| נשלח ב-13/10/2010 02:25 |
|
| |
אהרונישע בויקאט אויף "דער איד" - איינער געדענקט נאך?
בערך מיט א יאר צוריק האבן די אהרונישע קארפן קעפ, ובראשם דוד עקשטיין, באשלאסן אז דער ריכטיגער מיטל אונטערצוברענגן די זאליס און צוריק צושיקן ר' זלמן לייב קיין ירושלים, וועט זיין מיטן ארויסקומען מיט א שארפן בויקאט קעגן "דער איד". דער וואפן וואס האט געדארפט אפהאלטן די אלע אומפארטייאישע מוסדות פון אדווערטייזן אין איד איז געווען אז זיי וועלן נישט ערלויבט ווערן צו מאכן אפיעלס ביי די אהרונים.
דער בויקאט האט אנגעהאלטן פאר בערך אזוי לאנג ווי דער רב הצעיר'שאפט חוהמ"פ פארטאגס. הן די מוסדות האבן זיך נישט געהאלטן ביים ברעכן, און הן דאס אז אלימלך דייטש דער רעדאקטער פון "דער בלאט" האט לוחם געווען מיט ציין און נעגל קעגן דעם תקנה און קעגן איר מייסד - דוד עקשטיין, וויסענדיג אז די אלע מוסדות און ארגענעזאציעס וועלן אויפהערן לייגן מודעות און ביידע צייטונגען.
איינע פון די מוסדות וואס האבן זיך געבראכן צו די בעבי'שע תקנה, איז געווען כולל חיבת ירושלים דזינבערגן. ביים פאריעריגן דינער אין וויליאמסבורג האבן זיי נישט אריינגעלייגט קיין מודעה אינעם איד, און עס האט זיי געקאסט גאר א טייערן פרייז. דער דינער איז געווען א טאטאלער דורכפאל, ליידיגע טישן און א מינימאלער צאל משתתפים. אזש עס האט זיך זיי קוים אויסגעצאלט די הוצאות פון די נאכט.
היי יאר האט דער כולל געמאכט דעם חשבון אז עס לוינט זיי נישט צו שפילן פאליטיק, האבן זיי גענומען דעם רבינס איידעם, הרה"ג ר' יצחק ראזנבערג שליט"א דומ"ץ ביהמ"ד ליע גארדנס אלץ נואם הכבוד ביים דינער.
און אצינד קען מען שוין צולייגן דעם נארישן מערכה צו די ליסטע פון ר' אהרן'ס פארלוירענע מערכות. דאס רבנות אויף סאטמאר, דער סידור קידושין אין קרית יואל, דער בויקאט אויפן איד, דאס אויסשליסליכער מאכט אויף יעדן בר מינן פון אנ"ש, דאס עפענען אונטערנעט קאפע הייזער אין קרית יואל און נאך.
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-13/10/2010 06:49 |
|
| |
לאמיר דיר פרעגן עפעס אנדערש. ווער געדענקט נאך די זאלונישע בויקאט אויף דער בלאט? מען האט אפילו געפעלשט א בריוו פונעם בב"מ זי"ע (טאקע א שוואכע ארבייט אבער דאך א בריוו) מען האט זיך איינגערעדט אז ביז צוויי וואכן איז נישט דא קיין בלאט. און ווי האלט מען היינט? ביידע פרינטן בערך 10,000 צייטונגען א וואך(איין וואך דער מער און איין וואך דער אנדערער. גייטס עס נאכטשעקן) אדווערטייזמענטס האבן ביידע. הערטס אויף מיט די נארישקייטן
|
|
|
|
| נשלח ב-13/10/2010 15:54 |
|
| |
איז לאמיך דיך פרעגן, אויב האבן די אהרונים געזען אז דער בויקאט אויפן בלאט איז געווען א דורכפאל, פארוואס האבן זיי דאס פרובירט קעגן איד?
און אגב איז די מערכה קעגן בלאט געווען סאך מער א סוקסעספולער, עס זענען נאך דא כהיום יום מוסדות וואס האבן קיינמאל נישט עדווערטייזד אין בלאט!
|
|
|
|
| נשלח ב-13/10/2010 16:12 |
|
| |
דער חילוק איז זייער פשוט
דער איסור אויפן בלאט איז געווען אז אנשי שלומינו זאלן נישט קויפן דעם בלאט, און דאס גייט אן עד היום, קיינער פון אנ"ש קויפן נישט דעם בלאט
דער איסור פון דוד עקשטיין אז פרעמדע מוסודות ווי בוני עולם מיט שומרי החומות זאלן נישט אדווערטייזן אין איד, דאס איז א טאטאלער דורכפאל, אפילו די קרי'ער האבן אויסגעריסן אלע פישקעס פון שומרי החומות און נישט געלאזט אנדערע מוסדות מאכן אפיל אין קרי
|
|
|
|
| נשלח ב-13/10/2010 16:25 |
|
| |
טאקע? זלונים קויפן נישט דעם בלאט?? און דאך פארקויפן זיי די זעלבע ווי דער יוד??אסאך ארונים קויפן דעם יוד. די זאליס האבן דאך סאך מער מענטשן??... און איבער מוסדות רעדסטו נאריש. גייסט מיר זאגן אז ווען נישט דעם איסור וואלט קאשוי אדער בנ"י אדווערטייזט אינעם בלאט? טראכט אביסל פאר דו שרייבסט
|
|
|
|
| נשלח ב-13/10/2010 16:49 |
|
| |
ניין, ווען נישט די מחלוקה עדווערטייזן קאשוי און בני יואל אין איד אויך נישט. איך רעד אבער פון מוסדות וואס זענען יאר נייטראל, ווי חסד לאברהם, וויזניץ-מאנסי און נאך.
|
|
|
|
| נשלח ב-13/10/2010 17:35 |
|
| |
עס איז נאך אלס דא מער נייטראלע מוסדות וואס לייגן נישט אריין און "בלאט" ווי נייטראלע וואס לייגן נישט און "דער איד".
|
|
|
|
| נשלח ב-13/10/2010 19:07 |
|
| |
יונגעלע סאיז נישט דא דער נושא ווער סהאט מער מענטשן און ווער ספרינט מער צייטונגען, נישט איך און נישט די ווייסן וויפיל קאפיס דער איד דריקט און וויפיל דער בלאט דריקט,
דער נושא איז וועמענס תקנה איז דורכגעפלאן,
דער תקנה קעגן דעם בלאט איז געווען נישט צו קויפן דער בלאט, דער ברך משה האט געשריבן א איסור וואס דער בלאט האט נישט געלייקענט, זיי האבן אינעם עדיטאריאל געשריבן אז דער איסור פון אדמו"ר מסאטמאר איז צוליב די פאליטישע שטעלונגען וואס דער בלאט האט גענומען, און וועט דעריבער מער נישט זיך מישן אין פאליטיק, אנשי שלומינו האלטן זיך אפ פון קויפן דעם צייטונג זינט דעם איסור, דער וויזניצער רבי האט אויך געאסר'ט זיין ציבור פון קויפן דער בלאט, און זיי האלטן זיך אפ פון קויפן דעם צייטונג, דער תקנה איז הינדערט פראצנעט סוקסעס
דער תקנה פון דוד עקשטיין אז ווער עדווערטייזט אין איד קען נישט שאפן קיין געלט ביי די קרי'ער בתי מדרשים, און זייערע פישקעס ווערן ארויסגעריסן, דאס איז א טאטאלער דורכפאל, ווייל עס איז נישטא קיין איין איינציגער מוסד וואס האט זינט דעמאלסט אויפגעהערט אדווערטייזען אין דער איד,
די איבעריגע וויכיחים איבער וויפיל צייטונגען דער דריקט און וויפיל מענטשן דער האט, און ווי בני יואל וואלט עדווערטייזט וכדו' דאס זאלסטו לאזן פאר דיינע חברים אין ישיבה זיך צו טענה'ן, און דעם אשכול ביטע רעדט צום ענין,
 |
|
|
|
|
| נשלח ב-13/10/2010 19:36 |
|
| |
כולל זיבענבערגן מודעה אין דער איד

|
|
|
|
|
| נשלח ב-14/10/2010 00:04 |
|
| |
חיבת ירושלים האט די וואך עדווערטייזט אין דער איד
זיי מאכען היינט ווייניגער געלט ווי אמאל ווייל זיי האבען גענומען א צד אין יעדער מחלוקת אין כלל ישראל סאטמאר באבוב קלויזנבורג אין נייטראלע מענטשען האבען דאס נישט ליב
יעצט דרייען זיי מיטן וויידל אין סאטמאר און צוקריגען זיך מיט די אהרונים ווען זיי וואלטען לכתחילה נישט גענומען קיין צו וואלטען אפילו די אהרונים נישט געווען בייז אויף זיי , ווי נישט זענען זיי נישט אזא היימישע מוסד ווי שומרי החומות ווי מהר"א מסטמר איז נשיא
|
|
|
|
| נשלח ב-10/3/2011 22:07 |
|
| |
עס איז אינטערסאנט צו זען וויאזוי זאכן פירן זיך. אפגערעדט פון דעם אז דער בויקאט אויפן איד איז אונטערגאנגאנגען נאך איידער זי האט עספיעט אויפצושיינען. איז אבער א עקסטערע פארגעניגן צו זען יעדעס מאל ווען מ'דערמאנט פאר אן אהרוני דעם ווארט "דער איד", ווער ער ווילד און צושוידערט, נעמט זיך שעלטן און שרייען ווי אויסגעשפילט משה גבאי מיטן איד זענען.
עכ"פ, די וואך האט דער בלאט ווידעראמאל קלארגעשטעלט ווער עס איז אויסגעשפילט, און ווער עס דארף נאכמאכן וועם צוריקצוברענגן קונים, ווען אין א פרישן פרואוו אויפצולעבן זייער צייטונג האבן זיי געעפענט א קהילות און מוסדות אפטיילונג, אזוי ווי דער איד האט שוין פאר לאנגע יארן. און דאס קומט נישט צו לאנג נאכדעם וואס זיי האבן נאכגעמאכט דעם "אויסגעשפילטן" איד מיט די תורה באלייגע יעדע וואך.
_________________
|
|
|
|
| נשלח ב-10/3/2011 22:30 |
|
| |
סאו די בלאט איז "א אייניקל" פון'ם איד........ ווער געדענקט נאך...?
|
|
|
|
|