בית פורומים אידישע געדאנק

אזהרה:נישט כאפן בילדער ווען עס איז אויסגעשפילט

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-4/8/2010 05:17 לינק ישיר 
אזהרה:נישט כאפן בילדער ווען עס איז אויסגעשפילט

איך בין נישט אנגעקומען צו שרייבן ביז יעצט, אבער איך זעה אז נאך נישט יעדער ווייסט די נייעס, זונטאג איז פארגעקומען די גרויסארטיגע מסיבה "חנוכת הלאנטשרום" אין קרית יואל ביי די ארוינישע סעקאנד קלעס מענטשן

צום באדויערן נאכ'ן מאכן ריזיגע פלאקאטן מיט העדליינ'ס אין דער בלאט און אין זייערע קרית יואל'ע אפבלעטער, איז אבער אנגעקומען צו די מסיבה דעם ריזיגן ציבור פון קרוב צו צוויי הונדערט מענטשן (שוין ברייט גערעדט)

איינער מאנ"ש נישט קיין תושב קרית יואל וואס איז פונקט דא געווען האט באשלאסן אריינצובליקן און האט מיט א שמייכל ארויסגענומען זיין בלעקבערי צו כאפן א הערליכע בילד פון די מיליאנען ביליאנען מענטשן

אבער דאן האט דאס פאסירט:

מען קען דאך נישט לאזן אז אזעלכע בילדער זאלן פארשפרייט ווערן אויף דער וועלט אומצענזוריט, האבן אפאר בחורים בני תורא תלמידים פון סקונעמאנק בלע"ז ארויפגעשפרינגען אויף אים, אנגעריסן די ביינער, מקיים געווען בתמימות ובפשטות וואס דער רבי פלעגט פארלאנגען אין זיינע דרשות, עטליכע האבן זיך ארויפגעזעצט אויף אים און געבריקעוועט אז עס איז געגאנגען א רויך ליידער, (נוסח קעי זשעי פובליק וויטריאל) און אוועקגעכאפט די בלעקבערי

ווען איך וואלט געהאט געדולד וואלט איך יעצט געדארפט אריבערברענגען עטליכע באשרייבונגען פון יונה'לע איבער די "דעמאלאזאציע... דעפרעסיע... צומישעניש... וואס עס איז דא ביי די זאלי'ס... סארי... ביי די ארוינים

פון היינט און ווייטער אויב איינער פאלט אמאל אריין צו א מסיבת ארוינים ווי עס איז ליידיג זאל ער זיין געווארנט נישט צו כאפן קיין בילדער משום מעשה שהי'





דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-4/8/2010 09:40 לינק ישיר 

.

תוקן על ידי המהדרין ב- 04/08/2010 16:49:04




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > אזהרה:נישט כאפן בילדער ווען עס איז אויסגעשפילט
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext