נאך די געהויבענען ליל שישי אין וועלכע די בחורים האבן ארויסגעריסן א וואנט פון די קאווע שטיבל, גייען די אומריען ווייטער און מיטן פולן שוואנג.
נעכטן נאכט זענען ארעסטירט געווארן נאך 2 מאנרא תלמידים פארן ברעכן שלעסער, די קלאגעס זענען געגאנגען ווייטער ווי ברעכן שלעסער ווייל ווען מען האט אויפגעפיקט די 2 בחורים האבן עטליכע בחורים עדות געזאגט אז זיי האבן געזען די 2 בחורים ארויף פארן די בארג פון ישיבה מיט א קאר וואס האט זיך ארויסגעשטעלט צו זיין גע'גנב'עט פון א קרית יואל'ער איינוואוינער.
די אהרויניס ווערן אבער נישט פארלוירן, זיי זענען שנעל געלאפן אויף הייד פארק שרייבן אז די צוויי בחורים זענען נישט מער און נישט ווייניגער ווי זאליס... זיי האבן אבער נישט גערעכענט מיט איין רגע שכל וואס זיי וועלן ענטפערן ווען מען וועט זיי פרעגן "וואס זיכען "קווינס" בחורים אין די "מאנרא" מתיבתא?" זיי האבן זיך אייגערעד אז דער עולם איז גענוג גולם צו גלייבן אז קווינס בחורים צוברעכן שלעסער אין די מאנרא ישיבה...
נ.ב. יעצט הייב איך שוין אן צו טראכטן אז ליל שישי האבן "קווינס בחורים" אויסגעריסן די קאווע שטיבל וואנט אין די "מאנרא" ישיבה...
נשלח ב-17/10/2010 18:55
כשמך כן תהילתך "חיי שעה" די פראביר בארואיגן דיינע קעלבעך מיט שטותים מיר אלע ווייסן וואס די בחורים האבן געזוכט דארט און ווער נישט וועל איך דערציילן
נאכן אויפדעקען די געמיינע שטיק פון קווינסער חיות איז די הנהלה רוחנית אינגאנצן צושרויפט געווארן און זיי האבן געשיקט צוויי בחורים צו ברעכן פענסטערס מיט שלעסער אין די ישיבה וואס רביה"ק בעל דברי יואל האט אויפגעשטעלט און מיט די בילדער וועלן ענק האבן אביסל חיי שעה, ב"ה אז דאס איז געכאפט געווארן און די געמיינע שטיק איז ארויף געשווימען
וכל קרני רשעים אגדע תרוממנה קרנות צדיק
נשלח ב-17/10/2010 19:01
זעט אויס אז ס'איז צייט אנצוהייבן שרייבן א רשימה פון די אהרויניס פראפעגאנדעס ווי זיי פראבירן צו פארקויפן פארן ציבור די ברוקלין בריק.
איך וועל נישט אויסרעכענען אלעס ווייל איך וועל נישט פערטיג ווערן. נאר א קורצע רשימה פון די לעצטע פאר טעג.
א. 20 יעריגע לאבאצעס טאנצן "מיין געלע באס"... זיי טאנצן האטס געפוילט אלעס גוטס ב. אין די ערשטע וואך פון זמן ברעכן די בחורים אויס די וואנט פונם קאווע שטיבל... ס'איז אין ביהמ"ד בית מרדכי... ג. 2 בחורים ברעכן אויס שלעסער... די מנהלים פון קווינס האבן געשיקט זייערע בחורים ברעכן שלעסער אין מאנרא.. ד. די הנהלה פון אלכסנדר ישיבה אין ב"פ נעמט נישט צוריק צום נייעם זמן עטליכע בחורים וואס "לערנען קבלה"... אלכסנדר\קווינס בחורים ווערן כופרים אין באשעפער רח"ל
די פלא איז נאר פארוואס די אהרויניס זענען מכחיש השמש בצהרים, אז די וואנט איז נישט אין זייער ישיבה?! ס'וואלט געווען אסאך פשוט'ער צו זאגן אז קווינס מנהלים האבן געשיקט זייערע בחורים ברעכן ווענט אין מאנרא... (עיין אות ג.)
נשלח ב-17/10/2010 19:21
קודם וואס פריינדליך שרייבט זאלסטו נישט גלייבן ווייל ער איז א זאלי וואס שפילט ארוני (אפשר די זאלסט יא גלייבן ווייל די האסט הנאה דערפון)
יעצט דאס אז נעכטען האט מען ארעסטירט צוויי קווינסער חיות און די לייקענסט דאס איז חיי שעה ווייל דאס איז רעקארדירט און וואס וועסטו ענפערן ווען די ראיות וועלן ארויס קומען? אז דאס איז אין סאוט 8 אדער אין קעמפ?
נשלח ב-17/10/2010 19:24
עס איז קיין 'ראיות' נישטא, ווייל די בחורים זענען מאנרא תלמידים און האבן מיט קווינס אקוראט דאס וואס די האסט מיט קווינס.
נשלח ב-17/10/2010 21:34
זאג איבער דעם ליגנט ווי לאנג דו גלייבסט עס ש. י. ב. זון איז א מאנרא תלמיד, יא יא
נשלח ב-17/10/2010 21:42
קודם זאג איבער נאך אפאר מאל אז ער איז א קווינס תלמיד
נשלח ב-18/10/2010 01:34
חיי שעה, וואס מאכסטוך נאריש, די נעמען זענען דעפיניטלי קווינס תלמידים, איינער שוין א חתן (מסתמא דער דרייווער) און לערנט שוין נישט אין ישיבה.
קענסט אפשר לייקענען די נעמען.
נשלח ב-18/10/2010 01:39
די אהרוינים הייבן אן ארויסקריכן, "איינער האט אמאל געלערענט אין קווינס"...