די הנהלת הקהלה, קהל יטב לב ד'סאַטמאַר אין ברוקלין, האָט אַרויסגעשיקט אויף די פּאָסט לכבוד יום טוב, פאר אַלע טויזנטער מעמבערס אין ניו יאָרק, אַ רייכע קאָלירפולע אויסגאַבע "קהל", 48 זייטן מיט גאר באַלערנדע און אינפאָרמאַטיווע ארקטילען און בילדער, איבער די מעכטיגע קהל'ישע אַפּאַראַטן אין וויליאַמסבורג.
טויזנטער סאַטמאַרער חסידים ערוואַרטן דעם "קהל" אויסגאַבע מיט גרויס אינטערעסע אין די פּאָסט אין די איצטיגע טעג!