בית פורומים אידישע געדאנק

קליפ: גרויסע הכנות דורך מתיבתא מאנרא פאר נייע באסעס

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-13/10/2010 20:22 לינק ישיר 
קליפ: גרויסע הכנות דורך מתיבתא מאנרא פאר נייע באסעס

נאך א שווערע טאג פון עבודת השם פרייען זיך די קליינע קינדער פון מתיבתא ד'מאנרא... צו זייער באס...

ציניקער זאגן אז די בחורים מאכן יעצט א הכנה פאר די חנוכת הבאסעס, לכבוד די נייע באסעס פון די KJ פאבליק סקול, עס טוט זיך נאך דערווייל אויף טישן אין בענק אויב מען זאל זינגען סתם באס אדער געלע באס, כדי נישט צו פארשעמען די פשוטע מאנרא באס וועמען מען דארף זייער וויכטיג האבן אויף שמחת תורה.



עצה טובה, אויב האט איר א בחור אין די יארן מאכט זיכער ער האט נישט קיין ציטריט צו YOUTUBE אדער אימעיל כדי די מאנרא בויעס זאלן אים נישט רייצן צו קומען מיטהאלטן זייער עבודת השם...

(יישר כח נפל!)

תוקן על ידי חיי_שעה ב- 13/10/2010 20:48:41




דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/10/2010 20:25 לינק ישיר 

לויט ווי איינער שרייבט מיר יעצט אין אישי וועט די נייע "וועד בית רבינו" מחליט זיין וואס צו טון צוליב דעם וואס די גרויסע רבי וועט זיין אנוועזענד דעריבער פאלט דאס אינטער די "וועד בית" מחליט צו זיין...



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/10/2010 20:26 לינק ישיר 

http://www.youtube.com/watch?v=AdflkgmsaXA



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/10/2010 21:03 לינק ישיר 

אין מיינע אויגן איז נישטא קיין שום היתר מפרסם צו זיין א קליפ פון בחורים אין די עידזש און אבאוו, וואס זיי טוען נישט קיין שום עולה. דער קליפ איז לכאורה געמאכט געווארן צו פארבלייבן פריוואט



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/10/2010 21:38 לינק ישיר 

די פראבלעם איז מפרסם צו זיין א קליפ פון בחורים אין די עידזש און אבאוו?
אדער
מפרסם צו זיין א קליפ פון בחורים אין די עידזש און אבאוו, וואס זיי טוען נישט קיין שום עולה?

קודם כל, כל זמן ס'איז אויף יו טוב איז דאס שוין מפורסם... צווייטנס, פארשטיי איך נישט די עוולה פון מפרסם זיין א קליפ פון בחורים "וואס טוען נישט קיין שום עוולה"... אדרבה, אויב וויל א מחותן אים זען קען ער קוקן אויף יו טוב, מען וועט אים מסביר זיין אז דער בחור איז דער צווייטער פון רעכט'ס וכדו'...




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/10/2010 22:00 לינק ישיר 

 its 2 years ago in Europe by Nesiya Bucherim dancing after they Poilt Ois Ales Gits! Some zali put up this song on clip.




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/10/2010 22:16 לינק ישיר 

שקרן וכזבן! חיים לייב קעטרער'ס זין איז פאר צוויי יאר צוריק נישט געווען אין יוראפ!

ליין די ליפן פון די בחורים וועסטו זען אז זיי זינגען יא דעם קינדישן ניגון!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/10/2010 22:24 לינק ישיר 

די אהרוינים זענען אזאנע קליינע קעפלעך אז ס'איז צום שטוינען. במקום זיי זאלן איינזען אז די זאלי'ס פראסקען צוריק 2 פאר 1, יעדע קליפ וואס די אהרוינים שאפן פון קווינס שאפן די זאלי'ס נאך בעסער'ס פון מאנרא, במקום זיי זאלן איינזען אז מיטן לייגן בילדער פון זאלי בחורים זענען זיי אליינס גורם אז די זאליס זאלן לייגן בלידער פון אהרויני בחורים, לויפן זיי ווייטער מיטן קאפ אין וואנט.

דער אהרויני וואס רופט זיך פשווארסק קומט ווי א שוטה מאכן זיכער אז די זאלי'ס פויקן אויס אויך די "נעמען" פון די בחורים און אזוי איבערצייגן אז ס'איז פרישע סחורה, שווייג די שוטה!



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/10/2010 22:28 לינק ישיר 

Now who is the ligner
here is the original clip
http://www.youtube.com/watch?v=xR5Q-FffltM



דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-13/10/2010 22:28 לינק ישיר 

גאלדשטיין איז אריין אין מאנרא פארגאנגענע יאר, ער איז אויך נישט געווען אין מאנרא פאר צוויי יאר צוריק



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-13/10/2010 22:31 לינק ישיר 

פשעווארסק

ענטפער קורץ און שארף!

ווי אלט איז היינט חיים לייב ווייס'ס זין?!
ווי אלט איר ער געווען ווען ער איז אריין אין מאנרא?!

די קליפ וואס די ברענגסט איז פון 2 יאר צוריק, טאקע רוב באקעס דארט זענען אהרוינים
דיט קליפ וואס איך האב געברענגט איז פון "עטליכע וואכן צוריק" אלע באקעס דארט זענען "איינגעשריבן" אין מאנרא מתיבתא



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/10/2010 02:07 לינק ישיר 

פשווארסק כתב:
Now who is the ligner
here is the original clip
http://www.youtube.com/watch?v=xR5Q-FffltM


וואס רעדסטו נארישקייטן? וואס פון דעם איצטיגן קליפ איז נישט אריגינעל?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/10/2010 09:31 לינק ישיר 

דער קליפ איז פון א נסיעה וועלכע איז אפגעראכטן געווארן מיט גרויס דערהויבענקייט, נאכן פארן א וועג פון עטליכע שטונדן האט דער באס זיך אפגעשטעלט ביי א רעסט עריע ווי מען האט זיך עטוואס אויסגעצויגען די מידע ביינער, און מען האט זיך ארויסגעלאזט אין א רקידה, וואס א רקידה איז א אפטע ערשיינונג ביי אזוינע נסיעות וואס פאר ווער עס האט זיך שוין אמאל באטייליגט ביי אזא נסיעה איבערהויפט מיט בחורים פון סיי וועלכע ישיבה ווייסט צו זאגען דערוועגען.

א יעדער איינער וואס שרייבט דא, און רעדט ארום וועגען דער קליפ און ליינט אונזערע שורות ווייסט ביי זיך אז אט דער קליפ דערמאנט פשוט ביי יעדן זיסע זכרונות וואס יעדער האט געהאט לערנענדיג און סיי וועלכע ישיבה, און אט דער קליפ ברענגט בלויז ארויס מתיקות און זיסקייט פון עטליכע וואוילע בחורים וואס רוב פון די וואס טאנצן דארטן זענען שוין חתונה געהאט אדער חתנים.

מיר דארפן בלויז האלטן פאר די אויגען, אז מיר געפינען זיך נאך אלס אין א ביטערע מחלוקה וואס א יעדער צד פרבירט ארויסצושטעלן שטאף אנטקעגען די צד שכנגד, יא! דער קליפ ווי עס ברענגט א פייער אין די נאכט שטונדן וועט בלויז ערוועקן איבל ביי סיי ווער עס וועט דאס זעהן, ווייל דאס איז נישט קיין שפיל, און עס איז א בלויזע רעזולטאט פון ליידיגייען, נוסח כוליגאנעס.

דער ערשטער קליפ וואס איז שוין ארויסגעגעבן געווארן קרוב צו צוויי יאר צוריק איבער אומאיידעלע אקטיוויטעטן פון דארמעטארי בחורים - פון די ישיבה וועלכע וויילט אינעם קעמפ ווי די פייער האט זיך אפגעשפילט - האט אויך ארויסגעברענגט פראסטקייט און פאראיבל, אבער דער קליפ פון די בחורים טאנצן זייער נארמאל פון די מאונרא ישיבה, און טוהן נישט קיין שום פראסטע אדער אומאיידעלע שריט וועט יעדן בלויז ערוועקן ישיבישע זכרונות.............און עס איז זייער זיס, שכוח פאר די קליפ, איך האב עס שוין געזעהן איינמאל, אבער נישט מיט די ניגון.




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/10/2010 15:25 לינק ישיר 

סאיז טאקע זייער שיין און ס'ברענגט גוטע זכרונות, אבער אז די מעשה האט פאסירט צוויי יאר צוריק האבן דאך שוין אלע חתונה געהאט, טא אויב אזוי מה חרי האף הגדול הזה,

און חזקה אפשר ברענגסטו נאך גוטע זכרונות פון ישיבה, ווי למשל פאברענען דעם עס זאל בנין און דער דארטמיטארי בנין פאריאר, אדער די קליפס ווי די בחורים זענען מקדש פאלאקס לאט, אדער די קליפס ווי די בחורים לויפן ארום שרייען זונות אויף אשת איש, אדער ווי די בחורים שלעפן ארויס דעם סעפטיק, אדער ווי די בחורים פארן ארום מיט זייער געלע באס ווארפן פאשקעווילן אויף שאראמאשער רב, אדער ווי די בחורים ספרעין גראפיטי אין קרית יואל, אדער ווי די בחורים מאכן זיך א גרויסן פרישטיג אין היכל ראזנבערג פארגאנגענען אנהויב יאר און דערנאך גייען זיי צוזאמען צום שאפינג סענטער, אדער ווי די בחורים שלאגן זיך מיט די פאליציי פארן נישט לאזן הענגן לעקטערלעך פאר'ן בית המדרש אזש ביזן שרייען נאצי און ווערן אראסטירט, אדער ווי די בחורים פארן ארום מיט א טראק שרייען ווילדע לאזונגען קעגן די מסדרי קידושין און פסולי פנקס וכו',

די ווייסט דאך אז דאס אלעס קען מען געפינען אויף יו טוב, טא פארוואס ערוועקסט נישט די גוטע זכרונות פון ישיבה, פון די נישט ליידיגייערס נוסח כולגאנעס,




דדווח על תוכן פוגעני

מנותק
נשלח ב-14/10/2010 20:09 לינק ישיר 
פאר Jnet

_________________



תוקן על ידי SatmarNews ב- 14/10/2010 20:10:15

HTML clipboardSatmarNews





דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-14/10/2010 20:19 לינק ישיר 

חזקה די ביסט א בלאפער וואס פראבירט צו פארקויפן בלאף.

קוק אויף די ליפן פון די בחורים וועסטו זען אז זיי זינגען "מיין געלע באס".  אבער לאמיר שוין זאגן אז זיי זינגען "צוגעפאסטע ניגונים" (כלשון שמואל ווידער) טאנצן זיי נישט ווי כאליגאנעס?

א קעמפ פייער איז א אנגענומענע זאך אין רוב קעמפ'ס, ואדרבה אין רוב קעמפס ווערט דאס מסודר אפילו מיט די לעגאלע אינסטאנצן. ווען א הייפעלע בחורים (3-4 אדער גאר 6-7) אויס פון קרוב צו טויזענט בחורים פארברענען אין "קעמפ" א אלטע קאר זיץ צייגט דאס "גארנישט". משא"כ ווען בחורים צינדן אינטער זייער אייגענע עס זאל (נוסח מאנרא) זייער אייגענע דארמעטארי (נוסח מאנרא) איינמאל און נאכאמאל צייגט דאס אז ווען זיי פאר "א נסיעה" איז זייער צוגעפאסט צו טאנצן ווי צורידערטע שיכורים..... (אפגעזען וועלכע ניגון) אבער וואס האב איך פון רעדן צו דיר אויב די פארשטייסט בכלל נישט וואס מען רעדט צו דיר.

נ.ב. פארגעס נישט צו איבערקוקען נאכאמאל דעם קליפ און ליינען די ליפן פון די בחורים



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > קליפ: גרויסע הכנות דורך מתיבתא מאנרא פאר נייע באסעס
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר
1 2 3 לדף הבא סך הכל 3 דפים.

bholext