חסדי ה': ניסי ניסים בחצר הק' סקולען און הרה"ק מסקולען
אידען אומעטום אין חסידי סקולען בפרט געבן אפ א שבח והודאה צוום באשעפער פאר די גרויסע השגחה פרטיות וואס האט זיך אפגעשפילט נעכטען ווען צענדליגע אידן בראשם הרה"ק מסקולען שליט"א זענען ניצל געווארן פון א זיכערן אומגליק.
די מעשה האט פאסירט נעכטען נאכט ווען די רבי שליט"א האט נישט געפראוועט די שמחת בית השואבה אונעם סוכה ביז און די שפעטע נאכט שעה'ן כמנהגו, צוליב די רעגן.
עס איז געוועזן א ערך פון אפגעריקטע 20 מינוט וואס די עולם און די סקולענע רבי האבן פארלאזט די סוכה (אינעם ראלי האטעל) און טרראאאךךך די סוכה האט זיך איבערגעבראכן און אלעס האט געטראסקעט מיט א מעכטיגע קראפט, געבליבן איז א בארג איינגעפאלע אייזענעס אין ברעטער פונעם סוכה און טישן, פלאך מאכענדיג אלעס וואס איז געווען אונטער איר.
אינעם סקולענע קאנטרי האט מען זיך ארויסגעלאזט און א פייערדיגע ריקוד טאנצן חסדי השם אינמיטן די נאכט ווען די נייעס איז אנגעיקומען, די סקולענע רבי שליט"א האט געזאגט פאר איינע פון די מקורבים, בזה"ל: "דאס איז נאר איינע פון די פילע ניסים פונעם אייבערשטען וואס מיר זעען, ווייסט איר דען וויפיל מער עס איז דא אין מיר זעען נישט?!
 |
|
|