די סקאנדאלן פון וויטא לאפעז און אלעס ארום
ווי יעדער זעט, האט זיך די פאוסט גענומען צו לאפעז'ן מיטן גאנצן קנאק, אויפן זעלבן שטייגער ווי זיי האבן געטון מיט'ן "שתדלן הידוע וכו'" ארי' לייב גלאנץ, ממש ווען זיי נעמען זיך צו א מענטש איז עס נאך ערגער אין א געוויסן זין ווי ווען די רעגירונג נעמט זיך צו איינעם, זיי מאכן בעסערע אינוועסטיגעישאנס ווי די רעגירונג צומאל, זעט אויך אויס אז זיי רעכענען זיך נישט מיט יוכ"פ... עניוועי, יעצט האלטן זייי אינמיטן צומאלן לאפעז. עמיר זען צו עס וועט זיי געלונגען.
מיין שאלה איז, צי אויב געלונגט זיי עס למשל איז עס א שטארקע קלאפ פאר משה דוד נידערמאן, אדער בדיעבד איז עס לכתחילה גוט...? איך מיין צו פרעגן, אז משה דוד האט זעענדיג אז ער ווערט מאכטפולער און שטערקער, האט מחליט געווען צו טון אזוי ווי מהאמיר מקובל מדור דור: אז מ'קען נישט אריבער, גייט מען ארינטער, די שאלה איז צי מיט די צייט האט ער אנגעקניפט אזא שטארקע פארבינדונג מיט אים, (במאמר המוסגר: און אדאנק דעם קען מען שוין היינט נישט טרעפן א ספאנישן אין די פראדזשעקטס פאר א רפואה...) און עס וועט זיין א קלאפ פאר משה דוד'ס אגענדע, אדער איז עס למעשה אויך נאר געווען אויף א בדיעבד'יגן וועג, און אויך משה דוד וועט בעניפיטירן אז ער פליט.
 |
|
|