אויב איר האלט אז ווייל מ'האט געווינען אין 97 גאראנטירט עס שוין א געווינס אין 2010, דאן לעבט יאר און א מיסן טעות, קודם מ'קען נישט מדמה זיין איין קעיס מיטן אנדערן בלויז ווייל די צדדים זענען די זעלבע, צווייטענס לערן דיך אויס אז צייטן האבן זיך שוין געטוישט, דער ווילעדש לאזט זיך נישט אזוי ארומפושן ווי אמאל,
איין זאך קען איך אייך זאגן, דער פרישער ערכאות ענקערע איז ווייטער אויף אייער אייגן ריסק, אויב איר געווינט, גוט פאר דיר, אבער פארגעס נישט אז מ'קען פארלירן אויך, און אויב מ'פארלירט איז דא קאנצעקווענצן, און די קאנצעקווענצן פון ענקער לעצטע ערכאות זעהט זיך באשיינפערליך אן ווען מ'שפאצירט אריבער די רביצין שול,
איר האט נאך אלס א ברירה צו גיין צו דין תורה, נאך יעדע ערכאות ווערט דער אפפער ווייניגער און ווייניגער.
|
|