בית פורומים אידישע געדאנק

אהרונים ישיבה קטנה אין מאנסי - ווען קומט וויליאמסבורג?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-16/8/2010 03:19 לינק ישיר 
אהרונים ישיבה קטנה אין מאנסי - ווען קומט וויליאמסבורג?

אין מתיבתא פארום מעלדט איינער מיט פאטאס אז די אהרונים אין מאנסי בראשות פון זייער רב גייען עפענען א ישיבה קטנה צום קומענדיגן זמן תשע"א.
 
עס איז אינטערעסאנט צו באמערקן צו די זעלבע צייט אז אין וויליאמסבורג האבן נאך די אהרונים נישט קיין ישיבה קטנה, און דאס איז שוין נאכדעם וואס זיי האבן א מוסד פאר פינעף יאר, און נאכדעם וואס די טאטע'ס האבן זיך ארויסגעלאזט אין א וויי-געשריי אויף דעם אקט אז די בחורים ווערן שוין עוועליעיטעד פון כתה ט', און עס איז נישט דא קיין ישיבה קטנה אפיציעל פון די מוסדות, נאר יעדער בחור גייט דורך א אפשטימונג אין וועלכע פון די 4 תורות וואס די אהרונים פארמאגן ער וועט פלאצירט ווערן.
 
דאכט זיך אז ר' אהרן איז די אייניציגסטע חסידות אין די וועלט וואס האלט אויף א מוסד נאר ביז צו ישיבה קטנה... דערנאך היפט מען איבער אפאר יאר און אלעס קומט צוריק צו די הייליגע ישיבה שעל קברו אין מאנרא.



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/8/2010 03:30 לינק ישיר 

און מיינע אויגען זעהט מיר נישט אויס ווי זיי קומען און קיין קברו ווייל עס ווערט קלענער פון יאר צו יאר, פון די אמאליגע נאנט צו טויזענט בחורים האלט עס היינט צו אינטער 500 בחורים, שוין נאכן צוזאמשמעלצען די אינגערע אונאיינעם מיט די גבוה, און די זעלבע צייט וואס די ישובה גדולה און קווינס וועקסט מיט א שנעלע אומפעט בלי עין הרע, טראץ די נאכאנאדיגע רדיפות און מוצא שם רע'ס דורך די ארונים.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/8/2010 07:00 לינק ישיר 

היות איך האב בטבע נישט ליב קיין ליגענט:

די ריכטיגע נומער פון תלמידים אין מתיבתא איז שטארק געשטיגן היי יאר. פון די פאריעריגע פיניף הונדערט און פופציג, איז היי יאר דא מיט א גוטע הונדערט בחורים מער.

על כל פנים דאס איז די אפיציעלע מספר פון איינגעשריבענע, וואס זייערע נעמען ווערן אויסגערעכנט אינעם ישיבה ליסטינג.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/8/2010 07:36 לינק ישיר 

איך רעדט נישט פון ליסט. (לאנטש פראגראם בלע"ז)



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-16/8/2010 08:17 לינק ישיר 

פערצופאל איז די לאנטש פראגראם ליסט די מערסטע אקוראט. אלע פונקטליכע ציפערן פון די מוסדות התורה ווייסט מען נאר פון דארט. אגב, וואלט געווען שיין ווען איינער וואס ווייסט די אדרעסע צו זען דעם ליסט, וואלט צוגעלינקט אהין.

איך רעד פון די ליסטע פאר די שדכנים וכדו'.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > אהרונים ישיבה קטנה אין מאנסי - ווען קומט וויליאמסבורג?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext