הצלה ק"י בעט די עלטערן פון ויוא"מ בנ"י בלייבן אינדערהיים - מיר נעמן דאס אן.
די אומפארטייאישע הילף ארגענעזאציע חברה הצלה קרית יואל האט היינט אהיימגעשיקט מיט די קינדער פון ת"ת און בית רחל, הצלה קארדס וואס אויב די עלטערן ברענגן דאס מיט היינט צו די פארטי קענען די עלטערן אהיימטראגן פאר די קינדער א קליינע הצלה קיט.
4,000 קינדער אין קרית יואל האבן נישט באקומען דע קארדס, 1,800 פון בני יואל, 2,200 פון ויואל משה, דע קינדער זענען יעצט אויפן גאס צווייטע קלאס קינדער.
אויב האט איינער ווערטער זאל ער ביטע מגיב זיין ווייל איך האב נישט.
נשלח ב-4/8/2010 03:19
בליעה''ר 4000 קינדער אזא מספר עצום זענען נישט קיין צווייטע קלאס קינדער זיי זענען ב''ה גענוג א גרויסע כח, איך זארג מיך נישט פאר זיי, טראכט נאר אריין וואס עס האט אמאל געמיינט פאר א קינד אין קרית יואל צו לערנען אין א מוסד וואס איז נישט געווען אונטער ר' אהרן וואס דאס קינד איז אדורך טאג טעגליך ה''י, אבער היינט צוטאגס 4000 קינדער בליעה''ר סך הכל באקומען זיי נישט קיין הצלה קארדס.
נשלח ב-4/8/2010 04:34
העלד ברענגסט עס גוט ארויס אבער נישט אינגאנצן, מיר ווייסן ב"ה ווי מיר שטייען און ווער די צווייטע קלאס איז, מיר דארפן ב"ה נישט קיין חיזוק, אבער, די קינדער ווייסן נאר פון די הצלה קארדס, און איך האב גערעדט פון זייער וועלטל.
נשלח ב-4/8/2010 05:36
איך בין זיכער אז די הצלה גייט טרעפן שיינע תירוצים אויף דעם, אבער עס איז אזוי ווי דער אינגעל פלעגט ממש יעדן טאג קומען שפעט און אייביג געהאט א מעכטיגן תירוץ, האט אים דער רבי געזאגט, אינגעלע טייערע א פיינע תירוץ האסטו טאקע שטענדיג אבער אזוי וועסטו קיין תלמיד חכם נישט ווערן
אויב טוט אייך וויי די הצלה קיט וואס אייער קינד האט נישט באקומען, קענט איר נעמען די נדבה וואס איר האט געפלאנט צו געבן פאר הצלה און גיין אין טוי סטאר קויפן דערמיט 10 הצלה קיט'ס...
איר קענט ווייטער ניצן הצלה על כל צרה שלא תבאו, באצאלן וועט אינשארענס און די אהרוינים.
נשלח ב-4/8/2010 20:49
איך בין אינגאנצען צימישט דא לאמיך לייגען אין א זייט דעם ציפער 4000 קינדער וואס וואשיינדליך ציילט איר פיס אנשטוט קעפ אבער דאס איז נישט די טעמע, עס האט מיר נאר געקאסט א לאך
נאר וועגן די הצלה איר שרייט שוין דא עטליכע חדשים אז מען זאל נישט שטיצן די הצלה איז וואס איז פליצלינג געשעהן אז איר זענט ברוגז אז מען האט נישט געשיקט קיין קארטלעך פין די קינדער פין בני יואל אין מהרז''ל?
נישט אז רופן נישט צו שטיצן די הצלה קומט פין יודישע מידות אפגערעדט פין אלע ליגענט וואס מען פארקויפט דא אויף די הצלה אבער אז איר רופט יא מען זאל זיי נישט שטיצן פארוואס האט איר טענות וועגן א נערישע הצלה קיט פאר קינדער?
נשלח ב-4/8/2010 20:54
איך פארשטיי באמת נישט פארוואס מען האט נאך קיין נייע הצלה נישט געמאכט דאס איז גרויסע ביזנעס פון מיליאנען אויב וועלן די אנדערע ארגעניזאציעס אויהערן צו שטיצען אונזערע קרייזען וועט בלייבן גענוג אין נאך געלט צו מאכען נייע ארגעניזאציעס
איך פארשטיין אז עס איז שווער צו מאכען א נייע תלמוד תורה סקול כולל בית מדרש ווייל דאס קאסט געלט אבער הצלה איז א גוטע השקעה
נשלח ב-4/8/2010 21:20
נו... געגאנגען! יאלא....
עפענטס א אייגענע....
איינער שיקט מיר אין אישי א גוטן געדאנק:
איך קען קוים ווארטן די זאליס זאלן עפענען א אייגענע הצלה נאכפאלגענדיג זייער אייגענע וויליזדש פאליס..........
קענסט זיך אוודאי פארשטעלן אויב זיי עפענען, וואס פארא סיירינס זיי גייען ניצן.... קענסט זיין זיכער אז ס'גייט אויסשרייען זייער ווייטאג אקעגן דעם רבי'ן... זייערע לייטס און בליצערס וועלן אויסשפייען בלוט פון די לעצטע 30 יאר....
אזש מ'וועט נישט קענען נאנט קומען צו זייער הצלה גאראזדש...!
נשלח ב-4/8/2010 23:16
דיןתורה דע ציפער 4,000 האט דיר געקאסט א לאך ב"ה נאר אויף שמחות.. מיך קאסט עס אויך א לאך... וכאשר יענו אותו כן ירבה וכן יפרוץ.
נפל, אט גענוי האב איך געטון ווי דו שרייבסט.
נשלח ב-5/8/2010 07:46
איך ווייס גראדע אז מען האט זיי געגעבן קארטלעך אויסצוטיילן ביי חברת תהלים אבער אויף איינס פון די קארטלעך איז עפעס געשטאנען בהוראת הדומ"ץ. דאן האבן די חברה תהלים מענטשן אפגעמאכט אז מען טיילט עס נישט אויס, איר קענט פרעגן איינס פון די חברה תהלים אנפירערס וואס איז אויך אין הצלה און ער וועט אייך דאס קאנפירמען