בית פורומים אידישע געדאנק

היסטאריע אין בעלזא: רא"מ רוקח ביי מאכנובקא חתונה!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-30/7/2010 08:35 לינק ישיר 
היסטאריע אין בעלזא: רא"מ רוקח ביי מאכנובקא חתונה!

נעכטן אווענט איז פארגעקומען אין בני ברק די חתונה פון די אייניקלעך פון מאכנובקער רבין שליט"א. א באמבע האט גענידערט אינמיטן די חתונה ווען ר' אהרן מרדכי רוקח, זון פונעם בעלזער רבין האט זיך באוויזן מיט שטריימעל בעקטישע און געטאנצן מיט מאכנובקא רבי'ן.
 
ווי באקאנט שלאגן זיך שוין די צוויי חסידות'ער ארום פאר צענדליגער יארן, דער בעלזער האט זיך אריינגענומען אין קאפ אז דאס זענען זיינע בני יואל, און ער האט זיך מיט זיי געשלאגן אויפן זעלבן שטייגער ווי זיין שוואגער ר' אהרן אין קרית יואל, נאר מיט איין נפק"מ, בני יואל ווען זיי האבן זיך אפגעטיילט פון ר' אהרן זענען זיי פארט געווען א שיינע פראצענט פון סאטמארע אידן און דעריבער האט ר' אהרן זיך מיט זיי געשלאגן עד חרמה. ווידעראום מאכנובקא האט זיך הערשט געגרינדעט בשנת תש"נ, באלד צוואנציג יאר נאכדעם וואס דער בעלזער איז געווארן רבי, דורך אפאר אנגעווייטאגטע בעלזא חסידים און איז א אויסגעשפילטע חסידות, קיינמאל נישט געהאט קיין ערנסטן ציבור. אבער דער בעלזער האט נישט געוואוסט פון קיין מעשיות, ער האט זיך מיט זיי געשלאגן כאילו זיי וואלטן געווען א מעכטיגע אימפעריע וואס שטייט אין וועג פון זיין בליענדע חסידות.
 
די לעצטע שטיק צייט האט דער בעלזער באשלאסן צו ווערן דער "שר שלום" אין ארץ ישראל, ער איז פארנומען שלום צו מאכן ביי די אינערליכע ריסן אינערהאלב די אגודת ישראל פראקציע אין ארץ ישראל, איבערהויפט ביי די לעצטע חינוך עצמאי פרשה, וואו ער האט אריינגעלייגט לייב און לעבן אז די צדדים זאלן שלום מאכן, און נאך שווערע ארבעט איז אים ממש לעצטענס געלונגען אז די צדדים זענען אויפגעקומען מיט א פשרה. אזוי אויך לויפט ער שוין נאך די עדה החרדית מיט סאטמאר פאר קרוב צו פינעף יאר אז ער וויל מיט זיי שלום מאכן, ער שיקט צענדליגער שלוחים יעדע שטיק צייט מיט נייע הצעות פארוואס סאטמאר זאל מיט אים שלום מאכן, ער האט אפילו געזאגט פאר זיינס א מענטש אז ער איז נישט אינטערסירט שלום צו מאכן מיט זיין שוואגער ר' אהרן, ווייל ער ווייסט אז דעמאלס קען ער פארגעסן פון שלום מאכן מיט די עכטע סאטמאר כלשונו.
 
הכלל מיט מאכנובקא איז ער שוין יארן אויף מעסער שטעך, און די לעצטע צייט האט ער מיט זיי אויך געוואלט שלום מאכן, אבער דער מאכנובקער רבי ווייסט אז אויב מאכט ער שלום מיטן בעלזער קען ער צומארגנס ארויף לייגן שלאס און ריגעל אויף זיין חסידות און זיך גיין זיכן א צווייט בית המדרש, איבערהויפט ווען זיין אונטערהאלטער איז הנגיד ר' אליש ענגלענדער פון לאנדאן וועלכער וויל פאר קיין שום פרייז נישט הערן פון שלום מאכן מיט בעלזא.
 
וואס עס האט באוויגן דעם בעלזער צו טון דעם שריט היינטיגן אווענט ווייסט קיינער נישט. לויט ווי מ'זאגט האבן נישט די בעלזער און נישט די מאכנובקער חסידים געוואוסט פון דעם סורפרייז וואס ווארט זיי אפ ביי די חתונה, נאר ממש די גאר נאנטע מענטשן ארום ביידע רבי'ס. דער בעלזער האט אריינגעשטאכן טיף אין די מאכנובקער, און זיי געוויזן אז עס גייט אים קנאפ ווייניג אן זייער גאנצער עקזיסטענץ, ער האט געשיקט זיין זון ער זאל גיין טאנצן דארט, און די מאכנובקער זענען געפערליך צושרויפט און זיי שומפן אויף זייער רבין. ער האט מיט זיי געשלאגן כפרות און דערלעבט א זיסע נקמה אין זיין בלוט שונא אליש ענגלענדער.
 
ובכן צדיקים יראו וכו'...



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/7/2010 14:50 לינק ישיר 
Rabbi Aharon Mordechai Rokeach at Belz Machnovka Wedding

* width="500" height="405"> <*



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/7/2010 16:13 לינק ישיר 
פאלשקייט פון צייטונגען אן זאגן ליגנט

די קעפל אין בחדרי חרדים איז רודף שלום און דאס איז זייער נישט פונקטלעך
 ווייל ווען איינער הערט אויף צו מאכן מחלוקת און באטייליגט זיך אין א שמחה פון א קאזען הייסט עס שב בתשובה אויך זייער א חשובע זאך אפילו ווען עס איז נישט לשם שמים מקום שבעלי תשובה עומדים וכו'
און עס יעצט די צייט מתפלל צו זיין אז ער זאל אינגאנצן אפלאזן די קריגערייען און אליין אויך קומען צו די חתונה און זיך אויפירן ווי אנשטענדיגע מענטשן פירן זיך אויף אמן 


תוקן על ידי זאנוויל ב- 30/07/2010 16:21:00




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/7/2010 22:11 לינק ישיר 

דער וועלט זאגט א ווערטעל אויפן פיש כאפער,
מען פרעגט דעם פיש כאפער, פארוואס כאפסטו פיש?
ענטפערט ער, איך האב זייער ליב פיש, 
זאגט מען עם, אויב די כאפסט זיי און די פאנגסט זיי איז דאס ווייל די גלייכסט דיך,
ווען די וואלסט געגליכען די פיש וואלסטו זיי געלאזט שווימען און וואסער,
איך מיין אז דער נמשל איז מובן, בפרט אז עס איז ע"ש און איך האב נישט קיין צייט מסביר צי זיין,


תוקן על ידי רשכבהגולם ב- 30/07/2010 22:13:36




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/7/2010 22:59 לינק ישיר 


בחצרות קודש


רודף שלום: הרה"צ רא"מ רוקח מבעלזא הופיע בחתונת מכנובקא וכובד בברכה אחריתא • גלריה ווידאו

הווי מתלמידיו של אהרן: החוגגים שפשפו עיניהם כאשר אל חתונת נכדי האדמו"ר ממכנובקא, נכנס לא אחר מאשר הרה"צ רבי אהרן מרדכי רוקח • ה'נסיך מבעלזא' התקבל בחיבה גלויה, כובד בברכה אחריתא, ורקד יד ביד עם שאר בשרו • דוד קורן תיעד את הרגעים ההיסטוריים • בלעדי

דוד קורן, בחדרי חרדים
תאריך: 30/07/2010 07:25:00

* width="480" height="372"><*






































































דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/7/2010 23:02 לינק ישיר 

איז מאכנובקה רבי מיט די לאנגע בארד?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-30/7/2010 23:14 לינק ישיר 

פארוואס בעלז מאכט זיך וויסענדיג פון מכניבקע  ווייסט איין באשעפער,
איך קוק אויף די ווידיאו פון מצות טאנץ קיין 100 אידען האט ער נישט, איך בין אריין צו זיין טיש אין בני ברק אין עס איז געווען קוים מנין ער האט מיך מקרב געווען א גאנצע צייט ווייל איינער איז אריינגעקומען,

איך קען פארשטיין פארוואס אהרן מרדכי איז געגאנגען צו די חתונה ווייל ער איז א ערשטע קאזען פון מאקאווע אויך

אבער וואס ארט אים אז זיי רופען זיך בעלז אליין? ווען בעלז וואלט נישט געקוקט אויף אים וואלט ער געווען א פורים רב



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-1/3/2012 08:48 לינק ישיר 
היינט ביי די בעלז-מאכנבקא חתונה שמועות אהרון מרדכי וועט נאכאמאל קומען

* xcodebase="http://download.macromedia.com/pub/shockwave/cabs/flash/swflash.cab" height="450" width="600" classid="clsid:D27CDB6E-AE6D-11cf-96B8-444553540000" > <*



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > היסטאריע אין בעלזא: רא"מ רוקח ביי מאכנובקא חתונה!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext