געהערט פון אן אייניקל: ר' אליעזר חיים האט עטליכע וואכן צוריק צוזאמענגערופן אלע זיינע קינדער צו זיך אין שפיטאל, און זיי געזאגט אזוי (בערך): איך שפיר אז מיינע טעג זענען געציילטע, און איך ווייס אז איך האב א קינד אן ארוני. וויל איך ענק לאזן צוואה בעל פה, איך בין ביים קלארן דעת, און איך מרצוני הטוב געקויפט א חלקה אינעם נייעם בית החיים, און דארט וויל איך ליגן.
|
|