עס כאפט א ציטער ווי די יארן לויפן ווי א ווינט, עס איז הערשט יעצט געווען די הייליגע טעג פון תש"ע,
אבער ווער עס האט שכל ווייסט ווי אזוי עס אויסצינוצען די הייליגע טעג און ווי עס אויסנוצען.
אן א' סליחות אין סאטמאר און גרויסן ביהמ"ד איז א ריכטיגע הכנה צו די הייליגע טעג, עס שטופן זיך ציזאם טויזענטער אידן בלי עין הרע אונטער איין דאך און שרייען אויס השם השם קל רחום וחנון, עס גייט אריין און די ביינער. און בכלל ווען מען הערט די במוצאי יום מנוחה, פון אונזער רבין שליט"א מיט אזא השתפכות הנפש וואס ברענגט אריין אביסל הרהור תשובה פארן עולם בכלל, און פאר די בחורים און קינדער בפרט.
זאל טאקע דער אייבערשטער העלפן אז מען זאל האבן היי יאר געפוילט אלעס גוטס אין מען זאל אונז אנשרייבן א זיס אין א לעכטיג יאר פאר גאנץ כלל ישראל אמן
נשלח ב-1/9/2010 23:40
את חטאי אני מזכיר היום
איך האב די לעצטע 15 יאר זיך מתרשל געווען אין דעם א' סליחות און אין די הייליגע טעג מיט יוצא זיין צו דאווענען אין איינע פון די קליינע לאקאלע שולען, וואו איך האב מיך מחיה געווען אן די פרעשער. עס האט זיך אזוי געגליטשט די סליחות'ער, די הייליגע טעג, אזוי יאר נאך יאר אז עס האט זיך געפילט כמעט ווי א געווענליכער שבת, אן פרעשער אן געשטיפעניש.
מה עשה הקב"ה עס איז מיר אונטער געוואקסן מיין בחור, און ער האט מיר אנגעהויבן פאריאר צו מוטשען אז איך זאל קומען א' סליחות אין גרויסן ביהמ"ד צום רבין, איך האב נישט געהאט קיין ברירה און אים דאס נאכגעגעבן. וואס זאל איך אייך זאגן , איך האב ממש אנגעהויבן וויינען אינמיטן סליחות , איך בין געוואויר געווארן אז איך האב פארפאסט אזוי פופצען יאר נאכאנאנד האב איך נישט געהאט קיין הייליגע טעג, פשוטו כמשמעו! איך האב טאקע נישט געהאט קיין פרעשער אין געהאט גענוג און נאך פלאץ צו זיצען און אפילו פאר מיינע פיס אין דער הייעך, אבער קיין הייליגע טעג האב איך נישט געהאט.
עס איז נישט קיין דמיון דאס דאווענען אין גרויסן ביהמ"ד צו א קליין בהמ"ד, איך רעד שוין נישט פאר די בחורים וואס זיי דארפן אוועקשטעלן א יסוד פאר זייער לעבן, מוז דאס א בחור האבן ווי לופט צי אטעמען, איך וואלט געזאגט אז א טאטע וואס לאזט זיין בחור דאווענען אין א קליינע שול די הייליגע טעג איז א ממש מאבד עצמו לדעת, איך קען אייך זאגן אז איך האב אפירגענומען מיין בחור אין זיך באדאנקט פאר אים פארן מיך צוריק ברענגן די הייליגע טעג בלי גוזמא.
רבותי! ווילט איר שפירן א טעם אין די הייליגע טעג גייט קיין סאטמאר אין גרויסן ביהמ"ד, נישט ווייל מען דארף דארט מנין, נאר אדרבה עס איז געשטופט, נאר איר וועט מיך דאנקן פארן התעוררות וואס איר גייט דארט באקומען, לפחות גייט צו א' סליחות, איר וועט זען דעם חילוק, לאזט נישט די היינטיגע קאלטע ווינטען זאלן האבן אן השפעה אויף אייך און אייערע בחורים.
דער עיקר איז אונז זאל מיר אלע האבן א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטש יאר.
נשלח ב-1/9/2010 23:43
קודם שלום עליכם הער פארמעגליך, מיר ווארטן כסדר פון דיר צו הערן עפעס
אבער דו האסט נישט מורא אז די ארונים גייען מאכן צימעס פון דיי תגובה אז מיר בעטן זיך ?
ווארט נאר ווארט וואס גייט זיך יעצט טוען אין כל ארוני כלו
נשלח ב-1/9/2010 23:49
עס גייט מיך בכלל נישט אן וואס די ארונים מיט זייער רבין אינאיינעם האבן צו זאגן, זיי קענען זיך בארואיגען די נערווען און די נערווען פון זייער רבין אז מיר בעטן זיך אז מען זאל קומען אין שול. ווי אלע מיינע ליינער ווייסן האב איך קיינמאל נישט אדרעסירט די אהרונים, זייער מילב מוחות פארשטייען סייווי נישט קיין צוויי גראדע ווערטער.
סיי וויאזוי איז ראדני איז פיל די הייליגע טעג אפילו ר' אהרן דאווענט נישט מוסף, און אפשר גאר פארדעם, די אהרונים קענען נישט האבן דעם תענוג רוחני וואס מיר פארמאגן אין גרויסן ביהמ"ד אפילו זיי ווילן, עס איז מקום שהתפללו בו אבותינו ורבותינו זי"ע ולהבחל"ח רבינו שליט"א. איך פארגין די אהרונים זיך צו באלעקן די פינגער מיט זייער רבין'ס זיסע שטימע וואס עס צימישט דעם שטן און די מענטשהייט צוגלייך, וואס דאס וועט זיי אנווארימען אזוי אז זיי זאלן האבן א שמחת יו"ט. ער ברענגט זיי סיי ווי אראפ פון אויבן יעדן מאנטאג און דארנעשטאג זיין טאטן מיטן רבין מיט איך ווייס וועם נאך, און אויב דארף מען א שטערקערן התעוררות אין שוהל לאזט מען די הצלה לייט מחלל יום טוב זיין און מ'ציהט ארויף די ארבעל ביי די דרשה און מ'ווייזט אז מ'האט זיך געלאזט שטעכן פאר צרות ישראל. ממילא דארפן זיי נישט האבן דעם רבין'ס ביהמ"ד, עס איז גענוג אז מען לאכט זיך אונטער א גאנצען דאווענען אז ראדני איז ליידיג און דא איז די גרעסטע און די בעסטע.
אגב דער גאנצער הייליגע טעג ביי דו ארונים דרייט זיך ארום ראדני, די ערשטע זאך ווען צוויי ארונים טרעפן זיך פון א' סליחות ביז שבת בראשית הייבט זיך אן דער שמועס אומ-אפגעשמוסט, ראדני איז ליידיג, הא? און מ'צוגייט זיך מיט א זיגערייכן שמייכעל. און מאכט נישט קיין טעות, מ'רעדט נישט דא פון קיין בחור'לעך און אינגלעך, מען רעד דא פון 60-70 יעריגע חלה דעקלעך, רח"ל.
נשלח ב-2/9/2010 02:26
פארמעגליך. איך האב ביי דיין ערשטע תגובה דא געמיינט אז דו קענסט שרייבן נארמאל. ביי די צווייטע האסטו שוין אנגעהויבן מיט דיינע אלטע מעשיות. קען שוין טאקע נישט זיין קיין נארמאלע ערענסטע אשכול דא. אנדעם וואס איינער זאל עס פארשמירן מיט פאליטיק?? עניוועי צו דיין ערשטע תגובה. מיר (און ב"ה רוב סאטמאר. ארונים צו זאלונים)ווייסן שוין דאס זייט מיר זענען פינף יאר אלט אז א' סליחות איז ביים רבין. צו ביים הייליגן בב"מ צו ביים היינטיגן רבין(איך מיין ביידע) עס איז דא אסאך יודן וואס ר"ה/יו"כ דאווענען זיי ביי עפעס א קליין שולכל(ווייל עס דאווענט זיך סאך רואיגער און מען קען מער אינזין האבן) אבער א' סליחות?? עניוועי איך זע אז ענדליך ביסטו געקומען צום שכל
נשלח ב-3/9/2010 20:19
אידן מען געט זיך א דריי מען האלט שוין דא
לשמוע אל הרינה ואל התפילה
נשלח ב-3/9/2010 20:27
שבת האחרון של שנת תש"ע שבת ערב ימי הסליחות וראש השנה כל ברכאין דלעילא ותתא ביומא שביעא תלין סיומא דשיעורים בפרק אבות ע"י הרה"ג מוהר"ר זלמן לייב פילאף שליט"א חבר ביד"צ דקהלתינו