בית פורומים אידישע געדאנק

911 קאלס אין קר"י וועלן מער נישט גענטפערט ווערן דורעך די פאבליק סעיפטי

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-8/7/2010 06:03 לינק ישיר 
911 קאלס אין קר"י וועלן מער נישט גענטפערט ווערן דורעך די פאבליק סעיפטי

פאזעטיווע דורעכברוך: ביי א זיצונג פון די קעי זשעי אלייענס עסקנים מיט די סטעיט פאליס,האט די פאליציי פארשפראכען אז אלע 911 פאון קאללס וועט נישט מער געפארווערטעד ווערן צו די איינזייטיגע פאליטישע קעי זשעי פאבליק סעיפטי (חוץ, אויב מ'האקט אראפ די פאון)                         אזוי אויך האט די פאליציי געבעטן אז מ'זאל פראבירען צו רופן צו די דירעקט נאמבער:   845-782-8311 און זיי וועלן יעדן העלפן, אזוי אויך זאל מען זיי מודיע זיין אויף יעדע פראבלעם וואס מ'האט מיט די פאבליק סעפטי

תוקן על ידי אייזענבאך ב- 08/07/2010 06:10:25

תוקן על ידי המהדרין ב- 08/07/2010 17:16:25

דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-8/7/2010 14:29 לינק ישיר 

לע"ד
דארף א יעדער ק"י איינוווינער, פראגראמן די נמ. און זיין סעל, ווער עס האט א אפטיילונג פאר עמערטשנסי נמ. זאל עס אודא אהין אריין פראגרעמן,
845-782-8311

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/7/2010 23:37 לינק ישיר 

satmar0

Kiryas Joel Alliance, announcement regarding KJPS
 
http://twitpic.com/26k7ul

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/7/2010 07:25 לינק ישיר 

אין ליכט פון די פאזעטיווע אנטוויקלונגען צווישן די קעי דזשעי אלייענס אין די סטעיט פאליציי, האבן מיר געוואלט קלארשטעלן עטליכע פאקטן.
ווער עס ווייסט, און אויב וויל מען זיך איבערצייגען קען מאכן אביסל מער ריסוירדזש, אז די סטעיט פאליציי האלטן שוין מיט פון זייער קוק וואונקל פילצאליגע געשענישן וועלכע שפילן זיך אפ אינערהאלב קרית יואל, די הויכע באאמטע וועלכע זיצן אין אלבעני האבן שוין א לענגערע צייט אפענע אויערן און אפענע אויגען צו די פאזעטיווע באהאנדלונג פון די קרית יואל ווילעדזש, און פארשטייען זייער גוט אז ווען די קרית יואל פובליק סעיפטי טוט באהאנדלן עטליכע טראבל מעיקערס אויף א פארנעם וועלכע קען צומאל אויף א בילד אויסזעהן גרויזאם, מיינט עס נאכנישט אז הינדערטער פאמיליעס ווערן באקריוועדעט, מיט א קורצע צייט צוריק ווען די פרידליכע קרית יואל'ע איינוואוינער זעאנען באטראפן געווארן פון א פלייץ פון פאלעציאנטן וועלכע זענען אינטערגעשטעלט געווארן דורך עטליכע אומפאראנטווארטליכע מענטשן נאכן לייגען דרוק אויף א געוויסער אלט-געזעצענע סארדזשענט, האט דער ווילעדזש אוו קרית יואל - וועלכע האט זיך שוין מיט גרויס סייעתא דשמיא געספראוועט מיט גרעסערע פראבלעמען און מער קאמפלעצירטע פראבלעמען אין שטאט - אראנדזשירט א זיצונג מיט די הויעכע באאמטע אין אלבעני און נאך פארשידענע פאלעטישאנס וועלכע האבן פארשטאנען די פראבלעמען מיט וואס קרית יואל פלאגט זיך ארום וואו באקאנט איז דער סארדזשענט וועלכע האט זיך ארויסגעשטעלט צו ארבעטן איינזייטיג אנטקעגען די אינטערעסן פון קרית יואל צוליב פארשידענע סיבות וד"ל, געווען געצווינגען צו פארלאזן זיין בענקל און ער איז איבערן נאכט ערזעצט געווארן דורך א צווייטן פארשטענדליכער סארדזשענט יר"ה, פון אלבעני איז קלאר איבערגעגעבן געווארן בעל פה און אין א פריינטליכע שריפטליכע מעסעדזש וועלכע איז און זיינער צייט פובליצירט געווארן און דער ווילעדזש פובליקאציע הקריה,  צום קרית יואל מעיאר ר' אברהם וויעדער ווי זיי געבן איבער אז סיי וועלכע פראבלעמען דער ווילעדזש פארמאגט דארף מען נישט לויפן צו די הויכעכע פענסטער ער האט געגעבן זיין פריוואטער נומער ווי ער שרייבט ארויס אינעם בריוו און ער וועט נעמען די ריכטיגע שריט.
דאס אז א כאפטע טראבל מעיקערס ווי די פאליציי רופן זיי, שטייען אינטער דעם נאמען פון קעי דזשעי אלייענס איז באקאנט ביי די הויעכע פענסטער אזש ביז אלבעני, ווען עס קומט אריין סיי וועלכע רוף אדער פראבלעם פון די גרופע וועלכע זענען אנטקעגען די ווילעדזש פירערשאפט ברענגט עס באלד ארויף אויפברויז ביי די באאמטע נאכן זיך אנליידן א יעדע שטיק צייט פון אומאחריות'דיגע 911 רופן, און זיי זעען קלאר אז מען רעדט דא פון א גרופע וועלכע וועלן ווי זיי קענען נאר זיך שלאגען און ארויסשטעלן קאנדידאטן אנטקעגען דער ווילעדזש בלויז צו מאכן א שטורעם ,און האב נאך אין די פארגאנגענהייט קיינמאל נישט געווינען קיין וואלן ווען זיי האבן ארויסגעשטעלט א קאנדידאט אנטקעגען...
דאס אז די סטעיט פאליציי האבן זיך אראפגעזעצט מיט די קעי דזשעי אלייענס איז נישט קיין דורכברוך, סיי ווער, סיי וועלכע ארגאניזאציע עס וויל קען מאכן אן אפוינטמענט ביי די סטעיט פאליציי מיט אביסל שתדלנות און זיי וועלן נארמאלערהייט קיינעם אפזאגען...מעגליך אז אין די איצטיגער פאל ביי די קעי דזשעי אלייענס איז געווען שווערער צוליב זייער שווארצן רעקארד, ווי די פאליציי האלטן זיי און איין רופן "טראבל-מעיקארס"... 
דאס אז זיי זענען אויפגענומען געווארן אלס לעיזאנס, איז נישט קיין שום דורכברוך, און מיר וועלן אייך מגלה סוד זיין אז און סיי וועלכע געגענט קען ווער עס וויל זיך איינגעבן צו דינען אלס א ליעזאן פאר א גרופע, און נארמאלערהייט ווען מען אים אקצעפטירן...
און אצינד אביסל קלאר מאכן פאר די וואס ווייסן נישט: קרית יואל פובליק סעיפטי איז א אנערקענטע דעפארטמענט, און די סטעיט פאליציי זוכט אויף אלע פראנטן זיי צו געבן וואס מער שטיצע צוליב דעם וואס זיי זענען שוין מיד פון די אלע געוואלדטאטן וועלכע קומען פאר כסדר, און זיי קענען באשטיין צו פטור ווערן אביסל פון די קאפ-ווייטאג וואס עס טוט זיי פאראורזאכן.. און לאזן פובליק סעיפטי זיף פארן מיט די אנשיקענישן.
דעריבער איז גוט צו וויסן פאר ווער עס האט געוואלט וויסן מער אינפאראציע איבער דער זיצונג אז קרית יואל פובליק סעיפטי בלייבט ווייטער אין קראפט, און מיט א יעדע פעולה וואס ווערט געטוהן מצד דער זעלבער גרופע טוט זיי נאר מער פארשטערקערן דער כוח און קראפט פון פובליק סעיפטי, ר' משה לייב וויטריאל איז קיינמאל נישט באגאנגען קיינע גרייזן קעגען קיין שום תושב, ער האט שטענדיג געארבעט לעגאל, ער איז נישט נאר פארנומען מיט די סארט קינדישע אינצידענטן ער איז פארנומען מיט פארשידענע דזשיילד אביוס קעיסעס און האט שוין אין די פארגאנגענהייט געראטעוועט עטליכע עלטערן וועלכע האבן זיך פארפלאנטערט און טאקע מאנכע פון אט דער גרופע... און חזרט אייך נאכאמאל איין: אז מען רעדט דא פון א מאכטפולן ווילעדזש הינדערטער סערוויסעס, און די פאליציי און די געזעץ אינפארסירער אזש ביז וואשינגטאן פארשטייען אז די וועלט איז באשאנקן מיט פארשידענע קעגענזייטיגע גרופעס און עס מאכט זיך צוזאמשטויסן כסדר, און סיי ווער עס וועט טוהן עפעס אנטקעגען דאס געזעץ, אדער וועט טוהן פעולות וועלכע שטערט דאס ארדענונג, צו איז עס אינדערויסן פון קרית יואל אדער אין קרית יואל נישט קיין חילוק פון וועלכע צד וועט שפירן די קאנסקעווענצן צו דורך די סטעיט פאליציי, צו דורך די קרית יואל פובליק סעיפטי... פובליק סעיפטי קען נישט טאן וואס זיי ווילן, עס איז נישט אין זייערע האנט, זיי קענען בלויז טוהן אויף וואס זיי זענען געשטעלט...צו פארזיכערן דער ווילעדזש בעזר השם, און צו די זעלבע צייטי איז אינטערסאנט צו וויסן אז פובליק סעיפטי האט א כוח צו זאגען פאר די סטעיט פאליציי זאלן פארלאזן ס'שטעטל, אבער זיי וועלן עס נישט טוהן נארמאל צוליב דעם וואס זיי נויטיגען זיך "דערווייל" און זייער הילף, און אויף געווענליכע סעצענעס ווען די סטעיטט פאליציי קומען קיין קרית יואל וועלן זיי גארנישט טוהן ווילאנג ר' משה לייב וויטריאל וועט זיי פאראארדענען צו נעמען שריט.
פאלגט נאך ווייטערדיגע אנטוויקלונגען איבער די פארשריט און אויסברייטערונג פון די קרית יואל פובליק סעיפטי!
ווארט מיט שפאנונג!

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/7/2010 07:28 לינק ישיר 

חזקה כתב:

נשלח ב-19/7/2010 07:30 לינק ישיר 

אנטשולדיגט פארן נאכאמאל איבערלייגען מיינע שורות, ס'איז געווען א טעות, מיט אנטשולדיגונג!

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/7/2010 16:21 לינק ישיר 

 חזקה
איך ליין איבער דיינע געשרייבאכטס אין איך זע איין זאך ווען איינער שרייבט שווארטץ שרייבסטי ווייס ווען איינער זאגט ניין זאגסטי יא
אין איך דארף דיך גראדע דערמאנען אז זאלי האט נאך אלס נישט קיין מנין אין קע דזע אלייענס האט נאך קיינמאל נישט געווינען קיין וואלען זיי זענען אינגאנצען פינעוו טראבעל מעיקערס.  
איך האב געהער א שיין ווארט פין א יודעל פאריגע וואך אז א באבובער חסיד איז געקימען צי רא"ט אין רא"ט פרעגט אים אזוי וועלעכע באבוב באלאנגט איר ריפט ער זיך אן ביי עם איז נאר דא איין באבוב זאגט אים רא"ט זיי נישט קיין נאר איך האב אויך געמיינט אז עס איז דא איין סאטמאר אבער דער פאקט זאגט אנדערש
די זעלבע זאך מיט דיר די פאקט איז אז די אלייענס האט אנגעצויגען זייער שיין אין די לעצטע וואלען אין זיי האבען אפילי אריינגעברענגט אליינס א קאנדידאט אין מיט דעם וועג גייען זיי זייער גיט
אין ווי עס זעט אוי טיען זיי א גיטען  ארבעט מיט דעם וויטריאל ער קען שוין נישט טין וואס ער וויל
מעשה קיווי ווינשטאק יוכח דארטען איז נאר געשטאנען אין די זייט אין נישט ארעסטירט אנדערש ווי א וואך פארדעם ווען ער מיט זיינע קרימינאלס זענען געווען די וואס האבען ארעסטירט אין לגבי די 911 קען איך דיר נישט ענטפערין אבער די קענסט אליין טרייען אין דערצייל אינז ווער עס האט אויפגעהויבען
אין לגבי די הויכע פענסטערס אין אלבעני ווי אזוי זיי קיקען אויף אלייענס האב איך פאר דיר נייעס זיי קיקען אויף אינז די זעלבע ווי זיי קיקען אויף ענק ביי זי זענען אלע יודען אייניג
 אין דיינע געשרייבעכטס מיטען סעל פאן נאמבער אויפציווייזען ווי גיט דער מעיאר איז מיט די פאליס וויל איך די מודיע זיין אז אפילו יואלי ליבערמאן האט אויך זייערע סעל נאמבערס.    
מיט אנטשילדיגינג עס איז נישט אזוי לאנג ווי דיינס

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/7/2010 18:14 לינק ישיר 

נאך דעם וואס די סטעיט פאליס האבען אפגעלייענט חזקה'ס ארטיקל האבען זיי צירוקגעצויגען, אין די 911 קאלס גייען יא גיין צו פאבליק סעיפטי... אגב, חזקה רופט אן די עסקנים פון איחוד הקהילות 'טראבעל מעיקערס'. ביז נישט אזוי לאנג צירוק וואלט אזא מיטינג געהייסען...מסירה!! אבי מ'האלט שוין ערגעץ.

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/7/2010 07:09 לינק ישיר 

צו ערשט וויל איך באגריסן מיינע צוויי קאלעגע שרייבערס וועלכע האבן זיך גענומען די מיה און מיר פרובירט צו פאררעכטן, אבער ווי איך זעה זענען די צוויי קאלעגעס אביסל אומוויסנד און האבן נישט קלאר ארויס די אינפארמאציע וואס איך האב געברענגט (אדער זיך מען זיך צו פארהוילן פון די גענויע פאקטן...)
בנוגע דער פונקט אז ר' יואל ליעבערמאן האט אויך דער סעל נומער פון די הויעכע באאמטע פון אלבעני, האב איך געוואלט צושטימען און אייך גרינגער מאכן אז ווער עס וויל און מאכט אביסל ריסוירדזש קען שאפן די פריוואטע נומער פון פאליטישאנס און הויעכע באאמטע און נישט דאס איז דער פוינט דא, און די האסט בלויז ארויסגענומען וואס די האסט געוואלט ארויסנעמען.
וואס איך קום דא זאגען איז אז א אפעציעלע בריוו וואס דער מעייאר ר' ראברהם וויעדער האט ערהאלטן וועט ר' יואל ליעבערמאן קיינמאל נישט ערהאלטן, און דער בריוו איז געקומען נאך א דרונגנדע זיצונג וועלכע איז אפגעהאלטן געווארן מיט הויעכע באאמטע צוליב דאס הפקירות וועלכע האט זיך דאן אפגעשטעלט נאך טוישן סארדזשענט, און דער גרעסטער באווייז פאר די פרישע קאמוניקאציע צווישן די ווילעדזש פירער איז ביי די לעצטע גרובונגען ביי דער אמאליגער בית יואל שוהל ווען די פאליציי האבן נישט געהאלטן ביים ענטפערן די היסטערישע הילפס רופן נאכדעם וואס זייער טעלעפאון איז פארפלייצט געווארו מיט הונדערטער קאלס, און די פאליציי זענען בלויז אראפגעקומען צו די סעצענע ווען מר. וויטריאל האט זיי גערופן פאר הילף.
 
בנוגע די וואלן ווייסן קלאר די פאליטישע באאמטע אז וויפיל די אלייענס אנהענגער וועלן וואקסן וועט אלס וועלן אלס די ווילעדזש אנהענגער  פונקט אזוי וואקסן, וועלכע ציילן זיך איצט פיל מער, און זיי וועלן קיינמאל נישט האבן די מעגליכקייט איבערצושטייגען מיט די פליישיגע אויגען.
און זיי וועלן אלס וועלן שטיין און בלויזע פארבינדונג מיט ווילעדזש פירער מיט די וועלכע שטייען ביים רודער, און זיך ספראווען מיט די גרופע "טראבל מעיקאר" וויאזוי די פאליציי רופן זיי, אזוי זיי האבן זיך געספראוועט מיט זיי ביז היינט, ווארט מיט שפאנונג אויף די דאר פאזעטיווע אנטוויקלונגען און פארשריט פון די קרית יואל פובליק סעיפטי וועלכע וועט האלטן דער שטאט ריין פון די אלע אנשיקענישן, און ווייטער קענען פארזיכערן און ארויסהעלפן תןשבי קרית יואל פון אלע פראבלעמען ווי טשיילט אביוז וועלכע מאכן זייער אפט,אפגעשעהן פון סיי וועלכע קרייז אדער גרופע, אזוי וואו עס האט זיך ארויסגעשטעלט ליידער ביז היינט.
אויב פארמאגט עמעצער סיי וועלכע פראגע אדער וויל קלארער ווערן איבער מיינע שורות און פאקטן זאטל זיך נישט אפהאלטן פון פרעגען און איך וועל אים פרובירן וואו ווייט מעגליך צו ענטפערן און פארשטיין געבן וווי ווייט איך בין באהאווענט מיט די גענויע פאקטן.

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/7/2010 07:38 לינק ישיר 

אלייענס...... טראבעל מעיקערס.... די סטעיט פאליס קוקט שיף אויף וויטריאל..... שטותים און הבלים! איין זאך ווייס איך: די הילפסלאזיגע געשריי 'וויטריאל.... וויטריאל'...... האט זיך נעבעך ארויסגעגארגלט פון די הייזעריגע קווינס 'טראבעל מעיקערס' פאר צוויי וואכן צוריק ביים סתימת הגולל פונעם רעבעצין הרבנית הצדיקת ע"ה, ווען יעדע צוויי מינוט געט זיך א מאך אויף די בעק טיר פון אוהל (נעבן זריעלס געוועזענע געסעיווטע פלאץ...) און נאך א קווינס בוי מיט א צופליקטע כאלאט אן קיין איין קנאפ פליט ארויס ווי א הינט דורך די 'נוי יארק סטעיט פאליס' אונטער די גוטהייסונג און פירערשאפט פון הרב וויטריאל.... איר געדענקט נאך די צוויי פארשיקטע קארס פון די 'אלייענס פאטראל'?????... וואו זענען דעמאלטס אהין געקומען ענקערע גוטע קאנעקשאנס מיט די סטעיט פאליס וואס האלט 'א וואכזאם אויג אויף וויטריאל'..... איך האב מורא אז עטץ האטס פשוט באמערקט איין טרופער מיט קראוסס אייס... ס'האט זיך ענק געדאכט אז ער קוקט שיף אויף וויטריאל.... שיקט אים צום אויגן דאקטאר און הערט אויף חלו'מען און צו די וואס טראכטן איין רגע און גלייבן אז די 'פאזיטיווע שריט' איז דורך... איין עצה; הייבט אויף דעם טעלפאן דא אין קרית יואל און דריקט 911 און הערט ווער עס הייבט אויף.... דעטס אלל! א שאד די טענ'ריי

תוקן על ידי א_לעמעלע ב- 20/07/2010 07:45:32

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/7/2010 07:45 לינק ישיר 

 יא חזקה
די בריוו דאס וואס מאכט דיין זייט פאר די געווינער
אינטערשטע שורה איז ווי קימען יעצט אן די 911 הילף ריפען
אדרבה טריי איינס אין לאז אינז וויסען ווער עס האט אויפגעהויבען
אין אינטרעסאנט די ברענג גאנץ פיינע נייעס מיט ראיות פין די גרובינגען יענעם זינטיג אינדערפרי
דארטען פארגעסטי אבער איין זאך טאקע וואס דער דזאזקע האט געפרעגט דעם ווילידש לויער ווייל דארטען האט דער מסור דוד ימח שמו וזיכרו געלייגט דעם ווילידש אין טראבעל מיט פאלשע פערמיטס ממילא האט זיך סטעט פאליס נישט געוואלר אריינמישען
אין אדרבה קיק נאר ווי בען אסטער האט דערליווערט דעם סטאפ ארדער צים סוף אין ווי שיין די פאליס האט זיך ציגעשטעלט דעמאלטס פאר די פאר טראבעל מעיקערס
אין לאמיר נישט פארקריכען
ענטפער קלאר אין דייטליך אווי קימען אן די 911 קאלס ?
אויב די ווייסט נישט ריף אין זאג אז איינער שלאגט דיך אין זאג אינז ווער עס קימט אן פאבליק סעפטי מיט א  בריוו אדער סטעט פאליס

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/7/2010 07:57 לינק ישיר 

משה צוועלף ליגענט און טענעריי אין א זייט געלייגט א דעדליין ביטע? אויף ווען גאראנטירסטו מיר אז די וויליזדש איז פארמאכט און די אלייענס נעמט זיך בויען דעם פייפליין מיטן גאנצן כוח??... אדער, YOU KNOW WHAT... לאמיר דיר אביסל גרינגער מאכן, אויף ווען לייגסטו איין אז משה לייב וויטריאל ווערט ארויסגעפירט מיט זיינע לייבן (קרימינעלס וויאזוי די ווילסט זיי רופן...) פון קרית יואל מיט א ענוועלאופ מיט טיקעטס אזויווי די אלייענס פאטראל איז ארויסגעפירט געווארן פאר אפאר וואכן צוריק...???? (נאכדעם וואס עטליכע אלייענס חסידים זענען נעבעך געבליבן אן קיין לעקטער אויף שבת... ווייל זיי האבן עס ספעשל אויסגעלאשן כדי מ'זאל קענען רופן די אלייענס פאטראל...)

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/7/2010 09:53 לינק ישיר 

 לעמעלע אפאר קשיות
ביסטי דארט געווען ווען די שבת גוים זענען פארשיקט געווארען מיט געלע צעטלעך ?
האסטי געריפען 911 אין די ווייסט ווער עס הייבט אויף ?
נאכדעם פארציילסטי עפעס א מעשה עפעס קווינס בחורים זענען געפלויגען מיט קנעפלעך אראפגעריסען זאג נאר די חלום'סט ?
 די שיסט ליגענט איינע נאך די אנדערע ? 
די מיינסט אז די ביסט דא אין כל השקר כלו ?
 אין די זאגסט מיר איך זאל אויפהערין זאגען ליגענט טול קורא מבין עניך די ביסט דער ליגענער אנגעפאנגען מיט דעם אז אלייענס שבת גוים זענען געווארען ארויסגעשיקט 
אין נאכדעם די ווילסט איך זאל דיר געבען פינקטליכע צייטען ווען דאס גייט געשען אין ווען דאס גייט געשען
הער אויס איין מיניט
איך אלס בני יואל יארען לאנג שוין האב נישט געגלייבט אז דיין רבי וועט נישט קענען אריין גיין אין ראדני אין איך יא אין אוודאי האב איך נישט געקענט געבען א דעט
אבער דער טאג איז אנגעקימען
אין די זעלבע זאך האב איך אויך נישט געגלייבט אז איינער וועט זיך אמאל קענען אפשטעלין אין גאס אפילו אויף איין מיניט אין שרייען אהרן טיי..... צא טמא שייגעטץ ארויס
אבער אן א דעיט
עס איז אנגעקימען
אשר על כן קען איך דיר יא זאגען יבא יומו זיין טאג וועט אויך קימען עס איז נאך קיינער נישט אנגעקימען גיט פין טשעפענען א אנדערען יוד אבער קיין דעיט קען איך דיר נישט געבען
סאררי

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/7/2010 15:33 לינק ישיר 

נישט מיט געלע צעטלעך האט מען זיי ארויסגעפירט, מיט א פאלדער פון טיקעטס... אזש איך בין זיכער אז זייער לייסענס איז סאספענדעד....!!!! שעפעלע ווען מ'ריפט היינט צו טאגס פון ק"י 911 הייבט די פאבליק סעיפטי אויף, צו ס'געפעלט דיר יא צו נישט! פארשטאנען??? וויש נישט אזוי אוועק די מעשה פון די קנעפלעך! איך האב מורא אז די ביזט געוועזן איינע פון די געליטענע וואס זענען צוריק קיין קווינס קעמפ אן א קנעפ... אויב יא ענטפער ניטאמאל, איך קען מיר פארשטעלן דעם טעם....! איך בין געשטאנען אויף די טרעפ פון ביהמ"ד הגדול און צו געקוקט ווי די גאס איז לער! קיין זאלי! קיין בני המן! גארניקס! פאר קיין רפואה נישט! אלע זענען אהיים געלאפן עסען טשולענט לכבוד שבת קודש! די גאס איז געווען שא שטיל! א דאנק די ארבייט פונעם חשוב'ן מעיאר הרה"ח ר' אברהם ווידער און א דאנק די געניטע ארבייט פון ר' משה לייב וואס האט געהאט צו הילף ענקערע 'גוטע קאנעקשאנ'ס' די סטעיט פאליס, צו אינפארסען די גאנצע סעקשאן אלס א פעדעסטריען רעד זאון! GOT IT??????

moishe12 כתב:
 לעמעלע אפאר קשיות
ביסטי דארט געווען ווען די שבת גוים זענען פארשיקט געווארען מיט געלע צעטלעך ?
האסטי געריפען 911 אין די ווייסט ווער עס הייבט אויף ?
נאכדעם פארציילסטי עפעס א מעשה עפעס קווינס בחורים זענען געפלויגען מיט קנעפלעך אראפגעריסען זאג נאר די חלום'סט ?
 די שיסט ליגענט איינע נאך די אנדערע ? 
די מיינסט אז די ביסט דא אין כל השקר כלו ?
 אין די זאגסט מיר איך זאל אויפהערין זאגען ליגענט טול קורא מבין עניך די ביסט דער ליגענער אנגעפאנגען מיט דעם אז אלייענס שבת גוים זענען געווארען ארויסגעשיקט 
אין נאכדעם די ווילסט איך זאל דיר געבען פינקטליכע צייטען ווען דאס גייט געשען אין ווען דאס גייט געשען
הער אויס איין מיניט
איך אלס בני יואל יארען לאנג שוין האב נישט געגלייבט אז דיין רבי וועט נישט קענען אריין גיין אין ראדני אין איך יא אין אוודאי האב איך נישט געקענט געבען א דעט
אבער דער טאג איז אנגעקימען
אין די זעלבע זאך האב איך אויך נישט געגלייבט אז איינער וועט זיך אמאל קענען אפשטעלין אין גאס אפילו אויף איין מיניט אין שרייען אהרן טיי..... צא טמא שייגעטץ ארויס
אבער אן א דעיט
עס איז אנגעקימען
אשר על כן קען איך דיר יא זאגען יבא יומו זיין טאג וועט אויך קימען עס איז נאך קיינער נישט אנגעקימען גיט פין טשעפענען א אנדערען יוד אבער קיין דעיט קען איך דיר נישט געבען
סאררי

_________________

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/7/2010 17:10 לינק ישיר 

לעמעלע
איך זע ווי די האלטס אין איין מאכען חזרה אויף דיינע געשיכטעס צי עס איז אמת אדער נישט נאר פאר אינטרעסאנטקייט קענסטי מיר מסביר זיין ווי אזוי די האסט אליין געזען די בחורים פליען ארויס פין אוהל אן א קנעפלעך בשעת די ביסט געשטאנען אויף די טרעפ ביטע זיי מסביר
 אין איך האב שלעכטע נייעס איך האב יעצט געריפען 911 פין מיין סעל פאן אין איך מיז דיר זאגען אז די פאן האט באקימען. אזא ענטפער נא יארק סטעיט פאליס וואטס יאר עימערזענסי איז דאס פאבליק סעפטי ? 
די זאג מיר אפשר ווייס איך נישט די חילוק
עס געפעלט דיר נישט עס מיז נישט
 איך מיין אז די ליגענט פין פאלדער מיט אלייענס דארף איך שוין נישט אויפווייזען מען זעט דיינע ליגענטס איינע נאך די אנדערע
אבער לאמיר דאס לייגען אין די זייט
אפשר זאגסטי מיר פארוואס זיי האבען געקריגען טיקעטס ?
אדער ווי אזוי זיי האבען געדארפט פארלאזן דעם שטעטיל ?
אינטער וועלעכע געזעץ טארען זיי זיך נישט דרייען אין שטעטיל שבת ? 
ווער האט די רעכט זיי צי פארשיקען ?
 זייט ווען איז דער שטעטיל א פרייוועט פראפערטי אז מען טאר נישט דארט אריינפארען שבת ?
 אדרבה פארצייל אינז
 נא פארענטפער דעם ליגענט איינמאל פאר אלעמאל דיינע חבירום אין כל השקר העולמי זענען קיינמאל נישט געווארען געטשעלענשט מיט די קשיא

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-20/7/2010 23:38 לינק ישיר 

ווייסט פארוואס מ'האט נאך קיינעם געטשעלענזדשט מיט אזא קשיא? איך וועל דיר זאגן: ווייל ס'איז א מורה'דיגע קשיא! ס'נישטא אזאנס! ממש ווען ס'זאל ווען זיין אזא זאך ווי מעדאלן פאר די הייד פארק שרייבער ביי די זאליס (אויב ס'איז נישטא...) באקומסטו א גאלדענע! סופער! צום ענין: יא! ס'איז דא א בעל הבית אין קרית יואל! די לעגאלע ווארט האט די חשובע מעיאר ר' אברהם ווידער! און ווערט אינפארסט דורך זיין געטרייע ארבייטער פון פאבליק סעיפטי אונטער די געניטע פירערשאפט פון ר' משה לייב וויטריאל! און ווען ער זאגט ארויס פון שטעטל מיינט דאס ארויס! פארשטאנטא? און אז מ'פאלגט נישט ניצט ער קרעפטן פון די סטעיט פאליס! און אז די גלייבסט נישט קענסטו פראבירן....

דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > 911 קאלס אין קר"י וועלן מער נישט גענטפערט ווערן דורעך די פאבליק סעיפטי
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext