בית פורומים אידישע געדאנק

פארגעסן פונם חרם: ממשיך מיט הוילע סטראשעריי

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-17/10/2010 22:30 לינק ישיר 
פארגעסן פונם חרם: ממשיך מיט הוילע סטראשעריי

נאכדעם וואס די אהרויניס האבן גענדיגט מיט קווינס, דערנאך אלכסנדר, איז געקומען די רייע אויף תולדות אהרן. כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן איז זיך נוהג כמימים ימימה נאך ווען זיין טאטע האט אויך אזוי געטון צו קומען אנפאנג שובבי"ם וואכן צו זאמעלן געלט פאר די מבצר התורה וקדושה ויראה "תולדות אהרן".

נאך די דין תורה וואס איז פארגעקומען צווישן די צוויי צדדים פון תולדות אהרן און תולדות אברהם יצחק וועלכע האט זיך אפגעטיילט פון תולדות אהרן האט בי"ד אין איינע פון די סעיפים אינם פסק קלאר געמאכט אז תולדות אברהם יצחק קען קיין געלט נישט זאמלען אין די צייט וואס תולדות אהרן האט שוין די חזקה דערויף נאך פונם פריערדיגן רבי.

תולדות אברהם יצחק האט "אויסגעשפילט דעם סיסטעם" און קומען זאמלען געלט געציילטע וואכן פאר תולדות אהרן... תולדות אהרן האט קיינמאל נישט געמאכט א וועזן דערפון און געשוויגן כפי רצונו פון זייער רבי.

דאס יאר קומט פאר א שמחה בבית כ"ק אדמו"ר מתולדות אהרן שליט"א ווי עס וועט גיין אינטערן חופה א געראטען אייניקל בשטומ"צ. דעריבער האבן די עסקנים באשלאסן צו מאכן דעם יערליכען קאמפיין בשעת די רבי געפינט זיך דא כדי די רבי זאל נישט דארפן פליען אהין און צוריק מיטן גאנצן פמליה נאכאמאל.

די זמן החתונה איז געווארן באשטימיט דורכן צד פונם מעליצער זיידע שליט"א כידוע ליודעים, כ"ק אדמו"ר מתו"א האט נישט און קען נישט אריינרעדן דערין.

עד כאן איז אלעס מסודר. נאר דא טאנצט אריין די הדיוטות הקופצים בראש די אהרוינישע הייד פארק שרייבער און קומען אויף גג על גג כאילו דער תולדות אהרן רבי איז ממש א בליט רוצח פארן קומען צו די חתונה פון זיין אייגן אייניקל, ווייל... דער תולדות אברהם יצחק רבי קומט געווענטליך נאך געלט אין די צייט און אויב תולדות אהרן וועט גיין נאך געלט אין די זעלבע צייט וועט תולדות אברהם יצחק זיין אויסגעשפילט.

דעריבער קומען זיי צו א החלטה (מיט גרויסע רויטע אותיות) אז דער ציבור זאל נישט געבן קיין געלט פאר תולדות אהרן...

דאס געלעכטער וואס קומט אויף איז געוואלדיג, די ליצנות איז אין לשער.

ער האט פארגעסן אז ווען דער תולדות אהרן רבי אין אין וו"ב דאווענט ער פרייטאג צונאכטס אין "ראדני" און דאס ברענגט ארויף דאס גרימצארען פון יעדן אהרויני באזונדער. און די אהרוינים שטיצן נישט תולדות אהרן שוין פאר לאנגע יארן.

אבער והעיקר האבן זיי פארגעסן אז תולדות אהרן האט זיך פון די ערשטע רגע אויסגעלאכט פון די חרמות וואס די אהרוינים האבן ארויפגעלייגט אויף מוסדות וואס עדווערטייזן אין "דער איד". תולדות אהרן איז געווען דער ערשטער און איינציגסטער וואס האט פון די ערשטע רגע ממש געלאכט פאר די אהרוינים אין פנים אריין, זיי זענען נישט קיין בהמות זיי ווייסן זייער גוט אז פון די אהרוינים האבן זיי שוין אסאך יארן סיי ווי נישט געזען קיין געלט, זיי ווייסן אז די הימל וועט אראפ פאלן פאר זיי וועלן זען אהרוינישע געלט.

פונקט אזוי ווייסן זיי אויך אז די זאלוינים זענען די ארגינעלע סאטמארע חסידים וואס האבן אלע מאל געטיצט און שטיצן ווייטער, דעריבער האבן זיי זיך אפילו נישט געקווענקלט.

יעצט קומען די אהרוינים ווי חלמ'ע קלעצער און סטראשען אז זיי וועלן נישט געבן קיין געלט, ווייל... ער טשעפעט זיין ברודער... כאילו זיי וואלטן געגעבן ווען ער וואלט נישט געקומען צו די חתונה פונם אייניקל.

דאס אמאל זיכער אז געלט האבן זיי שוין יארן נישט געגעבן און זיי וועלן נישט געבן, די שאלה איז נאר "פארוואס?"

די אמת'ע סיבה?! ווייל ר' אהרן האט שוין ערקלערט אז מען דארף נישט שטיצן ר' מאיר בעל הנס ווייל מען דארף קודם שטיצן "די אייגענע"...



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-17/10/2010 22:57 לינק ישיר 

אוי וויי! איינער טשעפעט זיין ברודער



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/10/2010 16:12 לינק ישיר 


נפל די ביסט א ערשט קלאסיגער שקרן

תו"א קומט שוין נאך געלט אין די וואכן זייט שנת תשס"א נאך די פטירה פון זיין מאמע פאר ווער ס'געדענקט די היסטוריה ווען ער איז דעם יאר פון די פטירה פון זיין מאמע נישט געקומען און א יאר שפעטער איז ער שוין געקומען נאך געלט אין די וואכן, פארדרייען היסטוריה קענסטו ביי די סאטמאר פאליטיק אבער תו"א לאז א צווייטען פאדרייען היסטוריה, אויסער אויב דיין שוואגער איז א תו"א חסיד דעמאל'ס קענסטו אריין רעדען אין די נושא

תוקן על ידי בחצרסטאמאר ב- 18/10/2010 16:14:21




דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/10/2010 17:03 לינק ישיר 

דא האט איר א סעמפל פון א ערשט קלאסיגער "קאפ פארדרייער"

איך גיי מיט נישט אריינגיין מיט אים אין א וויכוח ווען דער תו"א רבי איז יא געקומען און ווען ער איז נישט געקומען. לאמיר אנעמען אז לו יהיה כדבריו, אויב אזוי על מה יצא הקצף? פארוואס באשמוצן יעצט די אהרוינים דעם תו"א רבי שליט"א פאר א עוולה וואס ער טוט שוין 10 יאר? פארוואס האבן די אהרוינים זיך יצעט אויפגעוועקט?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/10/2010 17:23 לינק ישיר 

עס האט מיר גענומען 20 מינוט צו כאפן אז ער האט באוואוזן צו פארדרייען א קאפ אפילו פאר מיר.

די מדובר דא איז בכלל נישט צו ער טוט א עוולה בכלל, די מדובר איז נישט זינט ווען ער טוט די עוולה. די מדובר איז די אהרוינישע דעמאגאגיע. די אהרוינים האבן שוין 3 סיבות נישט צו געבן געלט. איינס, ווייל זיי דארפן געבן וואס מער פאר תולדות אברהם יצחק ווייל ער איז מחזק יצחק ראזענבערג דער אנפירער פון די אהרוינישע ערכאות און זייער ראש הקהל. צוויי, ווייל די רבי האט געהייסן געבן פאר "די אייגענע". דריי, ווייל תולדות אהרן האט זיך פון די ערשטע מינוט אנגעפיפן און האבן יא עדווערטייזט אין "דער איד". ועל הכול האבן זיי נאך פאקטיש סיי ווי נישט געגעבן קיין געלט פאר תולדות אהרן זייט ר' דוד איז ארויף אויפן בענקל און אפשר פריער אויך שוין.

וואס איז פשט פון די הוילע דעמאגאגישע פראפעגאנדע אז מען זאל נישט געבן קיין געלט "ווייל ער טשעפעט (קלאמפיש) זיין ברידער"? זיי האבן שוין יארן סיי ווי נישט געגעבן, זיי קענען נישט געבן אפילו זיי ווילן, און אין זייער פארטיי איז נישט דא ווער ס'זאל געבן.



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-18/10/2010 20:25 לינק ישיר 


גראדע וויס איך נישט פון וועלעכע ארונים די רעדסט אויפן כל העולם פארום האט ס"ה איינער געפענט א אשכול און דאס איז שוין לאנג אראפ אונטען מחוסר תגובות איך זע נישט די גרויסע קאמפיין פון ארונים, אפשר מיינסטו תולדות הארון כלשונו?



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > פארגעסן פונם חרם: ממשיך מיט הוילע סטראשעריי
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext