בית פורומים אידישע געדאנק

אכטונג חשוב'ע כלות זייט געווארנט נעמט "יא" איבער דאס פעקל פון מיסיס פארגעס

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-18/7/2010 23:32 לינק ישיר 
אכטונג חשוב'ע כלות זייט געווארנט נעמט "יא" איבער דאס פעקל פון מיסיס פארגעס

וויכטיגע מעלדונג צו די חשוב'ע עלטערן וואס גייען בקרוב חתונה מאכן זייערע טעכטער על טהרת הקודש בשעטומ"צ.

אזוי ווי עטליכע האבן זיך אפגעבריט שפיר איך פאר וויכטיג מודיע צו זיין

ווען מיסיס פארגעס (אדער א צווייטע..) טרעפט אן אייער טאכטער און וויל איבערגעבן א פעקל, "זאל זי דאס איבערנעמן מיט ביידע הענט" און נישט צוריקווארפן!

פארגאנגענע וואך ווען א כלה איז געגאנגען צום באס האט איר אפגעווארט פארגעס און געוואלט איבערגעבן א שיינע פאקעדאט בעג, די כלה האט איר אינגנארט און ארויפגעגאנגן אויפן באס איבערלאזענדיג מיסיס פארגעס מיט די בעג אין די ליפטן.. דע כלה האט אבער געמיינט אז מיט דעם איז זי פערטיג. אינמיטן טאג ביי די ארבעט באקומט זי א טעלעפאן קאל שוין פון א צווייטע אומבאקאנטע שפחה וואס וויל אריבערקומען צו איר. דאן האט זי שוין חרטה געהאט פארן נישט איבערנעמן דאס פעקל צופרי.. סוף דבר האט זי דעם אנדערן טאג באקומען דאס פעקל זי האט דאס יעצט שוין איבערגענומען בחפץ לבה... און געטון וואס מ'טוט מיט שמוציגע פאסט...

אלזא געדענקט ווען איר טרעפט אן דעם פגעת, פרובירט נישט איבעצוקליגן! נעמט איבער דאס פעקל! נאר אזוי וועט איר האבן מנוחה אי"ה.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/7/2010 23:39 לינק ישיר 

ביי די וועי, בעטן די עסקנים: אזוי ווי ס'ווערט יעצט — על פי הוראת הרבנים הגאונים שליט"א —צוגעגרייט א קרימינאלע קלאגע קעגן עטליכע געמיינע וואנדאלן און קרימינאלן, וועלכע טערארעזירן די שטאט, אריינגערעכנט די שיקסע און טעראריסטקע מרת פארגעס, זאל יעדער וועמען די פוגעת אדער פוגעים האבן געקאנטאקט, אריינרופן די נומער פון שומרי משמרת הקודש, און מ'וועט נעמען די ריכטיגע שריט.

אייער נאמען וועט נישט ארויסגעגעבן ווערן צו קיינעם.

ובשם ה' נעשה ונצליח.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/7/2010 01:07 לינק ישיר 

ווער איז דאס פארגעס אביסעל מער אינפא פין די מכשיפה וועט נישט שאטען אפשר שרייבסטי
 ווער איז איר מאן אדער אירע קינדער אדרבה פארצייל אינז זיי מוחל
 אפשר א בילד פין איר מאן אדער אירע קינדער מיר זאלען זען פין וועם מען רעד דא



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/7/2010 02:27 לינק ישיר 

ס"ה וואס זי טוט, זי געבט איבער פאקעדאט בעגס פאר די געציילטע כלות וואס פלאנען צו חתונה האבן אין די נייע קאנטראווערסיעלע זאל,

ווי שעדליך איז דאס שוין?

זי שלאגט נישט קיינעם זי שרייט נישט, זי געבט נאר איבער איידעלערהייט די ליין מאטריאל וואס טוט אויפקלערן די חומר הדבר, פארוואס ווערט זי שוין א מכשפה פאר דעם...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/7/2010 02:33 לינק ישיר 

מחאה אדורה!
אין דעם ווערצהויז געפונען זיך נאר אנשים, שרייבט נישט קיין מעלדונגען פאר די ווייבער שול.

חשוב'ער מנהל לאזט נישט צו צו צוברעכן די גדרי הצניעות רח"ל.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/7/2010 02:58 לינק ישיר 

ר' ראדני

וואסארא קאנטראוערסיל זאל רעדסטו?

קענסטו מיר אפשר זאגען.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/7/2010 03:48 לינק ישיר 

שיףרבי: איך האב אנגעהויבן מיין ערשטע תגובה אדרעסירט צו די "חשובע עלטערן"
ראדני: אויבן אויף בין איך טאקע מוחה אויף דע טיטלען מכשפה שיקסע, אבער מאידך גיסא דארף מען פארשטיין פארוואס די ווייבלעך וואס האבן חתונה געהאט על טהרת הקודש זענען דאס יא. 
 



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/7/2010 03:59 לינק ישיר 

ראדני_קינג כתב:
ס"ה וואס זי טוט, זי געבט איבער פאקעדאט בעגס פאר די געציילטע כלות וואס פלאנען צו חתונה האבן אין די נייע קאנטראווערסיעלע זאל,

ווי שעדליך איז דאס שוין?

זי שלאגט נישט קיינעם זי שרייט נישט, זי געבט נאר איבער איידעלערהייט די ליין מאטריאל וואס טוט אויפקלערן די חומר הדבר, פארוואס ווערט זי שוין א מכשפה פאר דעם...

זי איז נישט קיין מכשיפה. זי איז א איידעלע מיסיאנערקע. מ'דארף איר איבערגעבן פאר יד לאחים



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/7/2010 04:12 לינק ישיר 

יד לאחים נעמט נאר קעיר דארט ווי עס איז דא א חשש אז די מיסיאנערקע קען דעגרייכן איר ציהל...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > אכטונג חשוב'ע כלות זייט געווארנט נעמט "יא" איבער דאס פעקל פון מיסיס פארגעס
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext