בית פורומים אידישע געדאנק

חסידי סאטמאר צישוידערט פון נייע טעראר ביים ציון הקדוש

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-6/8/2010 20:17 לינק ישיר 
חסידי סאטמאר צישוידערט פון נייע טעראר ביים ציון הקדוש

א חשוב'ער אינגערמאן ר' יחיאל קליין נ"י וואס האט לעצטענס איבערגעדריקט דעם בעל הילולא'ס ספר הק' ויואל משה וועלעכע איז ווי א דארן ביי די לאקאלע ציונים כידוע, האט זיך אראפגעשטעלט ביים ציון מיט עטליכע באקסעס פון דעם נייעם קונטרס, און פארקויפט פאר סאטמארע חסידים דעם הייליג ספר ביומא דהילולא,

יואל ב"ר העניך פריעד מיט א גאנצע חאטקע צעווילדעוועטע ליידאקעס פון די מאנרויער ישיבה, האבן זיך ארויפגעווארפן אויף דעם יונגערמאן צוגענומען אלע קעסטלעך ויואל משה'ס, פארשיקט פון דארט.

הר"ר ישראל הערשקאוויטש איז ארומגעגאנגען נאך געלט פארן רבין'ס מוסדות יטב לב אין ירושלים עיה"ק, האט מען אויך נישט אפגעשוינט, ער האט געכאפט ביטערע קלעפ פון דע יונגאטשעס

אני הקטן, כ'האב יעצט געענדיגט דאווענען מיין פלאן איז יעצט געווען ארויפצוגיין צום ציון, ס'טוט מיר וויי, אבער איך גיי צינדען מיין ליכטעל און זאגן תהילים אינדערהיים, ווי ס'שיינט אויב גייט דעס אזוי אנהאלטן, וועט דער ציון הק' אויסזעהן פינקט ווי נד' נה' כו אב ווען די טעראר איז געווען מיטן גאנצן קראפט און אומשילדיגע בחור'לעך זענען באגאסן געווארן מיט הייסע חלב, און אידן האבן זיך פארעקלט אדורעכצוגיין דע צוויי פיסיגע חיות, און זענען געבליבן אינדערהיים זאגן תהילים.

נישט פארגעסן, נעכטן האבן זיי געשריגן אז זיי ווילן דין תורה, די גרעסטע חילול השם איז צו גיין מיט זיין צו דין תורה, מ'דארף זיי באהאנדלען אין COURT ווי יעדער גזלן, ביז מ'וועט ארויסראטעווען דעם מקום קדוש פונעם זייער נייעם געשאפענעם CYL CORPORATION און מ'וועט ווייטער קענען פארקויפן דעם ספר הקדוש ויואל משה על ציונו הקדוש. 



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/8/2010 21:30 לינק ישיר 

האט איינער א בילד פון דעם יואל בן העניך פריעד???



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/8/2010 21:33 לינק ישיר 

האט איינער א בילד פון דעם יואל בן העניך פריעד??? עס איז קריטיש וויכטיג!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/8/2010 22:57 לינק ישיר 

This is a picture of freid http://twitpic.com/21iwqy



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-6/8/2010 23:09 לינק ישיר 

קמץ בארד די ביסט זייער וועלקאם אין די מתיבתא פורום, מען וועט דיך דארט אויפנעמען בכבוד גדול, דארט וועסטו קענען שרייבן דיינע שטותים אומגעשטערט, די פאסט זיך זייער גיט אריין דארט



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > חסידי סאטמאר צישוידערט פון נייע טעראר ביים ציון הקדוש
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext