ווער לאכט פון ערענסטע/ הייליגע זמנים
אונעם ארוינישען פורים ברענגט איינער ארויס זיין דעפרעסטקייט דורך שרייבן אזוי:
עס לאזט זיך שווער גלייבן וואס פאר סמכות ''עליונה'' דארט איז דא, ממש א ערב הושענא רבא גייט מען אריין אין ערכעות אן קיין שום בושה, אין מ'איז מרים יד בתורת משה.
אן אפי' שטעלן א פנים כאילו מ'וואלט געוואלט יענעם רופן צו דין תורה.
אלעס מ'זאל קענען שיקען א מעסעזש 2 מיניט פארן זמן מיט די פאבריקאציע אז זיי האבען א TRO - וואס קיינער האט דערווייל נישט געברענגט א לינק דערצו צו קענען באשטעטיגען.
(באלד וועלן אלע זאלי'ס אויפשפרינגען אז אויף א דיעד גייט מען נישט צו דין תורה... ווארט אביסל - די שאלה איז אויף וואס גייט מען יא צו די''ת!)
עס איז נישט דאס ערשטע מאל ווען די זמן שפילט נישט קיין ראלע, די אפעלאט אויפן בית החיים קעיס ווי ער איז אריין בערכעות אויך אן קיין שום הזמנה לדי''ת והיתר בי''ד איז געווען דורך זיין לויער אינעם סאמע 'יום הקדוש'
דאס איז די סמכות עליונה פין די זאלי'ס
ע"כ נאכגעשריבן ווארט ביי ווארט וואס "היראים" שרייבט.
קודם כל איז איבריג אים צו פארענטפערן וויבאלד יעדע וואס האט נאר א קאלענדער קען עס נאכקוקען אין זיך איבערצייגן אז יום הקדוש איז געווען שב"ק! זייט ווען קען מען אריינגעבן פאפירן אום שב"ק?!
און אויב שטערט אים יא אזוי שטארק די הארבע עבירה פון טון אזעלעכע חטאים פון זיין פארנומען מיט פאליטיק און אזעלכע האקעלע זמנים, דאן =
ווער האט אנגעפירט 2 יאר נאכאנאנד איבערקערנישען און ביהמ"ד הג'?
ווער ברעטשעט הושענה רבה אויף קענט סטריט בלויז פאר פאליטישע מאטיווען?
ווער האט געריפען זיין הייליגע טאטען און געריכט אונעם סאמע חודש אלול?
ווער נאך ווי עטץ אליין האט דערנידערט דעם כבוד פונעם ברך משה ביי פארשידענע מאורעות מיט פארשידענע אויסריידן?
ווער האט געפינטעלט מיטן לעזער פוינטער אויפן ברך משה ל"ג בעומר?
ווער האט געוואלט אריינברענגען מחלוקת ימים נוראים דורך פארקויפן זיצען און ביהמ"ד הג' טראץ עס איז שוין פארקויפט?
ווער האט איבערגעדרייט רח"ל דעם ארון הקודש און ביהמ"ד הג' שמיני עצרת?
ווער נאך ווי די אהרונים זענען אזוי פארנימען אפילו חודש אלול מיט די פארשטינקענע פאליטיק אונטער פארשידענע נעמען הן אויפן אינטערנעט און הן אויף טוויטער?
ווער נאך ווי די אהרונים איז אזוי פארנימען אראפצורייסן ערליכע עסקנים וואס זענען געשעצט ביי אלע רבנים?
הרף!! געניג מיט די נידערטרעכטיגע מעשים.
נ.ב. דארפסט נישט ענטפערן, עס וועט זיין געניג אז וועסט שרייבן אדער אפילו מיט א אנדערע ניק אז די דעפרעסטע זאליס שעלטן וויל מען האט נישט געהאט קיין פיקטשער טיש.
תוקן על ידי קעציל ב- 04/10/2010 06:50:11
אזהרה: פרואוון פון גילו שמות פארבאטן.
תוקן על ידי המהדרין ב- 05/10/2010 00:44:20
 |
|
|