היינט איז פארגעקומען די ערשטע קאורט זיצונג בנוגע דעם דיעד וואס די אהרונים האבן גע'גנב'ט פון קהל יטב לב אויף סאוט 8 ביהמ"ד.
צום ערשט איז מען אנגעקומען צו ריכטער רחלסמאן וואס האט זיך אנטזאגט פון נעמען דעם קעיס, נאך וואס ער איז נאנט פארבינדען צו די אהרונים'ס לויער גאלדבערג. די צדדים זענען איינגעגאנגען אויף א הסכם צו גיין צו ריכטער שמידט, און די אהרונים האבן געטענהט אז דאס איז די זעלבע קעיס ווי גאנץ סאטמאר, און קהל האט געטענהט אז דאס איז א פרישע קעיס אויף דעם גניבה פונעם דיעד. די אהרונים האבן שווער געארבעט אז דער ריכטער זאל אראפנעמען דעם TRO אויף דערווייל, אבער דער ריכטער האט זיי אפגעווארפן.
If justice Schmid will visit Savlen, for sure that Savlen will show him the Beis HaShchita...
נשלח ב-8/10/2010 20:38
דער תובע
נשלח ב-9/10/2010 21:10
נאר צו דערמאנעם דעם ציבור
אז ביי דעם קעיס פאר 6 יאר צוריק, ווי משה יוסל ווערטהיימער האט דערלייגט גענצליך, האט דער ריכטער שמידט געבעטן אז מ'זאל גיין צו דין תורה, און די פארשטייער פונעם צד השני האבן גלייך מסכים געווען, און דער ריכטער איז געבליבן און זיין אפיס ביז 8:00 ביינאכט און האט אויסגעווארט אז משה יוסל זאל קומען אונטערשרייבן שטרי בירורין, אבער ואיננו משה יוסל האט געלאזט ווארטן דעם שופט און איז נישט אנגעקומען.
זאל נאר יעדער וויסן ווער עס ווייל גיין צו דין תורה און ווער נישט.
נשלח ב-10/10/2010 04:52
דארף דאך שמידט זיין אויפגערעגט אויף די ארונים??
נשלח ב-10/10/2010 05:06
די גאנצע זאך איז עפעס פארנעפעלט. אז ווערטהיימער האט פאריגעס מאל פארלוירן דאן פארוואס זאל ער יעצט וועלן וויטער גיין מיטן אלטן קעיס? נאך א זאך - האלט עטץ דען נישט אז סוף כל סוף וועט דער ריכטער זאגן אז דאס איז א המשך פונעם קארט וואס די ארונים האבן אריינגעברענגט - און פארלוירען? ער וועט דאס לכאורה ארויסשליידערן פונקט ווי אלע פריערדיגע קעיסעס ווייל אלעס וועט צוריקקומען מיטן תירוץ פון רעליזשעס אישו אפילו מען וועט טענה'ן עס איז א "דיעד" אישו אבער מיר האבן שוין געזען ביים בית החיים אז אפילו א א.ג.רעלידזשעס אישו פסקנ'ן זיי אויך נישט נאר העכסטענס שיקן צו דין תורה (אזאך וואס דאכציך מיר אז זיי קענען נישט צווינגען)
נשלח ב-10/10/2010 19:57
אלא מאי? אינגאנצן משוגע איז ער דאך נישט!
נשלח ב-10/10/2010 20:01
פארוואס זאל ער פסקען דערויף ווי ביי די סאטמארע קעיס? עס איז דאך נישט אויפן נאמען קיט"ל?עס איז נישט אזוי פשוט סיי די ארונישע זייט פון קאורט און סיי די זאלונישע זייט עס איז מסתמא נישט די טענות וואס מען שמועסט דא אויף הייד פארק. ימים ידברו...
נשלח ב-13/10/2010 23:43
אפדעיט פון היינטיגן טאג אין קאורט: דער ריכטער שמידט האט געזאגט אז ער האט נאכנישט באשלאסן צו ער נעמט דעם קעיס, ער וויל נאך קודם אריינקוקן טיפער אינעם קעיס צו איז דאס די אלטע קעיס צו דאס איז א נייע.
דער TRO בלייבט נאך ב"ה אלץ אין עפעקט, למרות רוחם פון די גנבים.