אוי, דערמאנסטו מיך צוריק אלטע זכרונות... יישר כח! איך געדענק נאך 95% פראצענט פון די זאכן....
די קאפ-קעיק לעדי נעבעך, די "טשעבינע ישיבה" אויסגערופעכצער, מיכל'ס טוי סטאר נעבן ר' שלו' לויפער'ס ז"ל הויז, אֶפֶס קאר סערוויס, די ריזיגע שטאקעדיגע בנין פון ראטה קלאדינג (געדענקט איר נאך "טיבי", א שכן צו ראטה קלאדינג?), און שָכי רייך'ס גראסערי, וואס האט (עקסלוסיוולי?) פארקויפט יעדע ווינטער מוצש"ק הייסע בייגלס (נאך נישט געווען אזוי אין סטייל ווי היינט...);
רעדנדיג פון די פערי שיף, דערמאנסטו מיך ווי מען האט איבערגעבויעט דעם בעדפארד עוו. העכערן הייוועי, און מען האט אריבערגעוואקט אויף א שרעקעוודיגן פראוועזארישן בריק דערנעבן, און לאנגע נאז-לאזע באסעס וואס יוסי פאלאק האט אזוי מלכות'דיג ארומגעדרייווט איבער די וויליאמסבורגע גאסן;
"נייעס באריכט" א גאנגבארע ארטיקל? איך געדענק נאך ווי היינט ווען עס האט זיך געגרינדעט!
די "טשאָ-טשאָ" קענדיס, איך בענק זיך נאך דעם. קען מען עס נאך היינט באקומען ערגעץ? ווער געדענקט נאך דעם פאפולערן "האָרטעלאַ" מינט קענדי וועלכע האט מכלומר'שט אויפגעשטאפט נעזער... און א סלייס פיצא האט געקאסט 80-90 צענט, און אזוי אויך א דעניש... און דערמאנסט מיך טאקע ווי אלע גראסעריס (און בעקערייען) האבן געהאט גאנצע ברויט און אליינס געסלייסט, און מען האט געקענט קויפן בלויז געציילטע סלייסעס לויט דיין באדערפעניש..
כ............. גוט מארגן! אוי האב איך געהאט א זיסע חלום פון לעצטן גלגול...! מי יתנני ירחי קדם... איך קען נאך אויסרעכענען ווייטער און ווייטער... אוי עס איז צוקער זיס....
 |
|
|