יארן, קען מיר אונז נישט קומען, ווילד פרעמדע מענטשן און גיין זאגן אז ס'קראקדיל טרערן, ווייל און דיין פאליטישע קאפ האט די רביצין נאר עקזיסטירט די לעצטע 10 יאר,

אפגערעט צו סתם חוזק מאכן די וועג וויזוי ער וויינט, איז פשוט אומענטשליך און געמיין, קיינער גלייכט נישט צו וויינען אין פובליק, און ס'א הכרח, וואס מאכט זיך און ביטערע אומשטענדן,

המשך יבוא, איבער די עצם הספד, איך אייל מיך



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/7/2010 20:27 לינק ישיר 

מענטשן וואס זענען געשטאנען דערנעבן זאגן אז דאס זענען געווען געוויינען אָן קיין טרערן.


פארוואס דאס איז געווען א פאלטשע געוויין וועל איך דיר זאגן:

ווייל ווען זיין יונגערער ברידער כ"ק אדמו"ר מהרי"י שליט"א האט אים באפוילן אלול תשס"ו, פאר די הייליגע טעג, אז ער איז גרייט אוועקצוגיין פון שטוב מיט די משפחה אויף באשטימטע שעות כדי ער זאל קענען קומען צו די מאמע ווינטשן א גוט יאר, און ער זאל זיך נישט דארפן פילן אומבאקוועם מיט די אנוועזנהייט פון אים און זיין משפחה.

אבער קיין תשובה איז נישט געקומען...

במשך די לעצטע 4 יאר איז כ"ק אדמו"ר מהרי"י שליט"א מערערע מאל נישט געווען אין שטאט פאר א 2-3 וואכן, ווי למשל ווינטער ווען ער פארט 2 מאל אין קעמפ אויף אפרוה אויף 10 טעג, מיט 2 און א האלב יאר צוריק ווען ער איז געווען אויף די מקומות הקדושים און דערנאך אין אנטווערפען אויף 10 טעג, ווען ער איז אויף שבת אין ק"י וכו' וכו', האט ער רואיגערהייט געקענט קומען אומגעשטערט.

אבער ער איז קיינמאל נישט געקומען.

נו וואס פאר א טעם האט זיין וויינען???



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/7/2010 20:29 לינק ישיר 

וואס איז דיין פוינט? אז ער האט נישט ליב געהאט זיין מאמע?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/7/2010 20:32 לינק ישיר 

וואס איך מיין צו זאגן, לאמיר שוין זאגן אז ס'געווען א עוולה אז ער איז איר נישט געגאנגען באזוכן די עצטע 10 יאר, מיינט אז ס'האט איהם נישט ווייגעטאן אז ער געזענגענטס זיך פון א מאמע? איך גלייב אז ר' שלום אליעזר איז אויך ווייניגע גאגאנגען באזוכן די מאמע? מיינט דאס אז ער האט איר נישט ליב געהאט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/7/2010 20:36 לינק ישיר 

איך ווייס נישט וואס עס טוט זיך ביי אים אין הארץ.


אבער פון זיין גאנצע הצנהגות במשך די לעצטע יארן זאגט אונז אז עס האט אים נישט אינטערעסירט די מאמע.

אין די קלאגע וואס ער האט באפוילן זיינע קינדער אריינצוגעבן קעגן זיין הייליגן טאטן זי"ע האט ער נישט גערעדט פון די מאמע ע"ה. די מאמע איז שוין יארן פון פריער געווען אין א שוואכן מצב, פארוואס האט אים נישט אינטערעסירט איר מצב? אויב לייכטער מצב איינעמס מצב, האט דאך די ערשטע זאך געדארפט זיין קער צונעמען פון איר?

אבער פאר די זעלבע סיבה פארוואס ער און זיינע קינדער האבן זיך קיינמאל נישט אפגעגעבן מיט די מאמע/באבע אלעמאל ווען זי איז געווען אין שפיטאל, האט אים יעצט אויך נישט אינטערעסירט.

און אויב ווילסטו וויסן די ריכטיגע סיבה פארוואס עס האט אים נישט אינטערעסירט די מאמע, גיי אריין צו דעם אשכול וועסטו זען וויאזוי קראנקערהייט האט זי אים מסדר געווען.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > זייטיגע באמערקונגען פון ביידע לויות
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 4 5 לדף הבא סך הכל 5 דפים.

bholext