שבר על שבר: די ארונים האבן פארלוירן די פערמיט אויפן נייעם בית המדרש, איצטער האבן זיי פארלוירן די סאוט אכט שיל, בדרך אגב קען איינער פארשטיין געבען וואס איז געווען די חשבון פון די ארונים? נאך אזאך וואלט איך געוואלט פארשטיין, פארוואס די סאוט אכט שיל איז געגאנגען וואן טאו טרי, און דער בית החיים נעמט אזויפיל יאר? אפשר איז דאס וויבאלד קהל האט עס איגנארירט? אדער האט מען דאסמאל געניצט אנדערע מיטלען? ווער עס ווייס זאל אויסקלארן די פרשה
נשלח ב-28/9/2010 01:27
ווי מ'רישט זיך יעצט, וועלן די כת המוסרים צום וויפעלטן מאל אריינגעבן קלאגעס אין געריכט קעגן די הנהלת הקהלה, די קהילה איז גרייט מיט דאס שארפסטען קעגן די פראפסיאנאלע גנבים, מען זעהט שוין יעצט קלאר מיט וועם מגייט דא צום טיש
אין הופער האט מען שוין אראפגעריסן - אויף ביז'ן בלאט פון נאך יו''ט - די פרוכת! און פון די 'גניבה-שמחת-יום-טוב' וואס די בלאט האט פארשפראכען פייעליך ערב יו''ט איז שוין נישט דא קיין זכר.....
ליסען די ארונים האבן איין עצה אויב זיי דארפן בנינים און דאס איז: לאמיר אלע שרייען צוזאמען מיט אלע כוחות... דין תורה!!!
תוקן על ידי זעליג_כהן ב- 28/09/2010 02:49:29
נשלח ב-28/9/2010 20:20
ויהי ממחרת, אברהמי רובין איז שוין געווען פרעזידענט פון קהל ויואל משה, משה יוסל ווערטהיימער האט שוין פארקויפט סאוט אכט פאר די אהרונים און אלע שעפסן האבן שוין געטאנצן חסדי ה' אז ר' אהרן גייט טאנצן הקפות שמיני עצרת אין סאוט אכט.
ווי עס שטעלט זיך אבער ארויס איז דער גאנצער דיעד טרענספער געווען א חלום שווא פון די אהרונישע קארפן קעפ, עס איז היינט א סיסטעם ביי די קאנטי קלערק אז יעדער מאן דהו קען אריינוואקן און פאר אפאר דאללער איבערשרייבן סיי וועלכע בנין אויף זיין נאמען. דא איז געווען די מעשה אז דער זעלבער משה יוסל ווערטהיימער וועלכער איז געגאנגען מיט אפאר יאר צוריק אין קאורט קעגן די סאוט אכט שול, ער האט יעצט אונטערגעשריבן בשם די שול אז ער טרענספערט דעם דיד, מ'דארף דאך זיין הימל-שרייענדיג צוריקגעבליבן צו טון אזא אקט. אבער ווי געזאגט האנדלט מען דאך נישט דא מיט קיין נארמאלע מענטשן, מ'רעדט דאך דא פון ווערטהיימער וואס האט שמיני עצרת געשפריצט מיט א פייער עקסטיגנידזשער אין ראדני...
הכלל, נעכטן האט די הנהלת הבית המדרש אריינגעגעבן די נויטיגע פאפירן איבער דעם גניבה פון ווערטהיימער, און דער קלערק האט גלייך צוריק געשטעלט דעם דיעד אזוי ווי פאר 5 וואכן צוריק.
נאר איין מזל האבן די אהרונים - אז דערווייל איז נאכנישט ארויסגעקומען קיין בלאט פייערן זיג אויף סאוט אכט, ווייל ווען יא וואלט מען געדארפט א פולער שטאב מיט טעראפיסטן צו היילן יעדען אהרוני באזונדער נאך וואס עס וואלט זיך ארויסגעשטעלט אז דער חיי שעה איז א פארגאנגענהייט און סאוט אכט איז געבליבן ביי די זאליס.
נ.ב. ווייסט איינער צו משה יוסל ווערטהיימער האט גערופן צו דין תורה פאר ער האט איבערגעשריבן דעם דיעד וואס וועט נאכפאלגן מיט א קאורט קעיס מצדו?
אין כל הנערים כולו זענען ארויסגעקומען די "גרויסע קעפ" בראש פון רבי_יונה צו בארואיגן זייערע קינדערלעך אז די פעולה פון די ריכטיגע ראשי הקהילה צוריקצושטעלן דעם בנין צו איר ריכטיגן נאמען איז גארנישט ווערד.
נו, מיר לאדענען רבי_יונה מיט זיינע קעלבער צו קומען פארכאפן דעם ביהמ"ד אין סאוט אכט, לאמיר זען וואס ענק קענען.
נשלח ב-28/9/2010 23:11
עס איז ממש צום שטוינען ווי די אהרונים טאנצען מיט זייער נערישע קינדערישע נצחון.
אז וואס, די אהרונים זענען געגאנגען צום קאנטי קלערק, זעהענדיג ווי די זאליס האבן ליגאל צוריקגעטרענספערט די סאוט 8 שול צו זייער נאמען, און קענען גארנישט טאן, איז כדי צו באהרויגען די קעלבער, גייען זיי נעמען א פאפיר וואס רופט זיך דער בלאט, און שרייבן דעראויף א מחאה אז די זאליס מוזן קומען צו דין תורה.
גלייך גייען די קעלבער אנהייבן טאנצען אין די גאסן חסדי ה'....! מען האט צוריק די דיד...!
די סך הכל איז אז די אהרונים האבן גארנישט געקענט טאן ליגאל, גייען זיי טון פאר די קליינע קינדער זיי צו מאכן פרייליך.
און לאמיר מאכן א סך הכל, פון די זאלי הצלחות במשך די לעצטע צען יאר, כאטשיג ביי יעדע באזינדער האבן די אהרונים געשוואוירען פאר זייער קעלבלעך אז עס גייט מארגן.. באלד... צוריק.