אין די טעג קומט די גרויסע אנטפלעקונג אז אונטער דעם ארויסגערופענער עוכר ישראל נח"ש ראזענבערג שר"י, שטייט דער אונטעראסער וואס כלל ישראל האט זעך שוין לאנג אנ-געגעסען פון אים, דער באקאנטער "מלקט עצמות" וואס האט זיך אונטער גענומען פארשידענע מערכות אנטקעגען אתרא קדישא און כלל ישראל, אדרבה גלייבטס נישט און קוקט אליינס
דערנאך איז זיין ווארט געווארן פארהייליגט, יעדעס ווארט פון דעם היימלאזען פארשוין האט געשאפן העדליינס ביי די אהרונים און ביי... די פרומע ציוניסטשע פארטייען וועלכע האבן זיך געפריידט אז ענדליך איז דא א זינלאזער פארשוין וועלכער גייט אין מלחמה מיט דעם לאנג יאריגן לוחם מלחמות השם ר' דוד שמידל שליט"א.
דעריבער איז בכלל קיין חידוש נישט אז ווען מ'וועט אויפדעקן דעם יאקטערס היסטאריע וועט זיין שמאלץ אויף אלע זייטן, ער איז בס"ה א ביליגער מנוול, א מתנחל א שותף מיט נחום ראזענבערג און טאקע נאר אזא איינעם קענען די אהרונים נוצן מלחמה צו האלטן אין ר' דוד'ן.
דער פאקט אז דאס א.ג. שייכות וואס יאקטער האט מיט די עדה החרדית, אויף וואס די אהרונים האבן זיך אזוי געפריידט, איז צושטאנד געקומען מיטן אפוועזנהייט פון כ"ק מרן הגאב"ד שליט"א רעדט פון זיך אליינס!
נשלח ב-30/8/2010 01:17
באקומען אין אישי:
ביטע שרייב אריין ביי די אשכול אין אידישע געדאנק פון די
כלומרשטע "באמבע" איבער אהרעלע יאקטער:
די גרויסע "באמבע" האט שוין איינער געשריבן א וואך צוריק אין
די אנדערע פארום, און די תשובה דערויף איז געווען זייער פשוט,
ווי פאלגנד:
איך ווייס נישט דיין כוונה, קען זיין דו מיינסט עס יא
ערנסט, אבער די קושיא איז זייער נאריש. לאמיך
דיר מסביר זיין:
צו די אימעיל איז אמת האב איך נישט קיין אנונג.
אבער סייוויאזוי, הרב אהרעלע איז א מאחנובקער,
און ער האט אסאך צו פארציילן קעגן דעם בעלזער.
נו, אז איינער שרייבט צו נחום'ען )שר"י( ער זאל
רעדן צו הרב אברעלע וועגן בעלזא, מיינט דאס אז
ער האט עפעס שייכות מיט אים? גאנץ-ווארשיינליך
ווייסט ער ניטאמאל וואס דער שעדליכער נאמען
'נחום ראזנבערג' באדייט, נאר אז סיי ווער וועט אים
אנרופן וועט ער אים פארציילן.
נאכאמאל, איך ווייס נישט דיינע כוונות, אויב ווילסטו
פשוט אפירזוכן עפעס סקאנדאלן דאן ביסטו
ערלויבט... אבער אויב עס איז דיר באמת שווער
געווען, האב איך געענטפערט וואס שכל זאגט.
און בנוגע די ווייטערדיגע קאמענדס וואס מען ברענגט דא
אראפ, האף איך אז דו כאפסט אז דאס איז געמאכט געווארן
דורך דיינע חברים אליינס, וועלכע האבן געקענט באשטיין צו
זאגן אויף וואס זיי זאגן..., נישט ווייל זיי ווייסן עפעס אפילו, און
דא ווערט עס שוין גאר א תורה שלימה...
אלזא: הערט אויף חלומען.
נשלח ב-30/8/2010 08:33
אין בחדרי חרדים (וועלכע איז באקאנט מיט זיין איבעריגע "אהבה" צו די פרומע ירושלימ'ער אידן, ווערט געמאלדן אז "הרב" אהר'לע יקטר איז געווען היינט ביי "הרב אלישיב", מיט א פלאן צו גרינדן א בי"ד לעניני קבורה. ווייזט אויס אז ער האלט נישט ביים ארבעטן אונטער ביד"צ עדה החרדית, ער חלומ'ט צו מאכן אן אייגענעם בי"ד. חלמא טבא חזית! חלמא טבא חזית! חלמא טבא חזית!
נשלח ב-30/8/2010 17:07
איך מיין אז ער וויל גרינדן דא -צום ערשטן מאל זייט די מדינה שטייט- א אומפארטייאישע בי"ד פון די קנאישע זייט. און פון די אגודה זייט. ווייל דא האלט יעדער אנטקעגן די חפירות. און אויב די אגודה שטעלט זיך צוזאם מיט די קנאים אנטקעגן די ציונים(צוזאמעןשטעלן אומאפיציעל. אזויווי ביז יעצט באדערט נישט פאר די ציונים אזוי שטארק) איז עס א מוראדיגע קלאפ פאר די ציונים
נשלח ב-30/8/2010 17:28
סא ער זיכט מחלוקת? אזא איינער איז מלקט עצמות?
פריינדליך כתב:
הרב אהרעלע איז א מאחנובקער,
און ער האט אסאך צו פארציילן קעגן דעם בעלזער.