| נשלח ב-20/9/2010 00:30 |
|
| |
גוטסקייט און סבלנות: אהרונים "ערלויבן" די זאליס אריינצוגיין אין בית המדרש החדש
ווי וואויל באקאנט זענען די אהרונים באוויסט איבער די גארער וועלט מיט זייער אויסנאמער מידת הסבלנות און גוטסקייט. אנגעהויבן האט זיך דאס ווען צענדליגער אידן האבן זיך אריינגעפיפן אויף הוראת העגל דבש, דער פעי-ראל באצאלטער, אז מ'טאר נישט חתונה מאכן אין דעם נייעם זאל אין קרית יואל. עס איז ענטשטאנען א הימל געשריי, עס קומען פאר פסול'ע חתונות, גאנצע דורות מישראל ווערן ליידער אפגעהארגעט. למעשה זענען דאך די אהרונים באשאנקן מיט די צוויי געוואלדיגע מידות פון סבלנות און גוטסקייט, זענען זיי ארויס פון זייער וועג, און פשוט און פראסט אנגעהויבן טיילן רשות פאר ווער עס וויל דארט חתונה מאכן אזוי ארום עס זאל ח"ו נישט צוקומען לידי מכשול.
היינט, ממחרת יום הקדוש, האבן די אהרונים ווידעראמאל געוויזן גוטסקייט און סבלנות. ווי באקאנט טוט זיך א סומטאכע וועגן דעם בית המדרש החדש אויף ראסס סט. די אהרונים האבן גלייך גענומען פיטערן די קליינע מוחות אז צוביסלעך האבן זיי עספיעט אריינצוגראבן ר' זלמן לייב'ן אין די מלוכה, זיי האבן שוין דאס פולער בעלות אויף דעם בית המדרש, ואין יוצא ואין בא, נישט קיין סוכה, נישט קיין נעילת החג. אלעס מוז האבן זייער רשות צום ערשט.
ווען די אביסעל קלוגערע פון זיי האבן אנגעהויבן פרעגן קשיות, אויב איז טאקע אזוי די מעשה פארוואס גייען נישט די אהרונים אריין אינעם בנין ווייזן בעלות אזוי ווי ביים בית החיים. האט מען זיי שטיל געמאכט מיט א דריי פון די נאז. אבער פאר די ילדים האט מען ווייטער ג'יובל'ט אז מ'איז געהעריג בעל הבית.
דעם ערב יו"ט ווען קהל האט דערליווערט די אייזענעס צו בויען די סוכה הגדולה אויף ווילסאן, האבן די אהרונים זיך גענומען רייבן די אויגן, וואס גייט מען דא זאגן פאר די אקסן און פאר ר' אהרן'ן? מ'האט דאך זיי פארשפראכן אז די זאליס האבן היי יאר נישט קיין סוכה בכלל אין וויליאמסבורג.
אויפן ארט זענען ערשינען די עסקנים ר' אברהם רובין מיט ר' יואל בראווער און אנגעהויבן רופן די פאליציי, דיפארטמענט אוו בילדינגס, פייער דפט., סטעיט סענעטאר סקוואדראן, אטוירני דזשנערעל עריק שניידערמאן א.א.וו. אז דאס געבוי פון די סוכה מוז זאפארט אפגעשטעלט ווערן. אלע טוויטער גרופעס וואס שפייזן די בהמות מיט היי און שטרוי זענען איינגעשפאנט געווארן צו וואשן די מוחות. און עס איז זיי געלונגען, די פאליציי איז אנגעקומען אויפן ארט און פארלאנגט מ'זאל זיי צייגן די פערמיטן צו בויען, נאך וואס מ'האט דאס געוויזן די פאליציי, האבן זיי זיך אפגעטראגן פון ארט און געלאזט ווייטער אפלאדענען דעם טראק מיט סחורה.
נעכטן מוצאי יום הקדוש, זענען די איבערגעגעבענע עסקנים ר' אברהם רובין ובנו, ר' יואל בראווער און ר' הלל ראזענבערג, אריין אין א פיר אין צוואנציג שעה'דיגע מיסיע. אפהיטן "זייער" בית המדרש החדש אז קיין זאלי זאל חלילה נישט אהין אריינגיין. ווען מ'האט נאר געוואלט ארויסנעמען די פארענטשעס פאר סוכות און צוריקלייגן די בענק פון די ימים נוראים, האבן זיי גלייך אלאמירט די פאליציי וועלכע האט פארארדענט אז קיינער טארק נישט אריינגיין אין דעם בנין.
אזוי איז אלעס אנגעגאנגען ביז היינט מיטאג. היינט מיטאג האט שוין די פאליציי באקומען א קלארשטעלונג אין דעם נושא, און די פאליציי האט געזאגט אז דער בנין געהערט צו די זאלונים, אבער וויבאלד ס'איז דא א וועיקעט ארדער צוליב דעם פייער וואס איז פארגעקומען, קענען זיי טאקע נישט אריינגיין אקופירן דאס פלאץ, אבער פאר זייער פערזענליכער באנוץ האבן זיי די פולע רעכטן צו זיין יוצא ונכנס.
איז דא צושטאנד געקומען א שרעליכער פראבלעם, וואס גייען די געטרייע עסקנים רובין און בראווער זאגן פאר די אקסן, וויזוי שרייט מען אז מען איז בעל הבית ווען למעשה דרייען זיך די זאליס אינם בנין כאדם בתוך שלו? איז מען אויפגעקומען מיט א קאפ-שטיק, מ'גייט זאגן די בהמות אז יצחק ראזענבערג האט ברוב טובו וסבלנותו געשאנקן רשות פאר די זאליס אריינצוגיין נעמען די זאכן פונעם בנין.
און דאס קויפן די בהמות, און אזוי פיטערט מען זיי. בלייבט אונז נאר איבער צו מאכן א ברכה בשם ומלכות--- ברוך הוא אלוקינו שהבדלנו פון אזוינע בהמות...
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-20/9/2010 00:59 |
|
| |
מיט דיין לאנגע ארטיקל, האסט מיר סתם אנגעברענגט מיין צייט מיט יעדנס צייט, יעדער וואס ליינט דיין קעפל און די ארטיקל ביז כמעט ביים סוף, באקומט די אימפרעשן אז די קומסט ברעכן די נייעס אז ר' זלמן לייב'ס סוכה גייט יא זיין אין ביהמ"ד.
דערווייל קומסטו מיט א ספין,
וואס ברענגסטו אן מיין צייט, דו ווייסט נישט ס'ערב יו"ט? איך דארף איינקויפן ארבע מינים, בויען סוכה...
|
|
|
|
| נשלח ב-20/9/2010 01:58 |
|
| |
שכח טאטעלע פארן ארויפברענגן ביי מיר א שמייכל יעצט אין די אנגעצויגענע טעג, גוט געזאגט וואויל געזאגט ווי איך זעה יעצט, נעמט די ארונישע גיטסקייט נישט קיין ברעג, שפאצירענדיג יעצט דורעך ווילסאן סטריט האב איך געזעהן ווי די זאלונישע גנבים האבן קאנעקטעד אייזענע ביעמס צו די ארונישע ביהמ"ד החדש בילדינג, און די ארונים מיט זייער גוטסקייט לאזן עס אדורעך שטיל
|
|
|
|
| נשלח ב-20/9/2010 19:04 |
|
| |
די עסקנים ר' ישעי' יצחק רובין, ר' נפתלי משה אינדיג, ר' הלל ראזענבערג ביים אבאכט געבן אויפן בית המדרש החדש.

_________________
|
|
|
|
|
| נשלח ב-20/9/2010 19:07 |
|
| |
העסקן הנמרץ, ברא כרעא דאביה, ר' ישעי' יצחק ב"ר אברהם רובין הי"ו ביים כאפן בילדער פון די סוכה געבוי אויף בעדפארד ווילסאן.

_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-20/9/2010 19:16 |
|
| |
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-20/9/2010 19:31 |
|
| |

|
|
|
|
| נשלח ב-20/9/2010 20:12 |
|
| |
די זיגרייכע פיינע ארונים האבן יעצט געשיקט פייערלעשער צו די נייע סכה, דיטעילס טא פאלאו
|
|
|
|
| נשלח ב-20/9/2010 21:29 |
|
| |
whatzolah Hatzolah responding 99 willson pation asoltit
|
|
|
|
| נשלח ב-20/9/2010 22:03 |
|
| |

_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-20/9/2010 22:04 |
|
| |
AnashNies Just for the record: The aronim gave in today 7 mesiras to the building dep't about the new Sukka.
|
|
|
|
| נשלח ב-20/9/2010 22:24 |
|
| |
Just for the record: the zaly's gav in 350 mesira's in the 2 weeks we build the hooper shul(what they can't claim that it belongs to them)
|
|
|
|
| נשלח ב-20/9/2010 22:52 |
|
| |
| SatmarNews כתב: |  | העסקן הנמרץ, ברא כרעא דאביה, ר' ישעי' יצחק ב"ר אברהם רובין הי"ו ביים כאפן בילדער פון די סוכה געבוי אויף בעדפארד ווילסאן.
_________________
|
|
פין אלטע ארכיון דא אויף הייד פארק מענין לענין לאותו ענין
א עקס קעי זשעי תלמיד, אברהמי רובין'ס זון, ער האט צובראכן דעם רבין'ס שטענדער שמחת תורה

|
|
|
|
| נשלח ב-22/9/2010 04:07 |
|
| |
נישט פארהאן אויפן גאנצן כדור א חסידות וואס איז געבויט אויף אזוי פיהל נעגעטיוועטי ווי דער אהרוני פארטיי, ווער ס'כאפט א בליק אויף די בלאט העדליינס וועט גלייך זעהן ווי זייער גאנצע קאפ ליגט נאר: ווי מ'האט גוט ציגעפיקסט דעם שונא נומער איינס, דער האט פארלוירען יענער האט א נידערלאגע, איי די נער ביסט דאך פונקט אזוי אינדרויסן, אין די היימישע דיסטריקט האסטו מיאוס פארלוירען אין די וואלן אבער דאס איז נאכנישט גענוג פאר די שלעכטע מענטשן צו יובל'ען און שאלן: יענער האט א נידערלאגע אנשטאט מזאל זיין פארנומען מיט די אייגענע סוקסעסן ביי די אייגענע פארטיי איז מען נאר פארנומען מיט איין זאך, וויאזוי קען מען ציפיקסען יענעם, נישט אומזיסט האבן די געציילטע עטוואס באזעצענע פון זיי שוין אויסגעדריקט זייער ווייטאג אינעם צוצעל פורום אויפן בלאט, וואס לויט ווי ס'פארט יעצט וועט שוין ביז עטליכע יאר מוזן שטיין אויפן דעקל אז די מוסדות זייערע האבן עטליכע מיליאן קינדער.
|
|
|
|
| נשלח ב-22/9/2010 06:04 |
|
| |
אייזענבאך דו מיינסט אז דער עולם איז בלינד?? וויפיל מאל זעסטו דא העדליינס ווי שוישפילע מאכיל נבלות וכו' און וויפיל מאל זעסטו עס אין אנדערן פארום??? ווי אפט שטייט פאליטיק אין בלאט און וויפיל אין יוד??? קוק פון שנת תש"ע! ווער איז אייביג פארנומען אז די אנדערע בית השחיטה האט מען "געטראפן א סקאנדאל" איז עס צומת הגידין אדער מוסקאווי(איך גיי נישט דיסקאסן די פרשיות נאכאמאל. אבער אז אזויפיל סקאנדאלן זאלן דורכגיין און די פראדוקציע פארמערט זיך נאר. רעד פאר זיך אליינס)אריזאנע ווייץ איז אסור ווייל? די סיבה. אויב פרעגט מען עס אפ האט מען נאך שקרים. ביז 33! וואס "אלע" איז מען נאכגעגאנגען אלס שקר וכזב. יעצט זאג מיר ווער עס איז פארנומען מיט די אנדערע צד! ווער האט ארויסגעגעבן א גאנצן קונטרס תשס"ג פול מיט שוים און נארישקייטן ווי צ.ב.ש. די פשט פון די "הויעכע סטעידזשעס"... ווען מהר"א האט געהאט די "חוצפה" חתונה צו מאכן א קינד...יא! דער היראו ביי ענק! דער "רוחניות" שרייבער אין איד! דער "הרה"ג" יו"ר פון אתרא קדישא אין אמעריקא! דער "ווארטזאגער פונעם רבין זי"ע אינעם היינטגן דור! און יעצט זאג מיר ווער עס איז פארנומען צו קוקן אויפן אנדערן צד נאכדעם וועט דיר פארענטפערט ווערן פארוואס די אנדערע זייט גייט מען צום רבין אפילו ווען עס האט נישט מיט פאליטיק. וההיפך להיפך
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-4/12/2011 23:34 |
|
| |
ב"ה די סבלנות הערט זיך נישט אויף, זיי האבן מסכים געווען אז די זאליס זאלן האבן די ארמארי...
|
|
|
|
|