בית פורומים אידישע געדאנק

איך פלאץ! העלפט מיר! איך וויל נישט זאגן אליך ואמסור

שלום אורח. באפשרותך להתחבר או להירשם
הצג 15 הודעות בעמוד הוסף לדף האישי  דווח למנהל שלח לחבר
נשלח ב-19/10/2010 03:33 לינק ישיר 
איך פלאץ! העלפט מיר! איך וויל נישט זאגן אליך ואמסור

עס ווערט ערגער און ערגער פון טאג צו טאג, איך קען שרייבן א גאנצע באשרייבונג און אראפלייגן ווי 'פאני' ס'זעט אויס ווען דער טאטע\מאמע זיצט רוהיג נאך א שווערע טאג און דער טעל קלינגט און א פגע רעה קלאט אויפן טעל בעטן 18$ פאר א ראפל וכדו'.

ווען א לעבעדיגער מענטש זאל זיין אויפן טעל, וואלט איך דאס נאך אפשר אראפגעשלינגען. די חוצפה איז אז איינער מאכט געלט פון מיר צעגערן די נערוון. ער שיקט ארום רעקארדירטע מעסעדשעס אן זיך רעכענען מיט יענעם אויף קיין איין רגע, דער עיקר איז אז ער האט היינט געמאכט נאך אפאר דאלער פון צושטערן מיין שעה מנוחה.

ערגער איז נאך ווען ער שיקט 3 מעסעדשעס אין די זעלבע נאכט און איך האב 2 טעל ליינס, דאס מיינט אז איך באקום נישט ווייניגער ווי 6 צודרייטע טעל קאלס.

נאך ערגער איז ווען איך בין פונקט אויפן צווייטן שטאק און די ענסערינג מאשין רופט זיך אן אינטען ווען די קינדער שלאפן שוין, און א חצופה רופט צו א סעיל, אדער אויסצוהערן א צניעות שיעור און ס'וועקט מיר אויף אלע קינדער.

עד מתי?!

דינא דמלכותא דינא!

דארף איך שווייגן און ליידען ווייל דער ליידיגייער מאכט געלט אויף דעם אופן?

דארף איך שווייגן און ליידען און זיך נישט שיצן מיט מיינע קינדער אפילו ווען יענער טוט א עבירה מיטן עובר זיין אויף דינא דמלכותא?

זיין תירוץ וועט אוודאי זיין אז לעגאל מען מען רופן פאר נאון פאר פראפיט אדער פאר פאליטיק. אבער דער שגץ שיקט מעסעדשעס אויך פון נישט נאון פאר פראפיט, ער איז אזא מערדער אז ער שיקט אויך 'סעילס' אן קיין שום בושה!

ער איז זייער סאפיסטעקירט מ'קען דריקן 1 און ס'קלינגט צום באשטעלער וואס האט באשטעלט די פאון קאל. ווען ער וואלט ווען געגעבן א אפשען נומער 2 אז מען זאל קענען דריקן אויב וויל מען אראפגיין פון זיין ליסטע, החרשתי. ווען ער זאל ווען טון די אומרעכט און רשעות 1-2 אפילו 3 מאל א וואך, אפשר החרשתי. אבער היינט אליינס האבן איך באקומען נישט ווייניגער ווי 6 פארשטינקענע פאון קאל'ס, דער מערדער האט אויפגעוועקט מיינט קינדער 4 מאל!

רבותי, ווי אזוי ווערט מען געוואר ווער די קאמפאני איז? איך האב שוין פראבירט עטליכע מאל געוואר צו ווערן ווער זיי זענען כדי איך זאל זיי קענען בעטן זיי זאלן אראפנעמען מיינע נומערן, אבער ער באהאלט זיך גוט אויס.

איך וויל נישט דארפן איינגעבן א קלאגע, איך וויל דאס קענען שליכטן אויף א אידישען אופן.

ביטע העלפט מיר!



דווח על תוכן פוגעני

מחובר
נשלח ב-19/10/2010 22:27 לינק ישיר 

אויב וועט דער עולם נישט צולייגן א האנט, קען זיין אז איך וועל ליידער דורכפאלן, אויב ווייסט איר ווער עס פארמאגט אזא סארט ביזנעס, פרעגט אים ווי אזוי מ'קען אראפנעמען א נומער פון זיין ליסטע, אויב וויל ער דאס נישט טון וועל איך אים אי"ה אינגאנצן אינטערברענגען!

Mark My Words



דדווח על תוכן פוגעני

מחובר
   
בית > פורומים > אקטואליה וחדשות > אידישע געדאנק > איך פלאץ! העלפט מיר! איך וויל נישט זאגן אליך ואמסור
מנהל לחץ כאן לנעילת האשכול
הוסף לעמוד האישי  דווח למנהל שלח לחבר

bholext