דער הולך לערכאות יענקי סופר וויינט און ברעטשעט אויף די שווערע טויזענטער דאלער וואס ער האט אינוועסטירט אין דעם קאמפיין, די גאנצע וואלן אין בארא פארק וואו די אהרונים האבן זיך מבזה געווען לטובת לאזאר ווייל ער גייט העלפן דורכשטיפן דעם טעפ און מ'האט שוין טרומפירט אז מ'האט עס דורכגעפירט און דערווייל איז עס וועטאירט געווארן.
תוקן על ידי בראווער1 ב- 08/07/2010 00:08:25
נשלח ב-8/7/2010 00:25
יענקי סופר וויינט? ווער וויינט נישט? איעדע הנהלה וויינט און ווער נאך ווי די הנהלה פון די סאטמארע ישיבה אין קווינס מיט אזא גרויסע מספר תלמידים וואלט אזוי שטארק בענעפעטירט דערפון?
לאזמיר האפן אז יענקי סופר זאל דא יא מצליח זיין און איעדער טאטע פון א גרויסע בחור וועט זיך שפארן די שווערע שכר לימוד קאסטן
דער עולם איז נאיוו און ווייסן נישט אז מ'רעדט פון ריזיגע געלטער. ס'רעדט זיך פון בערך $5000 פער תלמיד! עס הייבט זיך אן מיט ווייניגער ווי 5 אלפים פער תלמיד אבער ביז עטליכע יאר קומט דאס אן צו 5, עס איז קאמפלאצירט ווי אזוי ס'ארבעט. ס'גייט בערך ווי א שכר לימוד מעטשינג, די רעגירונג גיבט האלב פון וואס דער טאטע דארף געבן. ווען די ישיבה אויז מחייב יעדן טאטען מיט 10 אלפים פער יאר וועט די רעגירונג געבן 5
ווען מען רעדט פון קווינס ווי ס'לערנען עפעס איבער 700 תלמידים, ווען מען רעכענט אראפ די אויסלענדער בלייבט בערך 650 אמעריקאנע תלמידים מיינט דאס א פארלוסט פון בערך "דריי מיליון צוויי הונדערט און פופציג טויזענט דאלער" פער יאר.
ווען מען רעדט פון מאנרא ווי ס'לערנען קרוב צו 450 בחורים, ווען מען רעכענט אראפ די אויסלענדער בלייבט בערך 400 מיינט דאס סך הכל "צוויי מיליאן דאלאר" פער יאר.
2 אין די ליטווישע ישיבות אין ארץ ישראל איז איינגעפירט אז מען מאכט "עקטיוועטי'ס" פאר בחורים במשך דעם זומער בין הזמנים. איינע פון די עקטיוועטי'ס איז א "פענאל" ווי מען רופט צוזאמען 3 קעגנער און זיי טענה'ן זיך אויס אויף א סטעדש פארנט פון די בחורים. פאר בערך 2 יאר צוריק זומער איז אין איינע פון די פאנעל'ס געווען, גפני פון די ליטווישע דגל התורה פארטיי, ליצמאן פון די חסידישע אגודה פארטיי, און פאפענהיים וואס פארופט זיך (על דעת עצמו, בבחינת אבראהאם אין וו"ב) ווארט זאגער פון די עדה החרדית... ביים פאנעל האט פאפענהיים געהאקט קעגן אגודה און דגל, ליצמאן דער אגודיסט ענטפערט "זאגן נאר ווען איר דארפט הילף צו וועם קומט איר אויב נישט צו די אגודה?" און ער האט אנגעהויבן אויסרעכענען פאריגע וואך האבן ענק געבעטן דאס און צוויי וואכן צוריק יענס וכו', און יעצט האסטו די חוצפה פון קומען האקן קעגן אונז? פאפענהיים האט זיך נישט פארלוירן און רופט זיך אן "יא, אין דער אלטער היים איז מען אויך געגאנגען בעטן הילף ביים רשעות'דיגן פריץ... אויב דער פריץ קען העלפן גייט מען בעטן זיין הילף אפילו ער איז א רשע...
Satmar: Governor’s Visit to Rebbe Secured Tuition Assistance Program for Yeshivas
(Friday, April 1st, 2011)
After several years of intensive efforts led by the leaders of the leading Satmar Yeshiva’s in Kiryas Joel and Brooklyn, needy rabbinical college students in New York State will, for the first time ever, be eligible to receive Tuition Assistance Program (TAP) grants.
Satmar thanked Governor Cuomo who promised Satmar Rabbi Aaron Teitelbaum that he will help in the passage of this crucial TAP program (see video below)
Until now, needy rabbinical college students in undergraduate institutions were eligible for federal Pell Grants to help defer the cost of tuition, but not for New York State Tuition Assistance Grants. Now, these students will be eligible for TAP grants.
The new budget bill allocates approximately $3.2 million for TAP grants to students attending such schools for the second semester of school year 2011-2012 enough for 600 maximum grants, the initial amount is modest because it is meant to cover a small part of the year, following an implementation period, the change requires drafting of new regulations and institutions will need time to apply for participation.
Gary Schlesinger, Board Chairman of UJCare said, “The allocation of the TAP grant in the budget sets an example of our community leader’s potential to achieve critical funding through focused and determined advocacy.”
SEE 2:15 IN VIDEO WHERE GOVERNOR PROMISED THE SATMAR REBBE THAT HE WILL GET TAP PASSED
זכה, מלאכתו נעשית ע"י אחרים! דאס זענען די ווערטער וואס די הנהלת הישיבה גדולה דסאטמאר וויליאמסבורג קען זאגן אויף דעם נס אז דער טעפ פראגראם איז אדורך אין אלבאני. נעמליך די ישיבה האט קיין פיאסטער נישט אראפגענומען פון איר קאסע פאר לאביאיסטן און אויפגעריסטעטע פאנד רעיזינג פארטי'ס פאר עלעקטעד אפישעל'ס, בעת ווען קרית יואל האט יא. דאך וועט זי בעזר השם פול מער פארדינען פון דעם פראגראם ווי קרית יואל. נעמליך איז דאך דער ישיבה אין וויליאמסבורג פילפאכיג גרעסער ווי די ישיבה אין מאנרא, און זי איז ערמעגליכט צו ערהאלטן סאך א גרעסערע מוציא ווי די קרית יואל'ער.
נשלח ב-5/4/2011 03:05
אינטערסאנט אז דעוויד גרינפעלד נעמט נאך נישט קיין קרעדיט
נשלח ב-5/4/2011 05:06
ישיבה ווארלד ניוס וואס איז אייביג פרא גרינפעלד האט טאקע אראפגעריסן די פראגראם ווייל הייקינד האט עס ערלעדיגט
_________________
נשלח ב-5/4/2011 06:20
וועלכע יארגאנג גייט אריין אונעם טעפ פראגראם?
איז עס נאר פאר ישיבה גדולה און כוללים?
די געלט קומט אן דירעקט צו די עלטערן אדער צום ישיבה אפיס?
נשלח ב-6/4/2011 02:27
דאס איז פאר ישיבות גדולות און כוללים(פרייוועט קאלעדזשעס) און עס גייט צו די ישיבות גראד (נישט זיכער אבער כך שמעתי) און עס ארבייט ווי א מעטשינג פאנד ד.מ. וויפיל די פעדעראלע רעגירונג לייגט אריין אזויפיל לייגט די סטעיט אריין.
נשלח ב-7/4/2011 03:08
איך זע אז היי יאר איז נאר דא אוועילעבעל 600 גרענטס, דאס איז זייער ווייניג, לאמיר האפן אז די קומענדיגע יאר וועט זיין אביסעלע מער...