[quote]דעם ענטפער האב איך פאראויס "חלה דעקל" אבער איך פרעג נאך אלץ, פארוואס ווען מען פאארופט א פראטעסט קעגן רבינו שליט"א פאר א עולה וואס ער זאל האבן באגאנגען לשיטתכם מיטן מאכן א פארקינג לאט מעג מען און ווען מען פאררופט א פראטעסט קעגן א עולה וואס מיר האלטן אז עטץ באגייען הייסט עס ראיאטן זיי דיך מסביר (נישט אז איך האלט אז די מעסעדזשעס קומען פון אונז, אבער נניח אז יא) [/quote]
מצה טאש, כוועל דיר מסביר זיין דער חילוק, דער מקום איבער וואס מען קריגט זיך ביי דער רעבעצינ'ס הויז איז לכל הדיעת געהאנדעלט געווארן זייער נישט אויף אן ריכטיגן אופן דורעך ענקער באליבטער דודטשיק'ל, איך ווייס אז דו קענסט נישט אין דו טארסט נישט מודה זיין דערויף, אבער טיף טיף אין הארץ ווייסטו דעם אמת אז ער האט עס געהענדלט ווי א עקשטיין.
נעכטן פארצייילט מיר איינער א אגענט אין BFG דוד'ס קאמפאניע אז דוד האט אים עפעס געהייסן טון, האט ער געענטפערט איך וויל מיט דיר נישט רעדען, דו ביסט א "ר ש ע" אין איך וויל מיט דיר נישט האבן קיין מגע ומשה, האט דער דוד הרשע געענפערט, איך וויל גיין צו דין תורה, ענפערט ער צוריק אז דו ווילסט גיין צו דין תורה שיק אן הזמנה, דער דוד האט גענומען ווארפן קאלירן פאר בישה, ער האט זיך נעבעך נישט געכאפט אז די תיריצים וואס ער פארקויפט פאר זיינע חלה דעקלעך קען ער נישט פארקויפן אינדרויסן פון די ארונישע לאגערן.
דאס איז דער פשט, עס איז פארהאן אין דער וועלט ווי עס רופט זיך אין ענגליש רולס אוף אינגעדשמענט, עס איז דא א מהלך וויאזוי צו פייטן, יעדער איז מודה אז די בית יואל ביהמ"ד באנוצט זיך מיטן פראפערטי שוין יארן לאנג, (איך מיין אז אפילו די חלה קנעפלעך זענען מודה דערוף) יעצט אז דו ווילסט עס אוועק נעמען לשיטתכם אז עס באלאנגט פאר ענק, טאמער ענקער קהלה פירט זיך בדרך התורה שיקט מען יענעם אן הזמנה, טאמער נישט גייט מען אין קארט אין מען איז מסביר דער שטעלונג פארוואס עס באלאנגט ענק.
יעצט נעמען זינטאג פארטאגס פאבליק סעיפטי איז זיך נעמען גרובן איז א חוליגאנישע שטיק, עס איז א צידרייעטע וועג פון פייטן, פונטק ווי אריין קומען שמיני עצרת מיט שווארצע בונסטערס, די פראטעסטן קעגן אהרענען איז געוועזן א נאטירליכע רעאקציע צי דעם בהמישן אקציע פון דעם יונג דוד.
וואס קלערט דער עולם, ער גייט עס פארשטיין? אדער בלייבן א חלה קנעפל?
תוקן על ידי שלעק ב- 12/07/2010 18:19:06
 |
|
|