בית פורומים אידישע געדאנק

ווער איז אהר'לע יקטר? און וואס פונקטליך גייט פאר?

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-19/8/2010 02:16 לינק ישיר 
ווער איז אהר'לע יקטר? און וואס פונקטליך גייט פאר?

הימל און ערד און אהר'לע יאקטער.

די אהרונים ווי די ציונים האבן זיך צוגעכאפט צו זיין מעשה ווי צו א געבראטנס. ביידע אויבנדערמאנטע שמעקט ווען לוחמי מלחמות ה' ווערן באשמוצט. די שאלה איז אבער, צו איינער ווייסט ווער דער יקטר איז? איך מיין צו זאגן, מה טיבו? מיט וואס א שטייגער פירט ער די מערכה די לעצטע דריי חדשים, חוץ זיין דער אויסשליסליכער קארעספאנדענט פאר קול סאטמאר און קול מבשר?

איינער ווייסט פון וואו ער קומט, די נאמען קלונגט נישט אונגאריש, אויב עפעס איז עס לכאורה פון די ישוב הישן אידן, ווייסט איינער וואו ער באלאנגט? תו"י, סיקריקים, ליטווישע, תו"א/אי, סתם ירושלימער?

האט ער עפעס מיט די אהרונים?

איז זיין מעשה פארבונדן אויף עפעס א וועג מיט עמרם טייטלבוים/נחום אטיק?

און ועוד והוא העיקר, איז דא איינער וואס ווייסט פונקטליך וואס עס גייט פאר מיט אים? און צו ער איז גערעכט צו נישט?

איך מיין אויבנאויף קוקט אויס אז ער גייט דא איינס אויף איינס מיט ר' דוד שמידל'ן פערזענליך, און ר' דוד שמידל איז שוין זעכציג יאר בתוך הענינים, און טו די בעסט אף מיי נאולעדזש עלטער פון אים מיט אפאר יאר, און אויב שטעלט זיך ארויס אז ער פירט דעם ציבור ביי די נאז נאך פון די צייטן פון זיין מורה דרך דער הייליגער בריסקער רב, איז דאך דאס א מורא'דיגער סקאנדאל, און פון די אנדערע זייט זעט ליבערשט אויס אז דער יקאטר איז ענדערש א מוילמאכער און א איבערדרייער ווי א פאקטישער ערנסטער עסקן, על כל פנים בהשקפה ראשונה איז עס זייער פארפלאנטערט.

איך בעט ווער עס ווייסט באמת וואס גייט פאר דארט זאל מוחל זיין געבן א שטיקל רעפארט. ביטע נישט אריינמישן אהרוני/זאלי דא נאר אויב עס קומט באמת אריין.
 



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/8/2010 04:26 לינק ישיר 

די מעשה איז אז די ארכילאגן האבן געוואלט פארשלאגן פשרות אז מען זאל נישט אויסגרובן די גאנצע נאר א חלק, וואס אויף דעם האט הגאון האדיר רבי דוד שמידל שליט"א מיט די אלע רבנים עיני העדה געפסק'נט אז מען טאר נישט בכהאי גוונא איינגיין אויף קיין פשרות

דער בן בלי שם יקטר האלט אנדערש ווי די רבנים, ער האלט אז מען דארף יא פארהאנדלען, און אזוי ווי מענטשן וואס זענען מער באהאווענט מיט עקפעריענס און חכמת התורה וקדושה והנהגה האלטן אנדערש האט ער אויסגעפלאצט אין א קאמפיין קעגן די רבנים

דאס איז בקיצור די מעשה



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/8/2010 04:57 לינק ישיר 


קען זיין ביי דיר רעדט נישט דער נאמען פון רבינו הקדוש והטהור מסאטמאר זי"ע בעל ברך משה גארנישט, אבער ביי וועם עס רעדט יא און געדענקט פון תש"מ יארן ווען דער הייליגער רבי האט אויפגעשטעלט קדמונינו, און איז ארויס בחרב ובחנית אנקעגען דעם הגאון האדיר רבי דוד שמידל שליט"א, ווייסט אז ער איז נישט און די ענינים 60 יאר ער איז געווען 10 יאר ביז דער הייליגער רבי האט אים פארטריבן, און איז צוריק געקומען תש"ס, פאר נאך 10 יאר.

און אזויווי דער רבינו הקדוש והטהור מסאטמאר זי"ע בעל דברי יואל האט פארטריבען דעם גאון האדיר ר' אברהם לייטנער זצ"ל תשכ"ו, און ער איז געווארן כשר ווען די פאליטיק האט אזוי געשמעקט, אזוי איז מיט דעם גאון האדיר ר' דוד שמידל שליט"א



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/8/2010 04:59 לינק ישיר 

מען דארף נאר הערן איין אינטערוויו ווי ער רעדט אויף קול מבשר וועט יעדער זאגן צו די מענטש איז בכלל מיט אלעמען



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/8/2010 08:53 לינק ישיר 

עס איז בעיקר א מחלוקה צווישן עמרם ט"ב און יאקטער. גארנישט מיט ארוני זאלי. אויב איינער קען זאל אראפברענגען "אלע" טענות פון ביידע זייטן



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/8/2010 11:07 לינק ישיר 

איך וועל דא ברענגען וואס איך האב געשריבן ביי א אנדער פארום, פון דעם וועט איר קענען אביסל פארשטיין, די אלע מערכות אין ארץ ישראל בכלל, און די מערכות קעגן חיטוטי שכבי בפרט.

אני הקטן האלט שוין מיט, מערכות אין ארץ ישראל, צענדליגער יאהרן, איך וויל נישט חס ושלום מזלזל זיין אינעם כבוד פון הרה"ג ר' דוד שמידל שליט"א - וואס איז באמת א עסקן לשם שמים, אבער זיין וועג וויאזוי ער פירט זיינע מערכות אלע יאהרן, איז עס שטענדיג געוועהן מיטן קאפ אין וואנט.

עס איז דערמאנט געווארן אויבן 'קדמונינו' - ווייסט אימער ווער דא, וויאזוי קדמונינו איז נתייסד געווארן?

איז אזוי: געוועהן איז דאס מיט כמעט דרייסיג יאהר צוריק, האבן די רשעים די ציונים געוואלט אויסרייסן די הייליגע קברים פון די אמוראים 'אביי ורבא' - וואס געפינט זיך אין א פלאץ וואס מען רופט 'אבנית' - אויף דעם פלאץ פון די קברים, האט די ציוניסטישע ארמיי געוואלט בויען געוויסע עקוויפמענטס, דער פלאץ געפינט זיך קעגן איבער  סורישע געביטן.

עס איז אין יענע צייט אנשטאנען וויא פארשטענדליך, אגרויסער אויפברויז ביי כלל ישראל אין די וועלט בכלל, אין אין ארץ ישראל בפרט, עס איז געוועהן א שווערע מערכה, ר' דוד וויא באקאנט האט נישט געוואלט זיצען ביים טיש און אנדלען - אבער עס זענען געוועהן ביי אתרא קדישא - אפאהר סאלדאטן, וויא ר' מרדכי יצחק ליכטנשטיין, ר' גבריאל פאפנהיים (אקאזין פון דעם באקאנטן 'גבריאל פפנהיים'), ר אביגדור רוזנפעלד, ר' יחיאל כהן, ר' שמחה בונם נויפעלד (שפעטער האבן זיי אריין גענומען ר' משה קרויס), די 'סאלדאטן' האבן געזעהן אז מען קען יא דורעכקומען מיט די אינסטאנצן.

מיט די פולהייסונג פונעם בית דין פון העדה החרדית - בראשות דעם רב דער בעל מנחת יצחק זצ"ל, האט מען זיך אראפ געזעצט מיט די אינטאנצן - למורת רוחו פון ר' דוד'ן - מען האט אויס געארבעט א הסכם - און ב"ה די קברים זענען געבליבן גאנץ אומבארירט - נאכמער די אינסטאנצן האבן מסכים געוועהן צו לאזן די קברים אינדרויסן פונעם שטח פונעם ארמיי, אז מען זאהל קענען קומען מתפלל זיין.

וויא פארשטענדליך האט זיך געשאפן א ריס צווישן ר' דוד'ן מיט זיינע אויבנדערמאנטע סאלדאטן, און זיי האבן זיך אפגעאקט פון אתרא קדישא, גלייך האבן זיי אנגעהויבן צו בויען א אוהל אויף די קברים - וואס שטייט נאך עד היום הזה, דאס איז געוועהן דער ערשטער פרוייקט וואס די נייע 'קדמונינו' (ועד להצלת קברי הקדמונים) ארגאניזאציע - האט געבויעט.

היינט איז די עדה החרדית אהן קיין אמתער געטרייער שטארקער פירער - אזוי וויא ר' גרשון שטעמער זצ"ל, איז ליידער דער מצב זייער אומסטאביל - און דאס זענען א חלק פון די תוצאות.


תוקן על ידי גערעכט ב- 19/08/2010 11:10:09




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/8/2010 16:14 לינק ישיר 

גערעכט

ביסט א שמוציגער יונג, מיטן פארקויפן דברי שווא ושקר.

מ'האט דעמאלץ געגראבן אויפ'ן ארט אן קיין רחמנות

און דיין רבי זצ"ל דער תו"א רבי, האט דעמאלץ געהאלטן א דרשה נלהבה, זאגענדיג אז מיט דעם אלעעם וואס מיר זעהן ווי די רשעים גראבבן מ'טאר נישט גלייבן און עס קען נישט זיין אז מ'האט אויסגעגראבן די קברים הק'.

איצט פארקויפסטו א שקר אז די קברים זענען געבליבן גאנץ.

הגאון האדיר ר' דוד שמידל שליט"א האט אלעמאל געטראגן א שטערקערן ווארט ביים מנחת יצחק זי"ע מער ווי אלע אנדערע אקטוויסטן

און ער איז נאך היינט דער גרעסטער סמכות ביי אלע ערליכע אידן גדולי התורה


דיינע בלאפעראציעס וועסט פארקויפן ווייטער פאר שמוליק ראבינאוויטש מיט די אהרונים.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/8/2010 16:16 לינק ישיר 

דער יאקטער ווי וויט איך ווייס האט גארנישט קעגן ר' עמרם טייטלבוים, און זיי לעבן בשלום ובשלווה,יאקטער האט זיך צושלאגן מיט עפעס אן אקטיוויסט אויפן ארט מיטן נאמען טויסיג און דעריבער האט ער אנגעהויבן צופידלען




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/8/2010 16:31 לינק ישיר 

סוג. ביטע מיש נישט אריין ארוני/זאלי פאליטיק! און גערעכט איז נישט קיין שגץ. ער האט נאר געברענגט זיין צד פון די מעשה. יעצט ברענג דיין זייט (אבער ביטע אן די לשונות רשעים. חלה דעקלעך וכו' און אן די ווערטער ארוני זאלי. נאר אויב עס פעלט באמת אויס)



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/8/2010 17:02 לינק ישיר 
רעיגט זיך נישט - מאך נישט קיין געוואלדעס

סוג כתב:
גערעכט

ביסט א שמוציגער יונג, מיטן פארקויפן דברי שווא ושקר.

מ'האט דעמאלץ געגראבן אויפ'ן ארט אן קיין רחמנות

און דיין רבי זצ"ל דער תו"א רבי, האט דעמאלץ געהאלטן א דרשה נלהבה, זאגענדיג אז מיט דעם אלעעם וואס מיר זעהן ווי די רשעים גראבבן מ'טאר נישט גלייבן און עס קען נישט זיין אז מ'האט אויסגעגראבן די קברים הק'.

איצט פארקויפסטו א שקר אז די קברים זענען געבליבן גאנץ.

הגאון האדיר ר' דוד שמידל שליט"א האט אלעמאל געטראגן א שטערקערן ווארט ביים מנחת יצחק זי"ע מער ווי אלע אנדערע אקטוויסטן

און ער איז נאך היינט דער גרעסטער סמכות ביי אלע ערליכע אידן גדולי התורה


דיינע בלאפעראציעס וועסט פארקויפן ווייטער פאר שמוליק ראבינאוויטש מיט די אהרונים.



וואס איך פראביר ארויס צו בריינגען, איז: אז כמעט אלע מערכות וואס הרה"ג ר' דוד שמידל שליט"א האט געפירט, איז הייביג געוועהן א פולע דורכפאל - וועגן דעם טאקע - איז שטענדיג געוועהן גרויסע רייבענישן, צווישן ר' דוד שמידל שליט"א, מיטן בית דין פון די העדה החרדית, אסאך אסאך יאהרן האט ר' דוד נישט געאהט קיין דריסות רגל ביי בית דין, און טאקע אין די יאהרן פונעם בעל מנחת יצחק - איז טוה מיר א טובה, און פארקויף מיר נישט קיין לאקשן.

דער גאנצער 'ועד להצלת קברי הקדמונים' - היינט 'קדמונינו', איז געשאפן געווארן - וועגן די קאנפליקטן וואס פלעגט אלס פאסירן, צווישן די העדה החרדית - מיט ר' דוד שמידל שליט"א.

פארקויף מיר נישט קיין באבקעס, וואס דער תו"א רבי האט דעמלטס געדרשן'ט, ווייל דו - און דיין גלייכן האבן אין זיינער צייט,
אהפגעלאכט - און לצנות געמאכט - פונעם תו"א רבי'ן זצ"ל, און געשריגן אז ער איז נישט קיין קנאי - און ער איז א לינקער.

מה שלא יהיה, האט די מערכה אינזיינערצייט זיך אנגהויבן טאקע דורך אתרא קדישא, אבער וויא אויבן דערמאנט - ווען דער בית דין מיט'ן רב דער מנחת יצחק זצ"ל, האבן געזעהן אז מיט ר' דוד'ן וועט מען צו גארנישט צוקומען, האבן זיי געגרינדעט דעם 'קדמונינו' ארגעניזאציע.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/8/2010 17:29 לינק ישיר 

דער יאקטאר איז א 35 יעריגער שנוק.

קאמענטארן זענען איבריג!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/8/2010 18:39 לינק ישיר 

גערעכט

ביטע פארקויף נישט קיין לאקשן תורה, אז דער מנחת יצחק איז געווען קעגן הגאון ר' דוד שמידל

סטאפ מיט די נארישקייטן

אלעמאל איז געווען אומפארגינער פאר הג"ר דוד שמידל, אין נאך אלץ איז ער געבליבן דער בר סמכא אויף עניני קברים


וואס עס איז געווארן מיט מרדכי יצחק ליכטנשטיין ווייסטו בעסער פון מיר, פון א געהויבענער תו"א יונגערמאן האט ער זיך דערקייקעלט צו ווערן בעיסט פרעינד פון דעם שייגעץ מרדכי אליהו דער מזרחיסטישער טינוף אין צפת.



תוקן על ידי סוג ב- 19/08/2010 18:40:52




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/8/2010 19:22 לינק ישיר 

 

רבותי!
זייט נישט קיין קעלבלעך.
אנהייב פון די יעצטיגע מערכה פון די קברים קומט זיך איינער א צודרייטער וואס רופט זיך עפעס א יאקטר און ער זאגט אז ער איז אתרא קדישא, האט איינער געזעהן עפעס א מודעה אז ער איז אתרא קדישא?, האט איינער געזעהן עפעס א בריוו אז ער איז אתרא קדישא?, האט איינער געזעהן ביי עפעס אן אסיפה ביים בית הדין פון די עדה החרדית דעם יאקטר?, האט איינער געזהען עפעס א בילד פון דעם יאקטר  מיט ר' דוד שמידל?.

ער קומט און רעדט און שרייט און לויפט צו די פאליציי און קאמאנדעוועט, ווער האט אים בכלל געבעטן?, ווער האט אים געשטעלט, ווער רעדט צו אים בכלל (חוץ דער נארישער פון די טלפון ליין...).

ווער עס קען אים ווייסט אז ער איז א טיפש פון ערשטן קלאס, ווער עס רעדט מיט אים 2 ווערטער זעהט זיין גרויס חכמה.

איי וועט איר פרעגן, אפילו די אינטרנט שרייבערס ברענגען זיין חכמה, צו דאס איז די אפיציעלע "בחדר חרדים" סייט צו דאס איז די "ככר השבת" סייט, וועל איך אייך פרעגן בעסער, וויא קומט דאס אז די אפיציעלע גרויסע צייטונגען פון מדינת ישראל האבן אזויפיל געדעקט די נארישע פעולות פון דעם צודרייטן משה הירש וואס האט זיך געקושט מיט יאסער אראפאט און זיי האבן געשלינגען איעדע ווארט וואס ער האט נאר ארויס גערעדט פון מויל, נאר וואס קיינער פון די נארמאלע פרומע ערליכע אידן אין ירושלים גייען נישט רעדן מיט די מידיא (תקשורת) און אז עס קומט איינער און רעדט יא צו זיי כאפן זיי זיך צו צו אים אזויווי א געבראטנ'ס, אזוי הויך די נארישע מידיא פון בח"ח האבן זיך צוגעכאפט צו דעם צודרייטן יאקטר.

און דא קומט דער פוינט!
וויבאלד די אהרוינים האבן א חשבון מיט מיילעך שטערן, און וויבאלד מיילעך שטערן איז דע נציג פון אתרא קדישא אין אמעריקע, ווערט אתרא קדישא פסול, לאמיר זאגן מילא אין אמעריקע אפשר איז דאס פסול נוווווו, אבער נעמען איינע פון די הייליגסטע ארגונים אין ארץ ישראל און דאס פסלענען ווייל עפעס א מיילעך שטרן איז דא אריין געמישט? נעמען א גאון ר' דוד שמידל און רעדן אויף אים כאחד הריקים?, איך בין אויך נישט אלעס איינשטימיג מיט ר' דוד אבער אים אוועק מאכן, און מיט וועמען פארבייט מען אים? מיט עפעס א צודרייטן אנאנימער מענטש וואס איז איין טאג אויפגעשטאנען און מחליט געווען אז ער פארשטייט עפעס און קברים, ער פארשטייט וויאזוי צו האנדלען מיט די ארכעאולאגן, ער טענהעט אז ער האט גערעדט מיט דעם הויפט ארכאלאג און ער האט געזעהן אז מ'קען האנדלען מיט אים, וואס מיינט איר אז ר' דוד שמידל איז היינט געבוירן געווארן? ער איז נישט געזעצן מיט די בלאפערס די ארכאלאגן?, אהרוינים און זאלוינים איך בעט ענק מישט נישט אריין ענקער מחלוקת אין יעדע אידישע זאך, מישט נישט אריין דעם רבונו של עולם אין ענקער מחלוקת, און מ'בעהט ענק ברחמים שטייט מיט מיט די מסירות נפשדיגע אידן אין ארץ ישראל וואס אנשטאט צו זיך פאשקען אין די וואסערן פון די סווימינג פולס אויף די הייליגע מאונטענ'ס און האבן זיך אויך נישט געשפילט קיין BALL גיימס נאר זיי געגאנגען חאפן מכות אין די הייסע יפו גאסן. 





דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/8/2010 19:27 לינק ישיר 

סוג כתב:
גערעכט

ביטע פארקויף נישט קיין לאקשן תורה, אז דער מנחת יצחק איז געווען קעגן הגאון ר' דוד שמידל

סטאפ מיט די נארישקייטן

אלעמאל איז געווען אומפארגינער פאר הג"ר דוד שמידל, אין נאך אלץ איז ער געבליבן דער בר סמכא אויף עניני קברים


וואס עס איז געווארן מיט מרדכי יצחק ליכטנשטיין ווייסטו בעסער פון מיר, פון א געהויבענער תו"א יונגערמאן האט ער זיך דערקייקעלט צו ווערן בעיסט פרעינד פון דעם שייגעץ מרדכי אליהו דער מזרחיסטישער טינוף אין צפת.



תוקן על ידי סוג ב- 19/08/2010 18:40:52




שריי שטארקער וועסטו זיין גערעכט - קענסט באקן מעשה'לאך וויפל דו ווילסט, עס איז ידוע מימים ימימה - דא אין ירושלים, די באציהונגען צווישן דעם בית דין פון די העדה החרדית - מיט הג"ר דוד שמידל שליט"א - נישט גורע זיין ח"ו מכבודו פון ר' דוד'ן.

קענסט פארקויפן באבקעס - פאר די חברה דארט אין ברוקלין, נישט פאר די ירושליימער אידן - וואס האלטן מיט דו מערכות צענדליגער יאהרן.



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-19/8/2010 20:26 לינק ישיר 

12.  יקטר יקטר
בנציון ויסמן  |  19/08/2010 02:29:00
כמי שמכיר אותו מנעוריו כנראה שעכשיו משלמים לו מצד השני.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/8/2010 21:15 לינק ישיר 

בחצרסטאמאר כתב:
און אזויווי דער רבינו הקדוש והטהור מסאטמאר זי"ע בעל דברי יואל האט פארטריבען דעם גאון האדיר ר' אברהם לייטנער זצ"ל תשכ"ו, און ער איז געווארן כשר ווען די פאליטיק האט אזוי געשמעקט, אזוי איז מיט דעם גאון האדיר ר' דוד שמידל שליט"א


אפשר קענסטו מיר זאגען ווען און פון ווי רביה"ק האט פארטריבען הרב ממאנטווידאו ז"ל, (נישט אז איך ווייס פארקערט נאר איך ווייס בככל נישט) אויף די קול קורא'ס פון התאחדת האט ער אינטערגעריבען ביז אימיטן די מ' יארן



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > ווער איז אהר'לע יקטר? און וואס פונקטליך גייט פאר?
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext