בית פורומים אידישע געדאנק

רשעות בלי גבול!!!

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-22/8/2010 11:12 לינק ישיר 
רשעות בלי גבול!!!

לויט ווי מען הערט יעצט, האבן זיך די לוחמי מלחמות ה' קעגן די פורצי גדר אין ק"י זיך נישט באגנוגנט מיט די טעגליכע פכשקעווילן וואס זיי ווארפן, נאר זיי האבן לשם די הייליגע מצוה באצאלט א קאר סערוויס (דאס גלייב איך נישט אז בחורים פון ק"י זאלן דרייוון...) אזש קיין קערהאנקסאן צו קענען פארביטערן דאס לעבן פאר דעם פורץ גדר הרב כהן, און צו ווייזן אז לית אתר פנוי מיני'...

איך פארשטיי נישט וויאזוי דער קעמפ דארטן האט דאס צוגעלאזט, אבער דאס איז געווען דער פאקט. נישט נאט דארט האבן זיי געווארפן, נאר אינעם גאנצן ארומיגן געגנט!

בשעת די בחורים זענען געווען אין די קעטסקילס, האט מען זיכער געקענט זאגן: "דא, איז זייער שטיל"...




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-23/8/2010 10:21 לינק ישיר 

אומזיסט! האסט זיך דערמאנט גאנץ שפעט, ווייל דאס האט שוין פאסירט עש"ק פ' שופטים, ווי עס ווייזט אויס האט א מצויינ'דיגער בחור נאך עטליכע שעה לערנען ברציפות ליל שישי, זיך אריינגעזעצט אין א קאר, און מיט מסי"נ ארויסגעפארן אין די מאונטענס צו מקיים זיין דעם פסק פון "לויב".
אבער לידיעה בעלמא, מ'האט נישט געמיינט דוקא כהן, ווייל די פאשקעווילן האבן פארמאגט בילדער פון אלע אנדערע אויך, ס'איז געווארפן געווארן אויך ביי בחורים קעמפ (דערי-לענד), מחנה דברי יואל (סוואן לעיק), ממילא איז נישט מסתבר אז מ'האט אים געמיינט.
וועם יא? מוטשע דיך נישט צו פארשטיין, ווייל דער ווארפער האט אויך נישט געטראכט אזוי טיף.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > רשעות בלי גבול!!!
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext