זייער פשוט. תיקונים איז פיינע זאך. אבער ווען די גאנצע זאך איז אז נאר "איך" בין גוט, טויג נישט. ווען מ'לאט זיך הערען אז ביז היינט האט מען ארויסגענומען א היתר פון וועסטעל טאש אדער אז יענע (און 80% פון זיינע) עסען רח"ל חמ.., דאס איז נישט חדש דאס איז פשוט משוגע.
נשלח ב-22/7/2010 00:23
און צי פארגלייכן דער יסודי התורה מיטן ישראל ואוריתא איז ריין טיפשות, אין די צייט וואס ישראל ואוריתא איז א חבורה צי העלפן לערנען פאר ווער סאיז נאר גרייט אויף א אופן אז מזאל עס געדענקן איז יסודי התורה א פאליטישע מאוומענט ווי מ'האט עס קלאר געקענט ליינען אין די ארונישע פאבליקאציעס אז ווער ס'וויל אנהערן אין די סאטמארע חסידות זאל מיהאלטן מיטן עמוד, און רא"ט אליין האט דערקלערט אז ער וועט מיהאלטן מיטן עולם, די גאנצע געלערענאכטס איז א שטיק פאליטיק, און ווי דער באבובע רב האט עס מגדיר געווען- פארשטינקענע פיש אנגעוויקלט אין א בלעטל גמרא.
נשלח ב-22/7/2010 00:27
א_לעמעלע כתב:
אויב אזוי, וואס מאכט דאס ווייניגער חדש ווי סיי וואספארא זאך וואס די ארונים האבן מתקן געווען??? ווייץ?
אזוי? וואס מיינט דאס ווייץ? די אהרוינים האבן מתקן געווען ווייץ? מיט וואס האט מען געמאכט מצות זייט יציאת מצרים? חתונה תקנות?
אומוויסענדער, רבינו בעל ברך משה האט שוין געמאכט חתונה תקנות פאר 25 יאר צוריק
שחיטה ביי טשיקענס?
סארי, איך האב פשוט נישט געוויסט אז פון מתן תורה ביז'ן מהדרת שלאכט הויז האט מען געקוילט טשיקענס..
שחיטה ביי גסות?
אזוי? איך האב נישט געוויסט אז די אהרוינים האבן איינגעפירט צו שחט'ן גסות, איך האב געמיינט אז מען שחט שוין גסות זייט מתן תורה
יסודי התורה?
זיי מסביר וואס די מיינסט מיט דעם, חוץ פראפעגאנדע... דאכט זיך מיר אז די תורה איז נישט געווען פאר'יתומ'ט ביז עטליכע יאר צוריק
ווען הייסט דאס יא חדש, און ווען נישט?
ווען מען קומט אויף מיט א "חידוש" אז אבותינו ורבותינו האבן געגעסן נישט כשר פלייש און חמץ בפסח רח"ל מהאי דעתא.. דאס הייסט חדש
נשלח ב-22/7/2010 06:05
קיינער האט נישט געזאגט אז ס'איז געווען עפעס ראנג מיט די ווייץ זייט יציאת מצרים און אזוי ווייטער...
אזוי ווי עטס זאגטס דא וועגן די מילך, אזוי גענוי איז מיט די פלייש, ווייץ, חתונה תקנות, אד"ג
ס'איז געווען פראבלעמען, האבן זיך ערליכע סאטמארע אידן צאמגענומען און פראבירן מתקן צו זיין, און דער אייבישטער העלפט ב"ה אז מ'האט סייעתא דשמיא, אז עטס ווילטס אויך אויפטוען, געזונטערהייט! ווער לאזט ענק נישט...????
אבער צו גיין שרייען אז וויבאלד ענקער ארכי שונא סאטמארער רבי שליט''א האט דאס איינגעפירט איז עס א פראבלעם איז פלעין קנאה און שנאה!!!
צו גיין שרייען סאטמארער רבי איז חדש ווען ענק אליינס זאגען אז די רבי בעל דברי יואל האט שוין געמאכט תקנות איז היפאסקריטווע....!!!!
צו גיין שרייען אז ווייל סאטמארע רבי שליט"א האט געזאגט אז ער גייט מיטלערנען מיטן עולם איז די גאנצע שיעור פאליטיק איז פלעין קנאה און נאן סענס......!!!!!
וואס איז דיין פראבלעם? אז טויזענטער אידן איבער די וועלט לערנען מיט די שיעור יסודי התורה? אדער אז צענדליגע טויזענטער אידן זענען מדקדק היינט צוטאגס מער אין כשרות? א דאנק די 'גלאט כשר'ע 'פארבעסערטע' שחיטה המהודרת??? זאג וואס באדערט דיר....
אגב, קענסט מיר אפשר זאגן וואס איז געווען ראנג מיט די מילך עד היום הזה.....????? איז אמאל געווען א פראבלעם מיט די מילך וואס די רבי ז"ל דער דברי יואל האט אריינגעלייגט כוחות און כשרות און זיכער געמאכט אידן אין אמעריקע זאלן טרינקן כשר'ע מילך???? נישט אז איך האב א פראבלעם אז עטס פראבירטס מדקדק צו זיין! אדרבה איך בין זייער העפי צו הערן! קנאת סופרים תרבה חכמה!... איך וויל נאר וויסן צו דעם געדאנק וואס עטס פראבירטס ארויפצושמירן אויף סאטמארע רבי אז ער מיינט פאליטיק, קומט פון זיך פילן געטראפן אדער היינא טעמה דגרעיפ זדשוס... והיינא טעמה דמילך....
תוקן על ידי א_לעמעלע ב- 22/07/2010 06:06:37
נשלח ב-22/7/2010 18:20
וויפיל וואלט איינער איינגעלייגט אויב מ'זאל פרעגן ר' זלמן לייב'ן צו די רבי האט געטרינקן מילך, ער זאל וויסן צו יא ניין? איך וואלט געגעבן א 5% שאנס ער זאל וויסן. ר' אהרן וואלט איך געגעבן א 5% שאנס ער זאל "נישט" וויסן.
נשלח ב-22/7/2010 19:04
קמץ בארד די ביסט א חלה דעקעל א מצה טאש א לאנטש בעג פון די סטרא אחרא
נשלח ב-22/7/2010 19:22
בחצר, דערמאנסט מיך ווען איך בין געווען אין ישיבה איז נעבעך געווען א בחור א בארירטער נעבעך, וואס פלעגן זאגן אויף מענטשן אז זיי זענען מאכלים, חפצים, בנינים וכדומה, למשל אויף ר' מאיר אליעזר האט ער געזאגט אז ער איז אייער שפייז, אויף יוסף לייב קאהן א ציג, די ביהמ"ד איז א עירפארט,
איינער דא געדענק דאס?
א רמז: דער בחור איז געווען פון יוראפ.
די זעלבע דא איינער איז א חלה דעקל דער אנדערער א מצה טאש,
נשלח ב-22/7/2010 19:43
אפשר ר' מענדעל פון אמסטערדאם?
נשלח ב-22/7/2010 22:28
תוקן על ידי א_לעמעלע ב- 22/07/2010 22:33:06
נשלח ב-22/7/2010 22:31
ווער איז דער ר' מענדל פון אמסטערדאם? דאס איז אויך א טיטול אזוי ווי חלה דעקל? אויב יא דארף איך נישט קיין ענטפער... עטץ האטס עס מסתמא ג'קעטשט פון די זעלבע וויירוס וואס רופט זיך פארמעגליך....
נשלח ב-23/7/2010 03:45
קמץ בארד, אוי מאכסטו מיך לאכען ווען איך דערמאן מין פון אים, ווען ער פלעגט זאגען כרטיסי חזרה אין אנו שולחין, ולהופעתכם אנו מחכים מיט דעם נוסח פון סליחות...